ספר משלי

צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

בס''ד
איך וועל פרובירן צו שרייבן מיין טעגליכע שיעור אין 'ספר משלי', צוטיילט אין פירוש המילות און אין ביאור. די פירוש המילות איז די פשוט'ע טייטש – בדרך כלל ווי דער מצודות טייטשט עס. און די ביאור איז אביסל אויסגעברייטערט צו פארשטיין די פסוקים בדרך הפשט צוזאמען געקליבן פון די מפרשים. צוויי פסוקים א טאג.

פרק א פסוק א: מִשְׁלֵי שְׁלֹמֹה בֶן דָּוִד מֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל:

פירוש המילות - מִשְׁלֵי שְׁלֹמֹה דאס זענען די משלים פון שלמה בֶן דָּוִד דער זון פון דוד מֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל וואס איז געווען די קעניג פון די אידן:

ביאור - די ספר הייבט אן מיט א אריינפיר צו וויסן טון וואס די ספר איז, אויף וואס איז עס געבויעט געווארן, ווער האט עס פארפאסט, און פארוואס איז עס פארפאסט געווארן.
מִשְׁלֵי די ספר איז געבויעט אויף משלים - א משל ברענגט ארויס א זאך דורך עס צו פארגלייכן צו א אנדערע זאך וואס דורך דעם וועט מען פארשטיין די זאך וואס מ'וויל ארויסברענגן. מ'וועט נוצן א משל ווען מ'וויל פארשטיין געבן א טיפע דערהער וואס איז צו טיף צו פארשטיין, וועט מען עס פארשטיין געבן מיט א ענליכע פארשטענדליכע דערהער וואס דורך דעם וועט מען פארשטיין די פארגלייכטער טיפע דערהער.
די גאנצע ספר משלי איז נאר משלים, וואס דורך די משלים דארף מען אפלערנען און פארשטיין מושכלות וואס עס דארף צו פארשטיין געבן.
דער ספר איז פארפאסט געווארן דורך שְׁלֹמֹה וואס איז פאר זיך געווען א גרויסע חכם און א געטליכע מאן, און ער איז געווען בֶן דָּוִד וואס דורכדעם ער האט אויך מקבל געווען חכמה פון זיין טאטע. און אין צוגאב איז ער אויך געווען די מֶלֶךְ יִשְׂרָאֵל וואס דאס זיין דער קעניג פונעם 'עם חכם ונבון', און דאס כסדר רעדן און זיך דורך שמועסן מיט די קלוגע פונעם פאלק און אויספרובירן די וויסנשאפט האט אים צוגעברענגט נאך אסאך חכמה און פארשטאנד (מלבי''ם).

פסוק ב: לָדַעַת חָכְמָה וּמוּסָר לְהָבִין אִמְרֵי בִינָה:

פירוש המילות – די ציל פון די משלים זענען לָדַעַת צו וויסן טון חָכְמָה קלוגשאפט וּמוּסָר און מוסר (-עטישקייט), און איז -לְהָבִין צו פארשטיין געבן אִמְרֵי בִינָה ווערטער פון פארשטאנד:

ביאור – די תכלית פון די אלע משלים זענען לָדַעַת צו לאזן וויסן פאר א מענטש – חָכְמָה די וועגן פון חכמה, דאס מיינט די וועגן פון תורה און העכערקייט וּמוּסָר און זיך צו דערווייטערן פון נידריגקייטן און שלעכטס (רבינו יונה) [-'מוסר' מלשון 'אוסרים' את הנפש בל תצא חוץ לגדרה, מלבי''ם]. - דאס מיינט, די משלים זענען דא צו לערנען דעם מענטש ער זאל וויסן די ריכטיגע וועגן פון די תורה, די אמת און גערעכטיגקייט, און ער זאל וויסן די שאנדע פון די נישט ריכטיגע וועגן פון די רשעים. און מער פון דעם איז אז -לְהָבִין ער זאל פארשטיין אִמְרֵי בִינָה טיפע ווערטער וואס מ'פארשטייט שוין נאכן קונה זיין דברי חכמה און מ'איז זיך מתבונן אין זייערע ווערטער (רבינו יונה).
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
קלמןקליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:23 am
x 19

Re: ספר משלי

פאוסט דורך קלמןקליין »

פארוואס די טויש פון "להבין צו פארשטיין געבן" צו "צו פארשטיין" ?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

קלמןקליין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 12:56 pm פארוואס די טויש פון "להבין צו פארשטיין געבן" צו "צו פארשטיין" ?
די משל טוט פארשטיין געבן דברי בינה, דאס מיינט אז דורך (באמצעות) די משל וועט מען פארשטיין דברי בינה.
נישט אז די משל זעלבסט איז די דברי בינה.

לשון המצודות: ואחז במשל למען הבין לזולת דברי בינה, כי הוא מבוא גדול לקנות ההבנה
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
קלמןקליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:23 am
x 19

Re: ספר משלי

פאוסט דורך קלמןקליין »

וואס דער מצודות שרייבט, און אויך רש"י זאגט להודיע, איז לכאורה די מכוון: דער פסוק רעדט כדי צו מאכן אנדערע וויסן און זיי פארשטיין צו געבן.

דער לשון אין פסוק, און די ווארטליכער טייטש איז: צו וויסן און צו פארשטיין.

די שאלה איז אבער געווען אויף די טויש צווישן די פירוש המלות ופירוש הענין וואס דארט ביים מלבי"ם זאגט איר: צו פארשטיין.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

קלמןקליין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 7:38 pm וואס דער מצודות שרייבט, און אויך רש"י זאגט להודיע, איז לכאורה די מכוון: דער פסוק רעדט כדי צו מאכן אנדערע וויסן און זיי פארשטיין צו געבן.

דער לשון אין פסוק, און די ווארטליכער טייטש איז: צו וויסן און צו פארשטיין.

די שאלה איז אבער געווען אויף די טויש צווישן די פירוש המלות ופירוש הענין וואס דארט ביים מלבי"ם זאגט איר: צו פארשטיין.
ווייל ביי די פירוש המילות פרוביר איך ווי ווייט מעגליך צו 'אפטייטשן' די ווארט וויאזוי עס זיצט אין פסוק, אבער ביים ביאור בין איך נישט מקפיד אזוי ווייט אויף די טייטש נאר אויף די מכוון, און אינעם גאנצן זאץ פון פארדעם און נאכדעם ווערט דאס ארויסגעברענגט, אפילו אנעם שרייבן 'פארשטיין געבן'.

(דאס איז פשוט וויאזוי מיין מח איז געלאפן בשעת'ן שרייבן די ביאור, איך בין אפן צו טעותים און טוישונגען)
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
קלמןקליין
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:23 am
x 19

Re: ספר משלי

פאוסט דורך קלמןקליין »

,,
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

פסוק ג: לָקַחַת מוּסַר הַשְׂכֵּל צֶדֶק וּמִשְׁפָּט וּמֵישָׁרִים:

פירוש המילות – דאס וויסן חכמה און מוסר איז לָקַחַת צו אפלערנען מוּסַר הַשְׂכֵּל א לעקציע, צו טון צֶדֶק ריכטיגקייט אין דינען דעם אויבערשטען וּמִשְׁפָּט און מיט ריכטיגקייט זיך אויפפירן מיט מענטשן וּמֵישָׁרִים און צו טון גלייכקייט. (עי' בביאור לביאור החילוקים בהלשונות נרדפים)

ביאור – דער פסוק גייט ווייטער אין המשך פונעם פריערדיגער פסוק, אז נאכן וויסן מיט שכל און קונה זיין חכמה, זאגט אונז די פסוק אז דאס איז כדי לָקַחַת עס אפצולערנען, און עס נעמען אויף -מוּסַר הַשְׂכֵּל אז די שכל זאל אים ברענגן אזוי זיך צו פירן (רבינו יונה), און אז עס זאל אים ברענגן צו טון -צֶדֶק וואס עס איז ריכטיג לגבי זיין דינען דעם אויבערשטן, וּמִשְׁפָּט און זיך פירן ריכטיג ווען עס מאכט זיך א קאנפליקט צווישן אים אין א אנדערע מענטש וּמֵישָׁרִים און זיך בכלליות זיך פירן מיט א גלייכע באנעמונג מיט מענטשן (מצו''ד).

אנדערע מפרשים לערנען אז די דריי זאכן פון צדק ומשפט ומשרים זענען אנדערע פירונגען אלעס בין אדם לחבירו, אז ער זאל זיך פירן מיט -צֶדֶק ווען ס'איז ריכטיג זיך צו פירן אפילו לפנים משורת הדין, וּמִשְׁפָּט ווען ס'איז ריכטיג זיך צו פירן מיטן שורת הדין, וּמֵישָׁרִים און זיך פירן מיט א גלייכקייט אפילו ווען ס'איז נישט דא א באשטימטע דין אין אזא פאל (לדוגמא, אין א פאל וואס ער קען נישט באשולדיגט ווערן בדיני אדם) (עפ''י רבינו יונה, מלבי''ם. אולם עי' רש''י שמפרש בדרך אחרת).

פסוק ד: לָתֵת לִפְתָאיִם עָרְמָה לְנַעַר דַּעַת וּמְזִמָּה:

פירוש המילות – די לערנונגען פון די משלים זענען לָתֵת צו געבן לִפְתָאיִם צו נארישע עָרְמָה גרינטליכע קלוגשאפט. און -לְנַעַר צו איינעם וואס איז אויסגעליידיגט און אומגעלערנט, וועט עס אים געבן -דַּעַת וויסנשאפט וּמְזִמָּה און טראכטונג.

ביאור – נאכדעם וואס די פסוק האט אויסגעפירט אז די ספר איז געבויעט אויף משלים וואס איז צו אראפלערנען דברי חכמה און צו פארשטיין וויאזוי זיך צו פירן און עס אויספירן אויף למעשה, איז יעצט די פסוק ממשיך צו זאגן פארוועם איז דאס פארפאסט געווארן (מלבי''ם).

זאגט אונז די פסוק אז די ספר איז געשריבן געווארן פאר יעדעם, אנגעהויבן פון -לָתֵת צו געבן, אפילו לִפְתָאיִם צו נארישע מענטשן עָרְמָה זיי ארויסצונעמען פון זייער נארישקייט און זיי קלוג מאכן. און אזוי אויך -לְנַעַר פאר איינער וואס איז אינג און אומוויסנד פון סיי וועלכע חכמה, און פון נישט אריינטראכטן ברענגט אים דאס צו טון נארישקייטן, וועלן די פסוקים אים געבן -דַּעַת וויסנשאפט וּמְזִמָּה און אים לערנען צו טראכטן אז ער זאלן נישט אריינפאלן אין זיינע נארישקייטן (מצו''ד).

דער פסוק כאפט אן צוויי סארט מענטשן וואס זענען נישט קלוג און זיי טוען נישט ריכטיג, דער ערשטער איז א פתי און דער צווייטער איז א נער. און דער פסוק זאגט אז די פארקערטע פון פתי איז ערום און די פארקערטע פון נער איז דעת ומזמה. די חילוק צווישן די צוויי איז אזוי, פתי און ערום מעסט זיך נישט לויט וויפיל קלוגשאפט מ'פארמאגט, נאר לויט וויפיל פעסטקייט מ'באקומט פון די חכמה. א פתי אפילו זיין שכל וועט פארשטיין חכמה איז ער אבער נישט פעסט מיט דעם, און וועט שנעל פאלן און זיך לאזן איבעררעדן (-פתי משורש פיתוי) ווי דער פסוק זאגט 'פתי יאמין לכל דבר'. ווידעראום דער ערום איז ממש די פארקערטע, מ'זעט אז די לשון 'ערום' ווערט אויך גענוצט אויף 'ערימת חטים' ווייל א ערימה איז אויפגעהויפענט און ס'שטייט גוט אן אומפאלן. א מענטש א 'ערום' מיט די חכמה וואס ער פארמאגט און וויבאלד ער איז שטארק אין פעסט ביי זיך מאכט ער גאר אנדערע פאלן פאר אים [ערמה -אויספאפן]. (ובזה יובן הכתוב (שמות ט''ו, ח) וברוח אפיך נערמו מים, 'נערמו' תרגם אונקלוס 'חכימו', עשאו מלשון 'ערמה', והביאור בזה שאונקלוס רצה לפרש שהמים נצבו ועמדו על מעמדם ולא נפלו, ודוק).

אבער א נער מעסט זיך יא לויט וויפיל חכמה מ'פארמאגט, א נער איז איינער וואס איז אויסגעליידיגט פון חכמה (נער -שמנוער מכל (רש''י)) און מ'דארף אים אנפילן מיט דעת.
און דער פסוק רעדט פון ביידע מענטשן, אז סיי פאר דעם פתי וואס איז נישט פעסט מיט זיך, וועט עס געבן ערמה זיך צו אוועקשטעלן שטארק און נישט פאלן, און אז סיי פאר דעם נער וואס איז ליידיג פון חכמה וועט עס אים אנפילן מיט דעת ומזמה. (כנלע''ד).
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

פסוק ה: יִשְׁמַע חָכָם וְיוֹסֶף לֶקַח וְנָבוֹן תַּחְבֻּלוֹת יִקְנֶה:

פירוש המילות – און נישט נאר פאר דעם נארישער אים צו קלוגן איז דאס געשריבן, נאר אויך -יִשְׁמַע חָכָם א קלוגער זאל דאס הערן וְיוֹסֶף און ער וועט פארמערן, נאך לֶקַח לערנונגען. וְנָבוֹן און א פארשטענדליכער תַּחְבֻּלוֹת וועט ערפינדונגען יִקְנֶה זיך איינקויפן.

ביאור – די פסוק זאגט ווייטער אז נישט נאר זענען די פסוקים - די משלים - פארפאסט געווארן פאר די נישט קלוגע זיי צו קלוג מאכן, נאר עס איז אויך געמאכט פאר די קלוגע און געלערנטע, און יִשְׁמַע חָכָם א קלוגער וואס פארמאגט שוין חכמה און וועט דאס לערנען וְיוֹסֶף לֶקַח וועט ער נאכמער פארמערן זיין חכמה, ווייל ס'איז נישט דא קיין שיעור וויפיל חכמה מ'קען אלס פארמערן און צולייגן. און מער פון דעם איז אז וְנָבוֹן איינער וואס איז פארשטענדליך אפצולערנען גוט זאכן און ארויסנעמען פון דעם נייע זאכן פון זיין לערנונג, וועט ער נישט נאר פארמערן חכמה דאס וואס ער לערנט, נאר -תַּחְבֻּלוֹת יִקְנֶה ער וועט קענען ארויסנעמען פון די פסוקים נייע ערפינדונגען און פרישע חידושים אין דברי חכמה (רש''י, מלבי''ם). דאס מיינט צו זאגן אז אין די פסוקים ליגן זייער אסאך און מ'קען עס אפלערנען אן א עק, ס'איז דא די פשוט'ע זאכן וואס מ'קען זיך לערנען, און אויסערדעם ליגט באהאלטן אין דעם אן א שיעור טיפע דברי חכמה, און וואס מער מ'טוט זיך פארטיפן און זיך דערגרינטעווען צו אפלערנען די פסוקים קען מען אנטפלעקן מער און מער. אזויווי די פסוק גייט עס ברייטער אויסשמועסן אינעם קומענדיגן פסוק.

פסוק ו: לְהָבִין מָשָׁל וּמְלִיצָה דִּבְרֵי חֲכָמִים וְחִידֹתָם:

פירוש המילות – לְהָבִין צו פארשטיין מָשָׁל די משל וּמְלִיצָה און די אפטייטש פונעם משל (-די נמשל) דִּבְרֵי חֲכָמִים די רייד פון די חכמים וְחִידֹתָם און זייערע רעטענישן.

ביאור – די פסוקים און די אפלערנונגען פון דעם זענען געשריבן געווארן אויף א זייער וואונדערליכע וועג, ווייל געווענליך ווען איינער וויל פארשטיין געבן עפעס א מושכל מיט א משל, וועט די משל פאר זיך נישט אנטהאלטן קיין חכמה, די משל איז בלויז א מיטל צו פארשטיין מיט דעם דער נמשל וואס דארטן איז די דברי חכמה וואס ער וויל פארשטיין געבן. אבער
אנדערש זענען געשריבן געווארן די פסוקים פון משלי, אז אויך די משל זעלבסט אנטהאלט דברי חכמה און האט אויך גוטע לימודים זיך צו אפלערנען. ווי צום ביישפיל, ווען די פסוק זאגט א משל פון די נידריגקייט פון גיין נאך א אשה זונה, וויל ער דערמיט אונז לערנען צו פארגליכענען און ארויסברענגן אינעם נמשל די נידריגקייט פון אוועקגיין פונעם אויבערשטן און נאך גיין עבודה זרה. אבער אויך די לימוד פון די משל זעלבסט פון נישט נאכגיין נאך א אשה זונה איז אויך א וויכטיגע לימוד צו דערלערנען. דאס הייסט אז סיי אינעם משל און סיי אינעם נמשל זענען דא דברי חכמה צו אפלערנען (רש''י, מצו''ד).

טוט דא די פסוק אויסשמועסן ביידע לערנונגען וואס קלוגע קענען זיך אפלערנען פון די פסוקים, און דאס איז א המשך פונעם פריערדיגן פסוק וואס האט עס צוטיילט אז די פסוקים זענען סיי פאר דער חכם און סיי פאר דער נבון, לְהָבִין מָשָׁל מ'קען גוט לערנען די משל זעלבסט ווי דער חכם און דאס אליינס וועט אים שוין גיבן צו פארשטיין א לעהרע פון חכמה, וּמְלִיצָה און מ'קען זיך פארטיפן ווי דער נבון צו פארשטיין די אפטייטש וואס מ'נעמט ארויס פונעם משל, און די אפטייטשן האבן נישט קיין עק, ס'איז אלס דא נייע דברי חכמה וואס מ'קען אפלערנען און ארויסנעמען פון די משל. און מיט תחבולות וועט דער נבון אייביג אויפקומען מיט א נייע דערהער וואס ער האט אפגעלערנט פונעם משל (רש''י, מצו''ד).

און אויך וויבאלד ער האט שוין קונה געווען די אופני התחבולות זיך צו פארטיפן צו פאשטיין די עומק וואס ליגט אין דעם, וועט אים דאס אויך צוברענגן די זעלבע ביים לערנען דִּבְרֵי חֲכָמִים, וועט ער לערנען די פשוט'ע רייד פון די חכמים און אפלערנען פון דעם דברי חכמה, וְחִידֹתָם און ער וועט אריינגיין טיפער צו פארשטיין די פארבארגענע און באהאלטענע זאכן וואס ליגט אין זייערע ווערטער, און ארויסלערנען מער און מער פון זייערע טיפע ווערטער (מלבי''ם).
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

פסוק ז: יִרְאַת ה' רֵאשִׁית דָּעַת חָכְמָה וּמוּסָר אֱוִילִים בָּזוּ:

פירוש המילות - יִרְאַת ה' מורא האבן פארן אויבערשטען רֵאשִׁית דָּעַת איז די ערשטע זאך וואס מ'דארף וויסן, ווייל חָכְמָה קלוגשאפט וּמוּסָר און מוסר אֱוִילִים טוען די זינדיגע סקעפטיקער בָּזוּ זיי פארשעמען:

ביאור – ביז אהער איז געווען די אריינפיר צום ספר, און יעצט הייבט ער אן דעם ספר מיט זיינע לימודים, און די ערשטע זאך וואס די פסוק גייט דא לערנען איז א וויכטיגע הקדמה צו קענען בכלל קונה זיין די חכמה. און דאס איז יִרְאַת ה' רֵאשִׁית דָּעַת די ערשטע זאך וואס א מענטש דארף צו וויסן איז יראת ה', צו מורא האבן פונעם אויבערשטען. און נאר נאכן האבן יראת ה' וועט ער קענען לערנען חכמה. ווייל חָכְמָה וּמוּסָר אֱוִילִים בָּזוּ די זינדיגע מענטשן זיי טוען אפווארפן און פארשעמען סיי וועלכע חכמה און סיי וועלכע פירונגען פון נמיסיות און עטישקייט. דאס מיינט, אז אויב איז נישט דא קיין יראת ה' וועט חכמה גארנישט קענען העלפן, ווייל זיי טוען אוועקווארפן און פארשעמען חכמה, עס האט בכלל נישט קיין חשיבות ביי זיי. און אויב ווילסטו לערנען חכמה איז די ערשטע זאך צו מורא האבן פון אויבערשטען (רש''י ומצו''ד).

אויבן אין פסוק ד' האט די פסוק געזאגט 'לתת לפתאים ערמה לנער דעת ומזמה', ווייל דער פתי און דער נער טוען נישט אפווארפן חכמה, נאר א פתי איז נישט גענוג באפעסטיגט און שטארק מיט חכמה און א נער איז ליידיג פון חכמה, אבער אויב האבן זיי יראת ה' קענען זיי אויך קונה זיין די חכמה און זיך קלוגן. אבער דא רעדט די פסוק פון 'אוילים', א 'אויל' איז אזא איינער וואס איז סקעפטיש, און טוט אפווארפן אלעס און וויל נישט מקבל זיין דברי חכמה. – ['אויל' נגזר ממילת אולי, שמורה על הספק, והם האנשים המטילים ספקות על כל דבר, ואי אפשר להם לקבל חוקי החכמה, שמטילים ספק באמיתתם] (מלבי''ם).

פסוק ח: שְׁמַע בְּנִי מוּסַר אָבִיךָ וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ:

פירוש המילות – שְׁמַע הער צו בְּנִי מיין זוהן מוּסַר די שטראף אָבִיךָ פון דיין טאטע, וְאַל תִּטֹּשׁ און טוה נישט אפלאזן תּוֹרַת די לערנונג אִמֶּךָ פון דיין מאמע:

ביאור – אין דעם ספר טרעפט מען אסאך פסוקים וואס זאגן אן פארן טאטע צו מוסר זאגן פארן קינד אים צו אויסלערנען די ריכטיגע וועג וויאזוי צו גיין, און אויך אסאך פסוקים וואס זאגן פארן קינד זיך צוהערן וואס זיין טאטע לערנט אים. די וויכטיגקייט דערפון איז ווייל ווען מ'איז נאך יונג האט מען נאטורליך נישט גוטע פירונגען און שווערע מידות מיט וואס מ'איז געבוירן דערמיט, און אויב וועט ער זיך אינגערהייט איינגעוואוינען אין די נישט גוטע פירונגען וועט שפעטער ווען ער וועט עלטער ווערן זיין זייער שווער זיך אפגעוואוינען פון די נישט גוטע פירונגען. צוליב דעם איז זייער וויכטיג שוין אין די יונגע יארן זיך איינגעוואוינען מיט גוטע פירונגען (רבינו יונה). פארדעם זאגט די פסוק שְׁמַע בְּנִי הער גוט צו מיין זוהן ווען די ביסט נאך יונג, צו מוּסַר אָבִיךָ ווי ער פירט דיר און ווייזט דיר דעם גוטן וועג וויאזוי זיך צו פירן, וְאַל תִּטֹּשׁ תּוֹרַת אִמֶּךָ און די זעלבע לאז נישט אפ די ריכטיגע וועג וואס דיין מאמע לערנט דיר.

די סיבה פארוואס די פסוק דא זאגט פארן קינד צו אויסהערן די מוסר פון זיינע עלטערן, בעפאר די פסוק זאגט פאר די עלטערן צו זאגן מוסר און מדריך זיין דעם קינד, איז וויבאלד די פסוק גייט אין המשך פונעם פריערדיגן פסוק וואס לערנט אונז אז מ'דארף האבן יראת ה' כדי צו קענען בכלל אננעמען חכמה און מוסר, זאגט דא די פסוק אז די ערשטע זאך פאר א קינד איז אז ער דארף קענען צוהערן און אננעמען פון זיינע עלטערן זייערע מוסר ווערטער און הדרכה (כנלע''ד).
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

פסוק ט: כִּי לִוְיַת חֵן הֵם לְרֹאשֶׁךָ וַעֲנָקִים לְגַרְגְּרֹתֶיךָ:

פירוש המילות - כִּי ווייל לִוְיַת א בעהעפטונג חֵן פון חן הֵם זענען זיי (-די מוסר רייד) לְרֹאשֶׁךָ צו דיין קאפ, וַעֲנָקִים און א קייטל פון רינגעלעך לְגַרְגְּרֹתֶיךָ צו דיין האלדז:

ביאור – די פסוק פירט אויס, דו זאלסט צוהערן און אננעמען די מוסר און די לערנונג פון דיינע עלטערן כִּי לִוְיַת חֵן הֵם לְרֹאשֶׁךָ ווייל זייערע ווערטער וועלן דיר אויסגראדן דיינע מחשבות אין געדאנקן אין קאפ און עס וועט דיר ברענגן חן, וַעֲנָקִים לְגַרְגְּרֹתֶיךָ און די פסוק טוט עס צוגליכענען צו א קייטל וואס באצירט די האלדז, ווייל אין די האלדז זענען די כלי הדיבור, דאס מיינט, אז דיינע ווערטער וועלן טראגן א חשיבות און עס וועט זיין שיין באצירט (רבינו יונה, רלב''ג, מלבי''ם). און נאך א לערנונג פונעם צוגלייך צו א קייטל איז, אז אזויווי א קייטל איז צוזאמענגעשטעלט פון רינגעלעך רינגעלעך און דאס טוט שיין באצירן די מענטש, אזוי אויך וועלן יעדע איינע פון דיינע מעשים דיר שיין באצירן (גר''א). נאך לערנט אונז די פסוק, אז דו זאלסט נישט מיינען אז ס'איז בעסער צו גיין אויף א פרייע וועג ווייל ס'איז שווער צו טראגן די עול פון גיין אויף די ריכטיגע וועג, לערנט אונז אבער די פסוק אז פונקט ווי א קייטל וואס ליגט אזויווי א יאך אויפן האלז, אבער ס'איז נישט שווער פאר א מענטש עס צו טראגן, נאר ס'טוט נאך באצירן דעם מענטש, און ער האט הנאה עס צו טראגן, די זעלבע זאל ער אננעמען די מוסר פון זיינע עלטערן וואס פירן אים אויפן ריכטיגן וועג און ס'וועט אים נאך באצירן מיט שיינקייט און מיט חן (מנחת ערב).

פסוק י: בְּנִי אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים אַל תֹּבֵא:

פירוש המילות - בְּנִי מיין זוהן אִם יְפַתּוּךָ אויב טוען דיר איבעררעדן חַטָּאִים זינדיגע מענטשן אַל תֹּבֵא לאז זיך נישט פון זיי:

ביאור – נאכדעם וואס די פסוק זאגט אן צו אויסהערן און מקבל זיין מוסר, זאגט די פסוק נאך א וויכטיגע לערנונג וויאזוי צו קענען גיין אויפן ריכטיגן וועג, און דאס איז אז ער זאל זיין אין א ערליכע געזעלשאפט. זאגט אים די פסוק אן - בְּנִי מיין קינד, אִם יְפַתּוּךָ חַטָּאִים אַל תֹּבֵא אויב ווילן זינדיגע מענטשן דיר איבעררעדן צו גיין מיט זיי, לאז זיך נישט פון זיי, ווייל אויב וועסטו זיך דרייען מיט זינדיגע וועסטו נישט קענען גיין אויפן ערליכע וועג (רבינו יונה). אפילו זיי רעדן דיר נאכנישט צו צו טון עבירות, נאר צו זיך צו דרייען מיט זיי, זאלסט זיך נישט לאזן פון זיי, נאר זאלסט זיין אין א ערליכע געזעלשאפט (גר''א). [ועיי''ש שמדייק מלשון הקרא 'אם יפתוך חטאים', וכי אם יפתוהו צדיקים לחטוא יתפתה להם, רק כוונת הכתוב לומר דעצם פיתוי חטאים אל תובא, וכן דייקו המפרשים מהפסוקים הבאים].
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 847

Re: ספר משלי

פאוסט דורך צווייטער »

פסוק י''א: אִם יֹאמְרוּ לְכָה אִתָּנוּ נֶאֶרְבָה לְדָם נִצְפְּנָה לְנָקִי חִנָּם:

פירוש המילות – אִם יֹאמְרוּ אויב זיי וועלן זאגן לְכָה אִתָּנוּ גיי מיט אונז, נֶאֶרְבָה לאמיר לאקערן לְדָם צו פארגיסן בלוט, נִצְפְּנָה לאמיר זיך באהאלטן (און לאקערן) לְנָקִי צו א ריינע (אומשולדיגער) מענטש חִנָּם (צו פארגיסן זיין בלוט) אומזינסט:

ביאור - ווען א טאטע טוט אנזאגן זיין קינד צו זיין אין א ערליכע געזעלשאפט, און נישט זיך דרייען צווישן זינדיגע, וועט ער אים געבן צו פארשטיין ווי ווייט דאס קען זיך דערקייקלען, און ווי שטארק נידריג די זינדיגע מענטשן קענען אנקומען, כדי דאס קינד זאל פארשטיין אז דאס איז טאקע זייער הארב פון וועגן ער זאל נישט אנהייבן צו גיין מיט די זינדיגע מענטשן (רלב''ג, מלבי''ם). פארדעם הייבט דער טאטע אן מיטן זאגן א ווייטע ביישפיל וואס זיי וועלן זאגן נאכן גיין מיט זיי און זיך באהעפטן מיט זיי - אִם יֹאמְרוּ לְכָה אִתָּנוּ זיי וועלן דיר זאגן קום מיט אונז, נֶאֶרְבָה לְדָם לאמיר לאקערן נאך מענטשן צו פארגיסן בלוט, און זיי וועלן עס איבערזאגן נאכאמאל ווי עס איז די סדר פון מפתים -נִצְפְּנָה לְנָקִי לאמיר זיך באהאלטן צו כאפן א א אומשולדיגער מענטש חִנָּם און אים הרגנ'ען אומזינסט (מצו''ד).

פסוק י''ב: נִבְלָעֵם כִּשְׁאוֹל חַיִּים וּתְמִימִים כְּיוֹרְדֵי בוֹר:

פירוש המילות - נִבְלָעֵם לאמיר זיי איינשלינגען כִּשְׁאוֹל אזויווי אין א לאך חַיִּים לעבעדיגערהייט, וּתְמִימִים און גאנצערהייט (לאמיר אים בארויבן) כְּיוֹרְדֵי בוֹר אזויווי איינער וואס נידערט אין א גרוב (צום טויט):

ביאור – די זינדיגע וועלן דיר זאגן ווייטער זייער נידריגער פלאן, נִבְלָעֵם לאמיר בארויבן דעם פארמעגליכער און איינשלינגען זיין גאנצער פארמעגן כִּשְׁאוֹל פונקט ווי א לאך שלינגט איין גאנצערהייט און לאזט גארנישט איבער, חַיִּים לאמיר שוין גיין אים בארויבן ווען ער לעבט נאך אריין אין זיין רייכטום (כן פי' המצו''ד חיים, בעודם בחוזק העושר). וּתְמִימִים און יעצט ווען ער איז נאך גאנץ מיט זיין פארמעגן, לאמיר עס פארכאפן אינגאנצן כְּיוֹרְדֵי בוֹר פונקט ווי איינער וואס פאלט אריין אין גרוב אריין גאנצערהייט (רש''י, מצו''ד. ע''ד הפשט הוא כפל הדברים במלות שונות, ויורה על התמדת הפיתוי).
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שרייב פאוסט