שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

פאוסט דורך שואל כענין »

אין די עולם התורה איז דא אסאך ספיקות וחקירות וואס הלכה'דיג גערעדט איז נישטא אויף דעם קיין קלארע וועג ארויס. אבער אויף למעשה געבן זיך די חכמי הדורות ע''פ רוב אן עצה וואס צו טוהן אויף למעשה, אבער די ספק איז באמת נאך אלץ קאי וקיים. די ערשטע וועלן מיר אנהויבען מיט די באקאנטע חקירה פונעם מנחת חינוך אין מצוה ד'.
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

מען שטייט יעצט ל' אדר, בית דין הענגט אויף גרויסע פלאקאטען אין די גאסן אז עס ווערן געזוכט צוויי עדים וואס האבן געזעהן די לבנה בחידושה ווייל בית דין וויל מקדש זיין די חודש כמצות התורה.

קומען אריין אין ב''ד שטיבעל צוויי אידן, ראובן און שמעון און זיי זאגן אז מיר זענען נעכטען אכט אזייגער ביינאכט געשטאנען אויף א צוואנציג שטאקיגע בנין אין צענטער פון ירושלים, און מיר האבן געזעהן די לבנה. טאקע א קליינע אבער דאך די פארלאנגטע שיעור כדי צו קענען מקדש זיין די חודש.
בית דין נעמט זיך צו די ארבעט פון חקירות ודרישות אזוי ווי אויסגעשמועסט ברייט אין מסכת ראש השנה. און יא, אלעס שטימט טאקע. די פונקטליכע פרטים וואס די עדים געבן איבער שטימט פונקט מיט די הוראות פון רבן גמליאל. און בית דין גרייט זיך טאקע צו מקדש זיין די חודש.

אין די לעצטע מינוט קומען אריינצושטורעמען צוויי קינדער לוי און יהודה און זיי זאגן פאר בית דין איין מינוט! איר זאלט נישט נישט גלייבען קיין איין ווארט וואס ראובן ושמעון זאגן אייך, ווייל מיר זענען נעכטען נאכט אכט אזייגער געווען אין מירון, און האבן מיר דארט געזעהן נישט קיין אנדערע ווי די ראובן ושמעון. און אויב אזוי מוז זיין אז זייער אנגעבליכע עדות'שאפט וואס זיי האבן געזעהן אין ירושלים אכט אזייגער איז פאלטש!

בית דין פארלירט זיך נישט און זאגט פאר די צוויי קינדער, אז כדי צו קענען עדות זאגן מוז מען זיין דרייצען יאר אלט. ענטפערן די צוויי קינדער, מיר האבן דא צוויי עדים יששכר און זבולן וואס זאגן עדות אויף אונז אז מיר זענען געבוירען געווארן א' ניסן מיט פונקט דרייצען יאר צוריק. און אויב אזוי קען מען שוין פון אונז מקבל זיין עדות!

דא זענען די דיינים אריין אין א פארלעגענהייט. פון איין זייט האבן מיר עדות פון צוויי כשרע עדים אז זיי האבן געזעהן די לבנה, און ממילא ע''פ תורה זענען מיר מחיוב צו מקדש זיין דעם חודש. אבער מצד אחר זענען דא צוויי עדות וואס זענען מזים די ערשטע כת עדים.
יעצט לאמיר אריינקלערן. אויב נעמען מיר טאקע נישט אן די עדי החודש צוליב די הזמה פון די צוויי מזימין, קומט דאך אויס אז יעצט איז נאר ל' אדר און ממילא זענען לוי און יהודה נאכנישט קיין גדולים ווייל זיי זענען דאך געבוירען א' ניסן. קומט אויס אז ראובן ושמעון זענען יא באגלייבט און מיר מוזן מקדש זיין דעם חודש ע''פ תורה. אבער אויב גייען מיר ווייטער און מיר זענען טאקע מקדש דעם חודש קומט אויס אז לוי און יהודה זענען יא גדולים, איז זייער א הזמה טאקע א גוטע הזמה. און אויב אזוי קען מען דאך נישט מקדש זיין ווייל ראובן ושמעון זענען דאך פאלטשע עדות.
וואס טוט מען?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4656

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך וואוילער »

זייער אינטערעסאנט!

איז עס נישט אז על פי תורה קוקט מען אויף שתי שערות?
אויב אזוי קומט אויס אז ס'מאכט נישט קיין חילוק די דאטום.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1156

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער אינטערסאנט!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איד »

געהערט אמאל א שיינע גלגל

געווען א איד וואס האט געגעבן א גט פאר זיין פרוי, בתנאי אז די גאנצע וואך וועט זי נישט עסן אדער טרינקען עפעס וואס איז אסור פאר איר

א טאג דערויף האט די פרוי געמאכט א נדר אז זי גייט נישט טרינקען קיין וויין פאר א וואך
די (געוועזענע) מאן האט געהערט, און גלייך מפיר געווען די נדר

א טאג שפעטער האט זי געטרינקן וויין

יעצט אויב האט די גט חל געווען, איז ער שוין נישט געווען די מאן, האט ער נישט געקענט מפיר זיין, האט זי געטרינקן עפעס וואס איז אסור פאר איר, האט דאך נישט די גט חל געווען, איז ער נאך יא געווען די מאן, האט ער געקענט מפיר זיין, האט זי נישט געטרינקן א איסור , האט די גט יא חל געווען, ......

פארשטייסט .....
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4656

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך וואוילער »

איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:33 pm
פארשטייסט .....
כ'זאל נאך פארשטיין אויך...
פארוואס ער האט געגעבן א גט פארשטיי איך.

עכ״פ ס'איז א שיינע שאלה.

לכאורה רעדסטו אז ער האט געזאגט אז סוף וואך וועט חל זיין די גט למפרע.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:48 pm זייער אינטערעסאנט!

איז עס נישט אז על פי תורה קוקט מען אויף שתי שערות?
אויב אזוי קומט אויס אז ס'מאכט נישט קיין חילוק די דאטום.
יא יא, מיט שתי שערות וואס ביז די דרייצען איז עס שומה בעלמא, און הערשט יעצט ווערט ער א גדול...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1621
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3857

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך נקודות טובות »

איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:33 pm געהערט אמאל א שיינע גלגל

געווען א איד וואס האט געגעבן א גט פאר זיין פרוי, בתנאי אז די גאנצע וואך וועט זי נישט עסן אדער טרינקען עפעס וואס איז אסור פאר איר

א טאג דערויף האט די פרוי געמאכט א נדר אז זי גייט נישט טרינקען קיין וויין פאר א וואך
די (געוועזענע) מאן האט געהערט, און גלייך מפיר געווען די נדר

א טאג שפעטער האט זי געטרינקן וויין

יעצט אויב האט די גט חל געווען, איז ער שוין נישט געווען די מאן, האט ער נישט געקענט מפיר זיין, האט זי געטרינקן עפעס וואס איז אסור פאר איר, האט דאך נישט די גט חל געווען, איז ער נאך יא געווען די מאן, האט ער געקענט מפיר זיין, האט זי נישט געטרינקן א איסור , האט די גט יא חל געווען, ......

פארשטייסט .....
דאס איז א חקירה פון ר' חיים בערלין א זון פונעם נצי''ב אין ירחון יגדיל תורה.
האסט אבער פארגעסען א וויכטיגע נקודה. די ספק איז נאר ווען איינער געבט א גט ''מעכשיו'' ע''מ. ווייל אויב זאגט ער נישט מעכשיו איז די גט נאר חל בשעת קיום התנאי וואס אויב אזוי קען ער נאך מפיר זיין די נדר עד קיום התנאי און די ספק איז קיין ספק. (הגם אין שלחן ערוך איז געפסק'ענט לחומרא ווען ער זאגט נישט מעכשיו, איז עס נאר א חומרא)

די מהרש''ג האט אן ענליכע חקירה. איינער איז מקדש א פרוי ע''מ זי עסט נישט קיין דבר אסור פאר דרייסיג טעג. און זי איז געגאנגען און געמאכט א נדר נישט צו עסן א געוויסע זאך. און די טאטע האט מפיר געווען די נדר, און זי האט עס געגעסן.
מיר ווייסען דאך אז אן ארוסה דארפן סיי די טאטע און סיי די מאן מפיר זיין. קומט אויס אז זי האט געגעסן א דבר אסור און עובר געווען די תנאי, ממילא איז די קידושין נישט קיין קידושין. און אויב איז די קידושין נישט קיין קידושין, איז זי דאך נישט קיין ארוסה דארף נאר די טאטע מפיר זיין, און אויב נאר די טאטע דארף מפיר זיין האט ער דאך מפיר געווען, ממילא האט זי נישט עובר געווען די תנאי, איז די קידושין יא חל, און אויב איז די קידושין יא חל דארף דאך די מאן אויך מפיר זיין.....
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איד »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:33 pm

ש'כח
געהערט אפאר יאר צירוק
איך מיין יענער האט עס טאקע נאכגעזאגט פון ר' חיים
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך Programming »

שואל כענין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:29 pm מען שטייט יעצט ל' אדר, בית דין הענגט אויף גרויסע פלאקאטען אין די גאסן אז עס ווערן געזוכט צוויי עדים וואס האבן געזעהן די לבנה בחידושה ווייל בית דין וויל מקדיש זיין די חודש כמצות התורה.

קומען אריין אין ב''ד שטיבעל צוויי אידן, ראובן און שמעון און זיי זאגן אז מיר זענען נעכטען אכט אזייגער ביינאכט געשטאנען אויף א צוואנציג שטאקיגע בנין אין צענטער פון ירושלים, און מיר האבן געזעהן די לבנה. טאקע א קליינע אבער דאך די פארלאנגטע שיעור כדי צו קענען מקדש זיין די חודש.
בית דין נעמט זיך צו די ארבעט פון חקירות ודרישות אזוי ווי אויסגעשמועסט ברייט אין מסכת ראש השנה. און יא, אלעס שטימט טאקע. די פונקטליכע פרטים וואס די עדים געבן איבער שטימט פונקט מיט די הוראות פון רבן גמליאל. און בית דין גרייט זיך טאקע צו מקדש זיין די חודש.

אין די לעצטע מינוט קומען אריינצושטורעמען צוויי קינדער לוי און יהודה און זיי זאגן פאר בית דין איין מינוט! איר זאלט נישט נישט גלייבען קיין איין ווארט וואס ראובן ושמעון זאגן אייך, ווייל מיר זענען נעכטען נאכט אכט אזייגער געווען אין מירון, און האבן מיר דארט געזעהן נישט קיין אנדערע ווי די ראובן ושמעון. און אויב אזוי מוז זיין אז זייער אנגעבליכע עדות'שאפט וואס זיי האבן געזעהן אין ירושלים אכט אזייגער איז פאלטש!

בית דין פארלירט זיך נישט און זאגט פאר די צוויי קינדער, אז כדי צו קענען עדות זאגן מוז מען זיין דרייצען יאר אלט. ענטפערן די צוויי קינדער, מיר האבן דא צוויי עדים יששכר און זבולן וואס זאגן עדות אויף אונז אז מיר זענען געבוירען געווארן א' ניסן מיט פונקט דרייצען יאר צוריק. און אויב אזוי קען מען שוין פון אונז מקבל זיין עדות!

דא זענען די דיינים אריין אין א פארלעגענהייט. פון איין זייט האבן מיר עדות פון צוויי כשרע עדים אז זיי האבן געזעהן די לבנה, און ממילא ע''פ תורה זענען מיר מחיוב צו מקדיש זיין דעם חודש. אבער מצד אחר זענען דא צוויי עדות וואס זענען מזים די ערשטע כת עדים.
יעצט לאמיר אריינקלערן. אויב נעמען מיר טאקע נישט אן די עדי החודש צוליב די הזמה פון די צוויי מזימין, קומט דאך אויס אז יעצט איז נאר ל' אדר און ממילא זענען לוי און יהודה נאכנישט קיין גדולים ווייל זיי זענען דאך געבוירען א' ניסן. קומט אויס אז ראובן ושמעון זענען יא באגלייבט און מיר מוזן מקדיש זיין דעם חודש ע''פ תורה. אבער אויב גייען מיר ווייטער און מיר זענען טאקע מקדיש דעם חודש קומט אויס אז לוי און יהודה זענען יא גדולים, איז זייער א הזמה טאקע א גוטע הזמה. און אויב אזוי קען מען דאך נישט מקדיש זיין ווייל ראובן ושמעון זענען דאך פאלטשע עדות.
וואס טוט מען?
דאס האט פערצופאל יא א וועג ארויס, מאיימים על העדים (וועלכע כת בי"ד וויל נישט אננעמען - הגם די חלק פון די מזימים הייסן אפשר געהעריגע געווענליכע עדות וואס מען קען זיך נישט אזוי ארום שפילן) און ביי"ד טוט וואס זיי האבן צו טון
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איך ווייס »

איך ווייס נישט טאמער די זאגסט עס נאך פון איינעם, אדער סאיז דיין אייגענס, אבער לכאורה איז דאס נישט ריכטיג, די קטנים ווערן נישט קיין גדולים, ביז נאך פסק דין, און נאך פסק דין, דרייט מען שוין נישט צוריק.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איד »

איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:19 pm

ער שרייבט דאך איין תגובה פריער, אז ס'איז פון די מנחת חינוך
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

Programming האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 9:50 pm
שואל כענין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:29 pm
► Show Spoiler
דאס האט פערצופאל יא א וועג ארויס, מאיימים על העדים (וועלכע כת בי"ד וויל נישט אננעמען - הגם די חלק פון די מזימים הייסן אפשר געהעריגע געווענליכע עדות וואס מען קען זיך נישט אזוי ארום שפילן) און ביי"ד טוט וואס זיי האבן צו טון
דו זאגסט דאך אליינס אז דיין מהלך איז נישט הלכה'דיג אויסגעהאלטען, נאר ב''ד קען טרעפן א וועג ארויס....
אבער די אמת איז אז מאיימים איז נישט קיין מעטאד וואס ארבעט אלעמאל. אויב זאלן די כת השקרנים (די ערשטע אדער צווייטע, נישט קיין חילוק ווער) זיין געשולטע ליגנערס, און מאיימים העלפט נישט. בלייבט ב''ד אין די זעלבע פארלעגענהייט....
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:19 pm
שואל כענין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:29 pm
► Show Spoiler
איך ווייס נישט טאמער די זאגסט עס נאך פון איינעם, אדער סאיז דיין אייגענס, אבער לכאורה איז דאס נישט ריכטיג, די קטנים ווערן נישט קיין גדולים, ביז נאך פסק דין, און נאך פסק דין, דרייט מען שוין נישט צוריק.
איך האב מקדים געווען אז דאס איז א ספק פון רבי יוסף באב''ד דער בעל מנחת חינוך אין מצוה ד' ס''ק ט''ו. אבער לאמיר עס אביסעל צונעמען וועט איר זעהן אז ס'איז יא שווער.

דאס איז קלאר פון די גמרא אין ראש השנה (בענין בראשונה היה מקבלין כל היום וכו', ועיין בפירוש הרמב''ם שמפרש כן בכל חודש) אז ווען די עדים קומען אינמיטען יום שלושים און זאגן אז זיי האבן געזעהן די לבנה ווערט די גאנצע טאג למפרע ראש חודש, און נישט נאר פון יעצט און ווייטער.

יעצט לאמיר גיין נאך א שטאפעל ווייטער. וואס טוט זיך מיט צוויי קינדער וואס ווערן דרייצען א' ניסן. און זיי זאגן עדות ביום שלושים לאדר אז זיי האבן געזעהן די לבנה ליל שלושים. וואס לויט דעם קומט אויס אז אויב נעמסטו אן זייער עדות איז דאך היינט א' ניסן, און ממילא זענען זיי גדולים, זענען זיי טאקע נאמן. קומט אויס זיי מאכן זיך אליינס פאר גדולים. איז די שאלה קען ב''ד אננעמען אזעלכע עדות אדער נישט.

די שאלה זאגט די מנחת חינוך ווענדט זיך אין צווי תירוצים אין תוס' אנהויב מסכת מכות אויב ביי יעדע עדות'שאפט מוזן די עדים זיין עדים שאתה יכול להזימם, אדער נישט.
די קינדער קענסטו דאך נישט מזים זיין, ווייל אויב קומען עדים און זאגן עמנו הייתם קענסטו דאך זיי גארנישט טוהן, וויבאלד זיי זענען קטנים. (אלא דיש לומר דאם יבואו עדים אחרים ויעידו שפיר הוה עדות שאתה יכול להזימם, שהרי הם גדולים ממקום אחר) קומט אויס אז אויב זאגסטו אז עדי קידוש החודש מוז זיין עדות שאתה יכול להזימם, קען מען נישט מקבל זיין עדות פון די קטנים. אבער אויב דארף נישט זיין עדות שאתה יכול להזימם, קען ב''ד יא מקבל זיין די עדות!

יעצט צוריק צום ארגינעלען ספק. איינמאל מען פארשטייט שוין אז ראש חודש הויבט זיך אן פון ביינאכט, ווי אזוי קען בית אננעמען א כת עדים וואס זיי ווייסען קלאר אז מיטן אננעמען די עדים זענען די צוויי קטנים שוין גדולים פון נעכטען נאכט. און אויב אזוי איז די הזמה א גוטע הזמה, קומט אויס אז זיי שטעכן זיך אליינס מיטן מקבל זיין די עדות'שאפט פון די ערשטע כת?

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

ובדרך אגב וואס טוט זיך אויב סתם א חודש זענען נישט געקומען קיין עדים עדות זאגן אויף די לבנה, וואס אין אזא פאל איז די הלכה אז ראש חודש איז ביום ל''א, און בית דין דארף נישט מקדש זיין די חודש. אבער שפעטער ה' לחודש קומען אן עדות פון אנדערע זייט ארץ ישראל און זאגן אז זיי האבן געזעהן די לבנה ליל שלושים, וואס אויב אזוי האט דאך ב''ד געדארפט מקדש זיין יום שלושים. אויף דעם זאגט די רמב''ם סוף פרק ג' הל' קידוש החודש אז ב''ד קען מקדש זיין די חודש למפרע אז יום שלושים איז געווען ראש חודש, און אנשטאט ה' לחודש ווערט יעצט ו' לחודש. די נפקה מינה וועט זיין ווען עס קומט אויס יום טוב. און אזוי אויך אויב נעקסטע חודש קומען נישט קיין עדים וועט מען נישט ווארטען ביז ל''א, נאר ל' וועט שוין פון זיך אליינס ווערן ראש חודש, וויבאלד ל' ווערט ל''א. עיין בלחם משנה אריכות בזה.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איך ווייס »

שואל כענין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:41 am
איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 11:19 pm
שואל כענין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:29 pm
► Show Spoiler
איך ווייס נישט טאמער די זאגסט עס נאך פון איינעם, אדער סאיז דיין אייגענס, אבער לכאורה איז דאס נישט ריכטיג, די קטנים ווערן נישט קיין גדולים, ביז נאך פסק דין, און נאך פסק דין, דרייט מען שוין נישט צוריק.
איך האב מקדים געווען אז דאס איז א ספק פון רבי יוסף באב''ד דער בעל מנחת חינוך אין מצוה ד' ס''ק ט''ו. אבער לאמיר עס אביסעל צונעמען וועט איר זעהן אז ס'איז יא שווער.

דאס איז קלאר פון די גמרא אין ראש השנה (בענין בראשונה היה מקבלין כל היום וכו', ועיין בפירוש הרמב''ם שמפרש כן בכל חודש) אז ווען די עדים קומען אינמיטען יום שלושים און זאגן אז זיי האבן געזעהן די לבנה ווערט די גאנצע טאג למפרע ראש חודש, און נישט נאר פון יעצט און ווייטער.

יעצט לאמיר גיין נאך א שטאפעל ווייטער. וואס טוט זיך מיט צוויי קינדער וואס ווערן דרייצען א' ניסן. און זיי זאגן עדות ביום שלושים לאדר אז זיי האבן געזעהן די לבנה ליל שלושים. וואס לויט דעם קומט אויס אז אויב נעמסטו אן זייער עדות איז דאך היינט א' ניסן, און ממילא זענען זיי גדולים, זענען זיי טאקע נאמן. קומט אויס זיי מאכן זיך אליינס פאר גדולים. איז די שאלה קען ב''ד אננעמען אזעלכע עדות אדער נישט.

די שאלה זאגט די מנחת חינוך ווענדט זיך אין צווי תירוצים אין תוס' אנהויב מסכת מכות אויב ביי יעדע עדות'שאפט מוזן די עדים זיין עדים שאתה יכול להזימם, אדער נישט.
די קינדער קענסטו דאך נישט מזים זיין, ווייל אויב קומען עדים און זאגן עמנו הייתם קענסטו דאך זיי גארנישט טוהן, וויבאלד זיי זענען קטנים. (אלא דיש לומר דאם יבואו עדים אחרים ויעידו שפיר הוה עדות שאתה יכול להזימם, שהרי הם גדולים ממקום אחר) קומט אויס אז אויב זאגסטו אז עדי קידוש החודש מוז זיין עדות שאתה יכול להזימם, קען מען נישט מקבל זיין עדות פון די קטנים. אבער אויב דארף נישט זיין עדות שאתה יכול להזימם, קען ב''ד יא מקבל זיין די עדות!

יעצט צוריק צום ארגינעלען ספק. איינמאל מען פארשטייט שוין אז ראש חודש הויבט זיך אן פון ביינאכט, ווי אזוי קען בית אננעמען א כת עדים וואס זיי ווייסען קלאר אז מיטן אננעמען די עדים זענען די צוויי קטנים שוין גדולים פון נעכטען נאכט. און אויב אזוי איז די הזמה א גוטע הזמה, קומט אויס אז זיי שטעכן זיך אליינס מיטן מקבל זיין די עדות'שאפט פון די ערשטע כת?
יעצט נאכגעקוקט, קוקט אויס אז די מנחת חינוך פירט אויס אזויווי איך זאג.
ונלע"ד כיון דבשעה שהעדים הכשרים באים ודו"ח אותם הם כשרין גמורין כי מצוה על הב"ד לקבל עדותן והוא מ"ע מן התורה לקבל עדות החודש ואי משום דיודעים דאם יקבלו עדותן יהיו פסולים ויקדשו שלא כדין ז"א דהא באמת אם יקדשו אף שהעדים יפסלו מכל מקום אין לב"ד שום מכשול כי החודש מקודש בדיעבד אפילו ע"י ניזומי' ופסולים
דהיינו אז בשעת פסק דין נעמט מען נישט אן אז די קטנים זענען גדולים, וויבאלד די חודש איז נאכנישט מקודש, איי, בי"ד ווייסט אז זיי גייען פסול ווערן, איז דאס נישט קיין פראבלעם, ווייל בדיעבד א חודש וואס איז מקודש געווארן אפילו עס שטעלט זיך ארויס אז די עדים זענען געווען פסול, איז די חודש מקודש.
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות ספיקות וחקירות וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:04 pm
שואל כענין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:41 am
► Show Spoiler
יעצט נאכגעקוקט, קוקט אויס אז די מנחת חינוך פירט אויס אזויווי איך זאג.
ונלע"ד כיון דבשעה שהעדים הכשרים באים ודו"ח אותם הם כשרין גמורין כי מצוה על הב"ד לקבל עדותן והוא מ"ע מן התורה לקבל עדות החודש ואי משום דיודעים דאם יקבלו עדותן יהיו פסולים ויקדשו שלא כדין ז"א דהא באמת אם יקדשו אף שהעדים יפסלו מכל מקום אין לב"ד שום מכשול כי החודש מקודש בדיעבד אפילו ע"י ניזומי' ופסולים
דהיינו אז בשעת פסק דין נעמט מען נישט אן אז די קטנים זענען גדולים, וויבאלד די חודש איז נאכנישט מקודש, איי, בי"ד ווייסט אז זיי גייען פסול ווערן, איז דאס נישט קיין פראבלעם, ווייל בדיעבד א חודש וואס איז מקודש געווארן אפילו עס שטעלט זיך ארויס אז די עדים זענען געווען פסול, איז די חודש מקודש.
איר זאלט מיר אנטשולדיגען אבער נישט דאס האט איר ג'ענטפערט.
איר האט פארשטאנען אז מען זאל נישט קוקען אויף וואס די קטנים זאגן, וויבאלד זיי זענען דאך נישט קיין גדולים יעצט. און נאר נאכדעם וואס ב''ד איז מקדש דעם חודש ווערן זיי גדולים, און דעמאלט איז שוין מאי דעביד עביד און מען דרייעט נישט צוריק קיין פסק. און אויף דעם האב איך געזאגט אז 'סאיז נישט אמת, ווייל ב''ד קען נישט לכתחילה גיין און מקדש זיין א חודש ווען זיי ווייסען קלאר אז די עדים זענען פאלטש, ווייל די קינדער זענען שוין יא כשר לעדות, און מען דארף יא צוריק דרייען די פסק.

די מנחת חינוך טרעפט אבער א רמב''ם וואס איז מחדש א חידוש ביי קידוש החודש. אז עדים זוממים פסל'ט נישט קידוש החודש, און ווי דער לחם משנה איז מסביר איז דאס וויבאלד די גמרא לערנט ארויס אתם, אז אפי' אויב ב''ד איז מקדש די חודש במזיד ביום שלושים בזמן וואס זיי ווייסען קלאר אז די לבנה איז נאכנישט געזעהן געווארן איז עס נאך אלץ מקודש. ווייל קידוש החודש האט די תורה איבערגעגעבן אינגאנצען פאר ב''ד.
דאס איז א חידוש דוקא ביי הל' קידוש החודש וואס מען זעהט נישט ביי אנדערע זאכן. און דאס האט איר נישט געשריבען.

אויב האט איר דאס מכוון געווען צו שרייבען נאר מאיזה סיבה איז געווען עיקר חסר מן הספר, געב איך אייך דריי הענט 👍👍👍
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איך ווייס »

מיין כוונה איז נאר געווען אויף קידוש החודש צוליב די לימוד פון אתם ואפילו שוגגים, אתם אפילו מוטעין, אתם אפילו מזימין, איך האב עס טאקע נישט ארויסגעשריבן. די נקודה פון למפרע האב איך נישט געכאפט.
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

לויט די מהלך וואס דער מנחת חינוך נעמט, אז מכח אתם ואפי' מזידין קען ב''ד מקדש זיין די חודש קען מען זאגן אז דאס וואס מיר האבן פריער אויסגעשמועסט אז ווען ב''ד איז מקדיש דעם חודש ווערט ראש חודש למפרע פון ביינאכט, אולי במצב כזה וואס ב''ד איז מקדיש די חודש במזיד אן א לבנה קען מען זאגן אז ראש חודש הויבט זיך נאר אן פון יעצט, וויבאלד עס איז דאך ביינאכט נאכנישט געווען קיין לבנה. איי ב''ד האט מקדיש געווען? דאס קען נישט העלפן למפרע.
קומט אויס פון דעם, אז די קטנים זענען הערשט יעצט געווארן גדולים, ווייל נעכטען איז דאך נישט געווען קיין לבנה. און זיי ווערן הערשט יעצט יום שלושים נאכמיטאג גדולים, און ס'איז שוין בכלל קיין עדי הזמה נישטא והכל על מקומו יבוא אפי' אן דעם אתם.

יעצט קען מען פון פריש אנהויבען דרייען. אויב זענען זיי קטנים פון נעכטען איז דאך די ערשטע כת יא באגלייבט, קומט אויס אז עס איז יא געווען א לבנה נעכטן, זענען זיי דאך יא געווען גדולים, איז דאך נישט געווען קיין לבנה, איז דאך עס נאר מקודש אלץ אתם ואפי' מזידים, זענען זיי דאך קטנים................................
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3728

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שמח »

שואל כענין האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:01 pm
יעצט קען מען פון פריש אנהויבען דרייען. אויב זענען זיי קטנים פון נעכטען איז דאך די ערשטע כת יא באגלייבט, קומט אויס אז עס איז יא געווען א לבנה נעכטן, זענען זיי דאך יא געווען גדולים, איז דאך נישט געווען קיין לבנה, איז דאך עס נאר מקודש אלץ אתם ואפי' מזידים, זענען זיי דאך קטנים................................
איז דאס נישט די באקאנטע היתר כרוך?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1621
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3857

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך נקודות טובות »

לגבי די גלגל החוזר פון גט/קידושין על תנאי אז די פרוי גייט נישט עסן קיין דבר אסור, שרייבט רבי בנימין זאב ווילער אין בנימין זאב (אחרון) מאמר י' אזוי.

דאס גופא אז די פרוי איז געגאנגען און געגעסען א זאך פון וואס זי האט געמאכט א נדר אז זי גייט נישט עסן, איז שוין אן איסור דרבנן. ווייל אויב ביסטו נישט זיכער אז די נדר איז טאקע צושטערט, דאן מיט וועלכע היתר גייסטו עסן א זאך וואס איז א ספיקא דאורייתא, מיר ווייסען דאך אז ספיקא דאורייתא איז לחומרא (מדרבנן) ממילא זאגט ער אז וויבאלד זי האט געגעסען א זאך וואס איז אסור מדרבנן, האט זי דאך עובר געווען אויפן תנאי, און די גט איז נישט קיין גט און די קידושין איז נישט קיין קידושין!

די מהרש''ג האט אן אנדערע מהלך ווי פאלגענד.

די גמרא (בבא מציעא ל. פסחים כו:) רעדט בנוגע א פרה אדומה וואס שטייט אין פסוק אשר לא עלה עליה עול. וואס טוט זיך אויב איז די עול ארויף פון זיך אליינס, זאגט די גמרא אז אויב איז עס אים ניחא איז עס אויך פסול און די גמרא האט א לימוד עובד דומיא דעבד.
זאגט דארט די גמרא אז אויב איז עלה עליה זכר, איז עס פסול ווייל ס'איז אים ניחא. פרעגט תוס' לכאורה פארוואס איז עס אים ניחא, אויב פארלירט די פרה אדומה די גאנצע ווערד דורך דעם וואס זי האט קינדער, איז עס אים דאך אודאי נישט ניחא. ווייל א פרה אדומה איז ווערד אסאך מער ווי די קינד.
ענטפערט תוס', אז אויב אויב גיי איך זאגן אז ס'איז כשר קומט אויס אז עס וועט אים זיין ניחא. ממילא אפי' יעצט ווען איך פסל עס איז עס אים נישט ניחא, דאך קען איך אבער נישט כשר'ען.

פארשטייט די מהרש''ג פשט אין תוס' תירוץ, אז אויב די סיבה פארוואס דו פארשטייסט להיתר הויבט זיך אן הערשט נאכן פסק, איז די היתר נישט קיין היתר. וכן נמי הכא, די גט/קידושין איז פסול. איי יעצט קענסטו זאגן הוברר הדבר למפרע אז ס'איז יא א גוטע גט/קידושין, אויף דעם זאג איך ניין, וויבאלד דיין גאנצע טענה הויבט זיך אן שוין נאכדעם וואס איך האב גע'פסק'ענט, ממילא גיי איך נישט יעצט קיין גלגל נאכאמאל!

משא''כ ביי די ספק פון מנחת חינוך ביי קידוש החודש, איז נישט דיין ספק מכח הפסק. נאר דיין ספק איז נאך פארן פסק'ענען אויב מען קען אננעמען די עדים.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שואל כענין
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 1:43 pm
x 56

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך שואל כענין »

קען מען גיין צום נעקסטען?

די ערשטע משנה אין פרק האומר.
האומר לחבירו צא וקדש לי אשה פלונית והלך וקידשה לעצמו מקודשת לשני. אויף דעם זאגט די גמרא, תנא מה שעשה עשוי, אלא שנהג בו מנהג רמאות. און אזוי פסק'ענט די רמב''ם אין הלכות אישות פרק ט' הלכה י''ז העושה שליח לקדש לו אשה והלך וקידשה לעצמו הרי זו מקודשת לשליח, ואסור לעשות כן.

יעצט לאמיר מאכן אזא מעשה. אברהם שיקט א שליח אליעזר צו מקדיש זיין רבקה. אליעזר גייט און אנשטאט מקדיש זיין רבקה פאר אברהם איז ער איר מקדיש לעצמו. און ער זאגט אזוי, הרי את מקודשת לי בפרוטה זו ע''מ שאני צדיק.

קומען מיר צו די באקאנטע גמרא, איינער איז מקדש א פרוי ע''מ שאני צדיק ונמצא רשע, איז זי מקודשת מספק דחיישינן שמא הרהור תשובה בלבו.

יעצט פירט אליינס אויס, אויב זאג איך אז עס איז אסור צו טוהן אזא זאך כמבואר ברמב''ם, קומט אויס אז רבקה איז נישט מקודשת אפי' מספק, ווייל ער טוט דאך יעצט בשעת מעשה א דבר איסור. יעצט אויב זאג איך אינה מקודשת אפילו מספק, קומט אויס אז אליעזר איז יא א צדיק ווייל ער האט דאך גארנישט געטוהן, איז זי דאך יא מקודשת, איז ער שוין ווייטער נישט קיין צדיק, וחזר הדין.......
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4656

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך וואוילער »

איך כאפ נישט וואו איז געווארן די שאלה אויב ס'איז מספק אדער נישט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך איך ווייס »

א חקירה וואס איך האב מיך פונקט יעצט אנגעשטויסן. איינער מאכט תרומה מעכשיו על מנת עס וועט נישט טמא ווערן ביז 30 טאג. יעצט האט די תרומה צוגערירט א שני. אויב וועט מען זאגן אז סאיז תרומה, איז עס געווארן א שלישי, קומט אויס, אז זיין תנאי איז נישט נתקיים געווארן, איז עס נישט קיין תרומה.

אויב איז עס נישט קיין תרומה, דאן קען עס נישט ווערן א שלישי, אם כן איז עס טהור, אם כן איז זיין תנאי יא מקיום געווארן, איז עס יא תרומה, קען עס יא ווערן א שלישי, וחוזר חלילה.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2399
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6259

Re: שאלות, ספיקות, און חקירות, וואס האבן נישט קיין וועג ארויס

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין! יישר כח פאר די ברענגער!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שרייב פאוסט