פרקי אבות מיט א שמייכל

מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

מנהג אבותי בידי, ווי יעדן שבת נאכמיטאג לערן איך מיט מיינע קינדער פרקי אבות, און איך פרוביר עס אראפצולייגן מיט טעם אין א בחינה פון עבדו את השם בשמחה, ווי די תורה זאגט תחת אשר לא עבדת את השם אלוקיך בשמחה, און צומאל מיט א שמייכל גייט עס מער אריין אין די ביינער, האב איך געקלערט מיטצוטיילן דא און ארויפלייגן זאלן אנדערע אויך הנאה האבן, ובזה החלי.

★★★★★★


די רעגירונג איז לעצטנס פיין צולאזט, מען טיילט חלוקות פון אלע זייטן, מילך גיסט זיך ווי וואסער, מען טיילט ריפאנד'ס אזוי שמיר נישט דוכן נישט. $10,000 מילד גערעדט פאר א משפחה פון 6-7 קינדער, אמעריקא האט חובות? א דעפיציט? הע, אין טיימס סקווער אויפן טאוועל, נישט אין די טרעזשורי! ביי די ביכער אין וואשינגטאן אפשר, נישט אין די מינט דעפארטמענט.

הקיצור, וויאזוי זאל ווען זיין אויב די רעגירונג זאל טיילן פראפערטי פאר'ן ציבור? יא, יעדער קריגט א עיקער אדער צוויי, זאל זיין 10 מיט א ברייטקייט, א נחלה פאר יעדע בירגער, איר קענט טוהן דערמיט וואס אייער הארץ באגערט! קוק אהער דער מאניש פאנטאזירט דא, אבער לאמיר חלומ'ן ווייטער, וואס וואלט א נארמאלע מענטש געטוהן דערמיט?

לאמיר נעמען דעם מאניש, איך וואלט אויפגעבויעט א שיינעם מענשאן א פאלאץ, וואס דובאיי זאל זיין א שפיי קעגן דעם, מיט מאסיווע וואסער פאלן. הערליכע לענדסקעיפינג אז מיין באבע וועט אויפשטיין פון קבר, די בנין אינעווענדיג זאל מען שטום ווערן ביים אריינקומען פון איר שיינקייט, א עקסטערע טור גייד פאר מיינע שונאים עס צו באטראכטן און פלאצן, א הערליכע ספעציעלע גארטן צו אויסגראדן די נערוו'ן ווען מען ברויך וויכטיג, א וועג וואס פירט אדורך אויג פארכאפענדע פאנאראמע'ס, מען זאל ארויסקומען פון דארטן מער משוגע ווי ווען מען איז אריין, הכלל די פאלאץ פון מאניש זאל זיין די געשפרעך ביי אינג און אלט.

איצטערט לאמיר נעמען דזשארדזש איינער פון די ברודער'ס אין די הוד, יע דער פון עיר הבירה בראנק'ס, די בראדערהוד! וואס וואלט ער געטוהן דערמיט? בפשטות וואלט נאך יענע נאכט ארויפגעלאנדעט א 60 יעריגע מאביל וואס ער האט באקומען בגניבה פון א חבר זיינע אויך נישט קיין גרויסע צדיק, פענסטער'ס מאן דכר שמי-ה, אביסל צובראכענע גלאז איז נאך דא ארום אלץ א צייכן אז ס'איז געגאנגען שלעק דארט, פארענט פונעם הייזקע איז דא א שפע פון רעדער ס'זאל זיין! אלעס סייזע'ס רעדער מיט א שפע נישט כאפן ס'איז דא גענוג, עס ציען זיך בענדלעך פון אלע זייטן אויסגעלייגט דערויף אלע אונטערוועש צו באשיינען דעם געגנט, העמעדער הויזענעס ליילעכער דאכענעס עס הענגט פון אלע זייטן נוי סוכה, יעדע צובראכענע געז רענטש פון זיינע חברים ליגט ביי אים אין יארד מיט א פראכט, אה פאר איך פארגעס, ביים אריינגאנג צו די פראפערטי הענגען פיל מיט שיך אזוי ארויפגעקניפט אויף א בענדל צו דערמאנען די מענשטהייט אז דא איז אונזער טעריטאריע, עס איז עפעס אזא ברוכים הבאים אויסדרוק ביי די בני חם, ביי די פאדערשטע חלק פון זיין פראפערטי איז דא א מוזיעם פון אלטע דזשאלאפי קאר'ן וואס ער מיט זיין רביצין האבן זיך אנגעזאמעלט אין די הונגער יאר'ן, די ריח דארטן איז אזוי פעסט און שטארק אז אלע לייסאל'ס פון די וועלט קען דאס נישט פארטיליגן, א בחינה פון א לייפטיים ריח וואראנטי, די געביידע איז אנגעפירקלט מיט גראפיטי פון אלע זייטן, עס דינט עפעס ווי א לחש קעגן די פאליציי, וואס זאגט איר נישט צו אזא פראפערטי? יעס מען!

כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא זאגט די הייליגע חפץ חיים, יעדער קריגט א פראפערטי אלע אידן, די שאלה איז נאר וואס מען טוט דערמיט, איינער וואס האט נישט שכל לאזט עס פארשימעלט ווערן אזוי ווי דזשארדזש אין די בראנקס, עס הענגען ליילעכער פון אלע זייטן, עס גייט א ריח למעלה מעשרה טפחים, עס איז פארשמירט פון אלע זייטן מיט זיינע מעשים טובים.

ווידער דער וואס האט שכל, מאכט א שיינעם פאלאץ דערפון, א פאנאראמע, הערליכע מעשים טובים, עס גייט א אמת המים מיט אן אילן נאה, וואס רעדסטו עס איז א גן עדן, ממש אויגפארכאפענדע מצוות וגמילות חסדים, מעשי ידי להתפאר פירט אויס דער חפץ חיים, מיינע מעשים באצירן מיין פראפערטי, עס איז אנגעפילט מיט א גוט ווארט פאר א איד, א חסד פאר א קראנקן אין שפיטאל, און יא א שמייכל פאר א געזונטן מענטש אין ביהמ''ד, א שעה צוויי קביעות עיתים אדער מער, יעדער לויט זיין מעגליכקייט, אזא פראפערטי איז די געשפרעך פון אלע מלאכים ושרפים.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ב'

שמעריל זיצט זיך אין זיין צימער אזוי פארטראכט, פון דער זייט ליגט די לילקע, און איר רויעך שלענגל'ט זיך אזוי שיין ארויף, מזמן לזמן איז שמעריל מכניס ומוציא מרשות לרשות פונעם געשמאקן דעמפונג, מיט וועם קען איך מיר משדך זיין? שמעריל האט א בחור אין די יאר'ן גאנץ א לייטיש בחור, פארשטייט אן עסק, א צוגעלאזענער, און ועל כולם זייער א קלוגער בחור, דוד'ל איז שוין 18 ב''ה און זיין טאטע שמעריל זוכט שוין א שידוך פאר אים, לאו דוקא פאר אים, פאר זיין עלטער זיידן איך מיין צו זאגן פאר זיך, ער זוכט א מחותן א נגיד פונקט וואו אים, ער דארף איינעם וואס דרייט זיך אין ס'מעדרעש מיטן גרויסן בויך, אזא רינדעכיגע בערדל, א געבויגענעם הוט, און פירט מער וויניגער דאס שטעטל.

ער שמעריל פליפ''ט הייזער יעדן צווייטן טאג, די באנק קאנטע נומער'ן הייבן זיך ווי יארבן, און ער איז נישט גרייט צו נעמען עפעס א לעקיש בערל פון דער גאס, די שידוך וואס ער טוט מוז רעדן ווערטער, עס מוז זיין די געשפרעך פון טאג, ווער קען דאס זיין? מיט וועמען קען מען א שידוך טוהן? אה אפשר סוחי דער ראש הקהל דאס קען זיין א גוטע פלאן, ער איז דאך א איד א נגיד, דער גאנצער שמייסט שאטס אין סמעדרעש, קען גארנישט זיין בעסער, ער רופט אן תנחום דער שדכן זאל זיך אריינלייגען דערינען.

תנחום דער שדכן ברויך נישט ארבייטן צו לאנג, אונזער סוחי נעמט גאנץ שנעל איבערצורעדן, מען שמועסט אפ א זייגער ווען דאס בחור מיט דאס מיידל גייען זיך צוזאמזעצן און רעדן פאר עטליכע מינוט און שליסן שידוך, דער זייגער רוקט זיך, אונזער סוחי קומט אן מיט זיינע בליצער'ס, דאס מיידל אויך גאנץ א קליין מחוכמת טאנצט ארויס פון קאר, האלטענדיג א פיטש אין די האנט און פון די מויל גייט א טייך מיט שפייאכטץ, זי מאכט איר וועג אריין אין צימער מיט איר טאטן, דער חתן דינן דוד'ל שטייט און גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן, עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן, ער טרעפט זיך יעצט מיט אלע פלאנעטן און באגריסט זיי פערזענליך, טראך..... דוד'ל כאפט זיך אויף ווי פון א בייזע חלום, יע דאס מיידל זיצט שוין ביים טיש גרייט צו אנהויבן מיט איר דברי פקחות.

דוד'ל זעצט זיך אראפ בלית ברירה, דאס מיידל נעמט ארויס א גאנצע פאק מיט קאמיק בוק'ס, דוד פרעגט האלב שטאמעלדיג מה זאת? ענטפערט די צדיקת אז די שדכן האט געזאגט זי מעג טשידן פון אינעווענדיג, אקעי דער דוד זוכט וויאזוי ער קען זיך ארויסזעהן פון דעם מצב דא, אבער זי הייבט אן גיסן אירע פערל רייד, עס פליסט פון איר אוצרות מיט הימל שרייענדיגע גאלדי לאקס מעשיות, גאר אלטע היסטארישע טשאדעלע באדעלע געשיכטעס, אויב איז דוד נאך געווען מסופק פאר איין מינוט אויב ער זיצט בכלל מיט א מין אנושי, ווערט אים קלארער וואו א מינוט שפעטער אז מען רעדט גאר פון א אנדערע סארט בכלל, אפשר זוכט זיין טאטע נישט קיין שידוך פאר אים, קען גאר זיין אז ער וויל אים אלץ א פאסטוך צו פירן א שטאל מיט בהמות?!

דוד מיינט אז די שמועס קומט שוין צו אן ענדע, אבער דא הייבט אן קומען נעקסט לעוועל, זי נעמט ארויס א בערעלע און צייגט עס פאר דוד, זעהסט די בערעלע, דאס איז חיינטשע! זי איז מיין שוועסטער, און איך בלייב מיט איר, זי קומט אויך צו די חתונה מערצעשעם, און אונז וועלמיר האבן א עקסטערע שטוב פאר איר! זי האט ליב ווען מען שמייכלט צו איר, קענסט שמייכל'ן דוד? שמייכל צו איר! נע, זעהט אויס אז די בערעלע איז יעצט שעמעדיג, זארג דיך נישט נאך די חתונה וועט זי ווערן מער פריינטליך!

דוד הייבט זיך אויף פון פלאץ, אלעס האט דאך א שיעור וויפיל גאלאנען פערדעריי ער קען עסן אין איין מינוט, ער הייבט פוס און אנטלויפט!!! איבערלאזענדיג זיין טאט'ן מיט די גאנצע קופה של שוורים זאלן פאשענען אינאיינעם און זיך דורכרעדן צווישן זיך זוילאנג זיי ווילן.

דוד הייבט אן ארויסוואנדער'ן פון שטאט, קלעטערנדיג פון איין דערפל צום אנדער'ן, איין טאג זייענדיג אין א דארף אויפן מארק, באמערקט ער א מיידל זיצן דארטן פארקויפענדיג גרינצייג, ער גייט דארטן צום טישל, און הייבט אן א שמועס מיט איר, ער זעהט אז זי איז זייער א קלוג מיידל, גאר א שטארקע מחוכמת, ער הייבט אן טראכטן הלואי, אפשר איז דעס זיין בא'שערטע?! ער פרעגט איר אפשר וואלט זי געוואלט מיט אים חתונה האבן?

זי ענטפערט אים אז ער זאל קומען מיט איר פרעגן איר טאטן, זיי מאכן זייערע טריט צו איר טאטן אהיים, זיי קומען אן צו א קליין הייזקע'לע, די דאך זעהט אויס ווי ער זאגט יעצט אשמנו איינגעבויגענערהייט, די שויבן האבן לכאורה נישט צו לאנג צוריק געקלאפט על חטא, און די ווענט גייען מיט אזא איינגעבויגענעם פיקל, עס איז דא געשווילעכטצער פון אלע זייטן, עס הענגט שפין געוועבעכטץ פעדימער כמנין תרי''ג מיט נאך פארשידענארטיגע גמטריאות, עס זיצט דארטן אן ארימער אידל אין דער זייט מיט געלעכערטע זאקן וואס ער האט נאך אן זינט זיין חתונה, זיין העמד זעהט ליבערשט אויס ווי א קונצליכע מעלעריי ווערק מיט אויג פארכאפענדע קאלירן, און דאס מיידל פרעגט איר טאטן אויב זי מעג חתונה האבן מיט דעם בחור?

דער טאטע פרעגט אויס דעם בחור מה טיבו, פון ווי קומט ער, ווער איז זיין טאטע? און דער ארימער איד זאגט ניין, ער איז נישט מסכים צו די שידוך, זיין טאכטער קומט פון אן ארימע שטוב, און מען וועט איר פארשעמען ביי דיין טאטע אין הויז, זי איז נישט געוואוינט צו אזא רייכע לעבן, עס איז נישט קיין שידוך!

רופט זיך אן דוד, אי משום הא איז נישט קיין פראבלעם, ער איז מסכים דא צו בלייבן וואוינען און קיינמאל מער נישט אהיימגיין, ער וועט לעבן א ארימע לעבן פונקט ווי זי האט געלעבט ביז יעצט, ער וויל מיט איר חתונה האבן ווייל זי איז א קלוגע מיידל, א פארשטענדליכע, און ער איז גרייט צו טוהן אלעס פארדעם!

זאגט די טאטע, אזוי? דעמאלטס קום מיט מיר איך וועל דיר עפעס צייגן, ער נעמט אים צו א קליינעם פארשטופטן צימער'ל, און עס אנטפלעקט זיך פאר אים אן אוצר פון גאלד, זילבער, דיימאנטן, ממש א וועלט'ס עשירות! זעהסט דאס? די גאנצע עשירות איז ענקער'ס, איך האב נישט געוואלט אז מענטשן זאלן וועלן חתונה האבן מיט מיין טאכטער צוליב מיין עשירות, האב איך עס באהאלטן פון מענטשן און געווארט צו זעהן ווער עס וויל חתונה האבן מיט איר און האלטן איר טייער נישט צוליב עשירות, יעצט אז איך זעה אז דו ווילסט איר אפילו אין עניות ודחקות, נאדיר מיין פארמעגן און האב חתונה מיט איר געזונטערהייט.


**********

דער בן איש חיל פירט אויס מיט די משל, משה קבל תורה מסיני, פארוואס האט דער אייבערשטער געגעבן די תורה ביים בארג סיני אין מדבר וואס איז פוסט, נישטא גארנישט דארטן, ער וואלט ווען געדארפט געבן די תורה אין ארץ ישראל וואו עס איז א רייך לאנד, ארץ אשר לא תחסר כל בה?

נאר דער אייבערשטער האט נישט געוואלט געבן די תורה פאר אזעלעכע מענטשן וואס ברויכן איר צוליב די רייכטום וואס מען באקומט דורך איר, ער האט געוואלט ווארטן און זעהן ווער עס וויל די תורה אפילו בדחקות.

אידן זענען געווען אין לאנד מצרים אן ערות הארץ, א שרעקליך טמא'נע לאנד, די מצריים האבן אנגעשדכנ'ט די געטשקעלעך פאר די אידן זיי זאלן חתונה האבן דערמיט, אבער די אידן די עם חכם ונבון האבן נישט געהאלטן ביים זיצן מיט די נערישע משוגעים זייער גאנץ לעבן, זאלן זיי די מצריים זיצן מיט די געשטקעלעך און שפילן קאמיקס בוקס דערמיט, די אידן האבן זיך אויפגעהויבן און אנטלאפן פון מצרים, זיי זענען געגאנגען אין מדבר, געוואנדערט פון איין פלאץ צום צווייטן, א מדבר שממה עס איז גארנישט דא, אן ארימקייט פון אלע זייטן, זיי זענען אנגעקומען צום בארג סיני, משה רבינו אפפערט פאר זיי די תורה, די אידן זאגן געגאנגען נעשה ונשמע, מיר ווילן די תורה! זאגט זיי הקב''ה אבער מיין טאכטער איז נישט געוואוינט צו ענקער טומאה פון ווי עטץ קומט'ס, נישט קיין פראבלעם ענטפער'ן די אידן, מיר וועלן מער נישט צוריקגיין קיין מצרים, מיר וועלן ווארטן דריי טעג, זיך מטהר זיין, און זיך צושטעלן צו דיין טאכטער די תורה, מיר ווילן איר אפילו בדחקות!

אזוי, זאגט דער אייבערשטער קומט מיט מיר קיין ארץ ישראל, נאדיר מיין אוצר און האב חתונה מיט מיין טאכטער.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ג'

משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע, ויהושע לזקנים קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס האט משה רבינו געקענט געבן די תורה פאר יהושע אליינ'ס און ווייטער יהושע האט עס געמוזט געבן פאר פילע זקנים? יהושע האט געשריבן א גרעסערע ספר תורה וואס מען מוז האבן הונדערטער מענטשן וואס זאלן עס האלטן? אדער פשוט ער איז געווען א גוטע ביזנעסמאן און ווען עס איז געקומען זיין רייע צו פליפן די ספר תורה האט ער עס צוטיילט אויף עקסטערע שטיקלעך און אזוי געפליפט ווייטער? איז משה רבינו'ס ספר תורה געווען אזא קליינע ספר תורה מיט וואס די רבי'ס טאנצן ביי די הקפות, און וועגן דעם האט ער עס געקענט איבערגעבן פאר בלויז איין מענטש יהושע?

די אידן זענען אריינגעקומען קיין ארץ ישראל, טויזענטער טויזענטער משפחות האבן אריינמאשירט מיט די גאנצע האב און גוט'ס, און מען האט געטיילט ריעל עסטעיט פאר די גאנצע ציבור, און דערוילעם האט זיך באזעצט איש איש על מחנהו, דער וואוינט אין גליל דער אנדערער מער לעבן ירושלים, ס'טוט זיך געגנטער מיט שטעט פיל מיט אידן פון אלע זייטן, נע מען וואוינט נישט לעבן שווער גראדע, דענסמאל האט מען געוואוינט לעבן טאט'ן, דעם שווער האט מען געהאט אין בויבעריק, זאל ער זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט, איך מיין צו זאגן צו זיין שבט, דריי דיך ביי דיין עידזש בלע''ז, אידן וואוינען איבעראל אין גאנץ ארץ ישראל, יעצט וואס טוט מען אויב איינער האט עפעס א שאלה צו פרעגן? ס'הייסט וואס?! מען גייט צום דיין יהושע!

וויאזוי גייט מען דאס? כ'מיין צו פרעגן אידן וואוינען דאך אומעטום אין גאנצן לאנד, נו אטא וויאזוי דערזעהט זיך דער דעקל אויפן באטל אין א רוישיגן קידוש שאבעס צופרי? איז דא אן עצה! קרייצנישט טראנספארטאציע שטעלט צו א וועג יעדן טאג קיין ירושלים פאר די אלע מענטשן וואס האבן עפעס צו פרעגן פונעם דיין יהושע.

איז לאמיר זיך ארויפכאפן אויף איינע פון די וועגענער וואס פארט איצטערט קיין ירושלים פונעם ווייטן גליל געגנט, זרח קרייצנישט איז דער בעל עגלה דאסמאל, און ער האט אריבער פערציג מענטשן וואס ווילן פרעגן א שאלה ביים דיין יהושע, דער ערשטער וואס זיצט אויפן וואגן איז מיר גראדע גאנץ קענטיג, ניסן פערדנקראפט פון מיין געגנט, ער שמ'ט אין די שטאט מיט זיין גאונות, גראדע מער בריסק געשטימט, טיפזיניגע חידות וואס לאזט איבער יעדן מענטש אין שאק, וואס איז דיין שאלה וואס דו ווילסט פרעגן פון יהושע, פרעג איך אים?

ער האט היינט געפענט אן איי, הייבט ער אן צו זאגן, און ער האט געזעהן א בליץ טראפ, מיט א פארקנייטשט שטערן און א אויסגעצויגענעם בארדע פרעגט ער אזוי, די שאלה איז אויב ער האט נאר געזעהן דעם בליץ, און דעם דינער האט ער נישט געהערט, צו ער ברויך זאגן די ברכה עושה מעשה בראשית?! און בכלל וואס דארף מען טוהן מיט די איי, מעג מען עס אוועקווארפן, אדער עס האט שוין די דין פון צער בעלי חיים? שטארקע חקירה דאס.

דערנעבן זיצט מענדל קרוינענשיסל ער האט מער א לומדישע שאלה, ס'איז אים ארויסגעוואקסן א ווארצל אויפן פנים, גראדע גאנץ א שיינע שיעור, עס זעהט אויס א חתיכה הראויה להתכבד, פארנעמט זיכער א רביעית פונעם פנים, און עס האט זיכער נישט ששים כנגדה, יעצט וויל ער וויסן צו ער דארף האלטן ערלה די ערשטע דריי יאר, היות ער ווייסט נישט וואס וועט וואקסן דארטן, אמת טאקע די ווארצל איז שוין דא דרייט מענדל מיטן פינגער, מען קען ווען אפשר דן זיין צו מען גייט בתר חניטה, אבער למעשה ווייסט ער נאכנישט וואסערע פירות וועט וואקסן אויף דעם ווארצל, קען גאר זיין ער וועט דארפן האלטן נטע רבעי?!

משה פלוימענקוועטשער האט מער א רבי'שע שאלה, ער האט לעצטנס זיך דערוויסט אז די לבנה האט א טאכטער, יע שיין דערלעבט, די לבנה שמער נישט וויניגער האט א טאכטער אין די יארן פון שידוכים, און די לבנה זוכט א שידוך פאר איר, בפשטות זוכט די לבנה מער א למדן פאר זיין טאכטער, און עס דאכט זיך אים אז דער לבנה וויל אים נעמען פאר אן איידעם, והא ראי'ה ער זעהט יעדע נאכט ווי די לבנה נעמט נישט אראפ קיין אויג פון אים, ווי ער גייט קוקט אים די לבנה נאך, ער האט שוין אנגעגרייט א שיינע תורה צו זאגן פאר די לבנה, ער פון זיין זייט זעהט אים עס אויס גאנץ אינטערסאנט, אבער ער וויל נישט שליסן שידוך פאר ער רעדט עס נישט אדורך מיט זיין רבי'ן יהושע, במילא וויל ער פרעגן דעם רבי'ן יהושע צו ער זאל טוהן דעם שידוך.

כהנה וכהנה איז דא שווערע שאלות כקטן כגדול, אויב ברויכסטו נאך משלים קענסטו זיך פארבינדן מיט סיי וועלעכע מורה הוראה בישראל, און בעהט אים א ליסטע פון אלע קאמישע שאלות וואס ער האט שוין באקומען אין זיין קאריע, צוריק צו אונזער וואגן וואס פאהרט איצטערט קיין ירושלים, די אלע אידן מאכן דורך יעצט א גאר לאנגן וועג, אלעס כדי צו קענען אנפרעגן זייער שאלה, עס איז נאר דא איין דיין וואס ענטפערט שאלות, און דאס איז יהושע וואס איז אין ירושלים, ברויך מען דאך מאכן גרינגער פאר'ן ציבור, פארוואס זאל מען דארפן פארן אזא ווייטע מקום פאר יעדע קליינע אדער גרויסע שאלה וואס מען האט?

זאגט די הייליגע מדרש שמואל, ווילאנג אידן זענען געווען אין מדבר אויף איין פלאץ אינאיינעם, האט מען נאר געדארפט איין משה רבינו, ער האט אלעס גענטפערט פאר יעדן, מען האט נישט געברויכט גיין זייער ווייט, אלעס איז געווען נאנט, אריין און ארויס, שפעטער איז געווען יהושע אין מדבר, און מען איז נאכאלץ געווען צוזאמען יעדער איינער, האט ווייטער יעדער געקענט גרינג צוקומען מיט זייערע שאלות, אבער ווען מען איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, און ס'איז געווארן א ופרצת, אידן האבן זיך אויסגעשפרייט אין אלע געגנטער איבעראל, דער וואוינט אין דרום דער אנדערער אין צפון, אויב איז נאר דא איין מענטש וועם מען קען פרעגן דאן ברויך מען צושטעלן טראנספארטאציע אין יעדן געגנט יעדן טאג, פאר די אומצאליגע שואלים, האט מען געמוזט נעמען זקנים מערערע דיינים מען זאל נישט ברויכן גיין אזוי ווייט פאר יעדע שאלה וואס מען האט, וועגן דעם ויהושע לזקנים.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ד'

עס איז מיטוואך נאכמיטאג, איך זיץ מיר אין מיין פרנסה שטיבל, די וועטער אינדערויסן זעהט אויס מער צו די אנגעצויגענע זייט, די הימל איז פיין בא'בלאזן אויף איינעם, ווייס נאכנישט אויף וועמען, אבער ער זעהט אויס גוט דעפרעסט, און באלד גייט ער טיילן מכות רצח, איך שוין נעבעך די מענטשן וואס וועלן שטיין אין זיינע ד' אמות, אוי גייט פליען פראסקעס דארטן, און איך מאניש'ל בין פיין הונגעריג.

און אז מען איז הונגעריג וואס טוט מען? אט אזוי, ס'טו געוואוסט אזוי גוט? זעהט אויס בוזט אויך אמאל געווען הונגעריג, פיינעם זכרון דער, מען גייט צום גראסעריי געשעפט און מען קויפט! מען שפרייזט אדורך אלע קאלום'ס אין געשעפט, איז וואס קויפט מען? אה אט טרעף איך דארט'ן מיין באליבט'ן מאכל אסטרייכער'ס קוקי'ס! יע דענק איך עס נאך פון אלץ קליין קינד, אט אזוי, נידער אראפ מיט א פעקל, מען באצאלט, און יאלא צוריק אין אפיס.

איך זעץ מיר אראפ אויפ'ן פאטעל מיינעם, מיינע אויגן פאלט אויף עפעס א מאדנע לחש דארטן, אויפן פעקל שטייט ''מיר זיפן די מעהל, און באקוקן די אייער'' ס'טו געהערט אזאנס?! איך האב געמיינט איך קויף קוקי'ס, איך בין הונגעריג! דערווייל האב איך דא געזיפטע מעהל מיט באקוקטע אייער?! היו לא תהי-ה! אזוי אפצו'נערן א מענטש?! ס'גאנצע וואס איז דא אין דעם פעקל? גע'זיפטע מעהל מיט אייער? פיינע נייעס דעי חברה, זיי הייבן נישט אן צו מאכן קוקי'ס, פיינע סקעם קומט דא פאהר, זיי זיפן מעהל און באקוקן די אייער!

זאג, מען מאכט געלט דערפון? שוין יאר'ן וואס זיי טוהן דעס, זעהט אויס א גוט גייענדע ביזנעס, אבער גיוואלד!!! וויאזוי האבן זיי געדולד יאר'ן לאנג צו זיפן די מעהל און באקוקן די אייער? זיי ווערן נישט נמאס דערפון? א בארינג דזשאב דעס! מען זיפט די מעהל שוין צענדליגע יאר'ן דארטן, עפעס א שלעכטע מעהל האט זיי איינער אריינגעשווערצט, זיי קענען עס נישט סטאפ'ן צו זיפן, איך האב שוין דרייסיג יאר צוריק געזעהן אז זיי זיפן די מעהל, און זיי האבן נאכאלץ נישט גענדיגט, מוז זיין גאר א דיקע מעהל.

סתם פאר אינטערסאנטקייט, וואס איז דא אזויפיל צו קוקן אויף די אייער? זאג איר דארפט בריל'ן אפשר? במילא די מעהל מן הסתם האט איינער געמאכט שווארץ שאבעס מיט ענק, ער זיצט יעצט מיט ריעל עסטעיט אין מאנהעטן, און עטץ זיפט'ס די מעהל! אבער געוואלד און געשוויגן וואס איז דא צו קוקן אזוי לאנג אויף די אייער? אפשר טוט מען עס דארטן אלץ א בא'רואיגונג מיטל זיך אפצורוהן פון זיפן די מעהל אזוי לאנג? איך מיין עפעס דארף דארטן פארגיין, עטץ זוכט'ס א שידוך יעצט? די אייער געפעלט ענק? וואס קוקט מען אזוי לאנג דעמאלט'ס, איך פארשטיי דער עד שיראנה איז א שטארקע חז''ל וואס מן הסתם איז מען דערויף גאר שטארק מקפיד ביי ענק אין שטוב, אבער צענדליגע יאר'ן קוקן דערויף? איך וואלט מורא געהאט פון אן עין הרע, איך האף עס האט נישט געשאדט פאר די אייער אז מען קוקט אזוי לאנג דערויף.

מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער, עפעס אן אטראקציע פלאץ דארטן, מען קוקט אויף די אייער, עס איז אפן פאר די פובליק? איך קען אויך גיין קוקן? אפשר חול המועד נעמען די קינדער קוקן די אייער, נישט קיין שלכעטע געדאנק דאס, עס מוז זיין גאר אינטערסאנט אז זיי קוקן שוין יאר'ן דערויף, אפשר קענט איר ארויפלייגן בילדער דערפון? מהנה זיין דערוילעם מיט די שיינע אייער?!

מיר באקוקן די מעהל און זיפן די אייער, אויש פארטוישט די יוצרות דא, גראדע איז עס נישט א שלעכטע פראז דאס, אפשר אריינלייגן אין מיין חתימה?! המממ, אויף וועלעכע וועג, די גראדע וועג? אדער די פארקערטע? מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער, פיינע נייעס דעס, אריין אין מיין חתימה! האב מיר שוין איינער וואס זאל באקוקן מיינע אתרוגים די יאר, איך מיין צו זאגן די אייער.

★★★

הם אמרו שלשה דברים, מורא'דיגע מעשה דאס, קוים אנגעהויבן צו רעדן דריי ווערטער, און פארטיג! שטים געוואר'ן ל''ע? סא'מעשה דאס, נאר דריי ווערטער האבן זיי געזאגט! אריין אינעם דריי ווערטער אשכול, און אז מען קוקט ווייטער אין די משנה זעהט מען ממש כמעט יעדע צווייטע אדער דריטע משנה האט אן אנדערער געזאגט נאר דריי ווערטער! אדער געוויסע האבן געזאגט נאר איין ווארט, עס זעהט עפעס אויס ווי מען שפילט דארטן צובראכענע טעלעפאן, מנהלים עטץ זענט'ס דא? ווי זענען די פרישע כוחות? אריין אין צובראכענע טעלעפאן אשכול!

אבער וואס איז טאקע פשט דערפון, נאר דריי ווערטער? א גאנץ לעבן? אבער וואס איז אינטערסאנט פאר מיר איז, אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט עס אנגעקוקט אזוי קאמיש, כמעט אלע מפרשים רעדן דערוועגן, דער תוספות יו''ט, רע''ב אפילו רש''י מיט'ן רבינו בחיי האט עס געשטערט, און מער ווייניגער קומען אלע אן לפונדק אחד, דאס איז געווען זייער מאטא ווי מען רופט עס, זיין חתימה, נישט אז זיי האבן גארנישט געלערנט חוץ דעם, ח''ו. דעס איז געווען זייער שפרוך ווארט כסדר, אלץ איז זיי געלעגן די דאזיגע פראזן ביים אויבערפלאך, דאס האט זיי געמאכט יוניק!

קענסט בערל זאלצשטאך? נו, דער וואס איז אלץ פארנומען שטיל מאכן ביים לייענען, קענסט אים נישט?! יא, איך קען אים, אבער אלץ פארנומען דערמיט? לאו דוקא, איך זעה אים לערנען יעדע צופרי, ער ארבייט יעדן טאג פאר פרנסה, דאווענט זייער ערליך, יא ער מאכט אויך שטיל ביים לייענען, אבער למעשה מאכט עס אים יוניק דערמיט, דאס איז זיין מאטא, בערל זאלצשטאך מאכט שטיל ביים לייענען.

מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער, איר פארשטייט?! יע זיי מאכן קוקי'ס אויך, אבער די מאטא איז ''מיר זיפן די מעהל און באקוקן די אייער''.

די הייליגע חכמים פון די משנה האבן געלערענט און עוסק געווען מיט אלע תרי''ג מצוות, און גע'ארבייט אויף אלע זייערע מידות, אבער יעדער האט געהאט זיין אייגענע מאטא וואס האט אים געמאכט יוניק ווי מען רופט עס, זיי פלעגן כסדר קאכן דערמיט און רעדן דערוועגן.

מיין מאטא איז ארויפברענגען א שמייכל אויף א צובראכענעם איד, וואס איז דיין מאטא אין לעבן?
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ה'

עס איז פרייטאג צופרי, די מודעה צעטליך זענען שוין ביים שוועל פון צודריקט ווערן, אלעס זעהט שוין אויס פיין אין פלאץ, אבער מיטאמאל צוקלינגט זיך די טעלעפאן, פון אנדער'ן זייט טרייבל דערקענט זיך א פרייליכ'ן שטימע, זרח בעזעמשניידער האט איצטערט געבוירן א אינגל למזל טוב. איך מיין, נישט ער ממש, זיין ווייב כצ''ל, און ער איז ממש יעצט ארויסגעלאפן פאר עטליכע מינוט איינמעלדן די שמחה ביי די מודעות, כדי עס זאל נאך אריינגיין פאר שבת.

העלאוי? יא, זרח בעזעמשניידער א אינגל, איך מאך די זאכער ביי מיר אינדערהיים, איך קען עס נאך אריינלייגן?

מודעה דרוקער: יא, געב מיר דיין קרעדיט קארד אינפארמאציע ביטע, זרח געבט זיין קרעדיט קארד, און דער דרוקער זאגט איבער, איז די נאמען האב איך זרח בעזעמשניידער א זכור, אבער נאך פאר די דרוקער האט צייט איבערצופרעגן מער דעטאלן, זאגט זרח איך מוז אויפהייבן א ביפ, מיר וועלן רעדן שפעטער, און ער לייגט אראפ דעם טרייבל.

דער דרוקער קען אבער נישט אויפהאלטן דעם פרינטער, דער מאשין איז שוין אנגעפיטערט מיט די צעטליך, ווארט שוין אומגעדולדיג צו קענען מעלה גרה זיין די וועכנטליכע מודעה און מאכן חוזר חזרה לויט וויפיל סמעדרעש'ס זענען הונגעריג פאר די צעטליך, איז וואס טוט א איד? אלץ קען מען זיך אנייצע געבן, פשוט מען נעמט ארויס דעם טעלעפאן ביכל, מען גייט צו אות ב', בעזעמשניידער, וויפיל איז דען דא?! אט טרעפט ער די לעצטע שורה פונעם בלאט, זרח בעזעמשניידער, וואוינט 38 זעצנשטופ, דעם דריטן שטאק! אן איידעם ביי פסח שמאלצטראפ, און א זוהן פון זינדל, ערלעדיגט האב מיר שוין אלע אינפערמאציע, אריין.

ניטאמאל איז בייגעפאלן פאר דעם דרוקער, אז אויפן אנדער'ן בלעטל גאנץ אויבן איז דא נאך איין זרח בעזעמשניידער, וואס פאר'ן צוועק פון דעם דאזיגן שיעור, וועל מיר אים רופן זרח ב' כדי נישט צו פארמישן, אבער ווער גייט אויפמערקזאם מאכן יעצט דעם דרוקער אז עס איז דא א זרח ב'? די פרינטער מאשין? נע, ער איז זייער א צופרידענער גראדע, פארנעמט גאר אסאך, א שטארקער סבלן, קענסט אים שיקן וואס דיין בויך דרוקט דיר, ווילסטע דרוקען בליציגע חכמות? שטופ דעם פרינט קנעפל! ווילסטו דרוקן סתם ווילדע פערדעריי? קיין פראבלעם, די זעלבע אינסטרוקציע'ס! און אזוי שפייעט ער אויס זיינע טויזענטער מודעות וואס שטייט יעצט גרייט אט אט מודיע צו זיין פאר'ן גאנצן ציבור קבל תבל ומלואה, אז זרח בעזעמשניידער ב' וואס האט גראדע געהאט א מיידל פינעף חדשים צוריק, מאכט איצטערט א זכור ביי זיך אינדערהיים! וועם שטערט עס?! וואס דער אייבערשטער קען באווייזן, ממש נסים ווי אין מצרים!

עס איז גאנץ אן אנגע'שטרענגט'ע פרייטאג ביי זרח ב' אינדערהיים, ער איז קוים געשלאפן די פארגאנגענע נאכט, און פרייטאג איז ער געווען גאר שטארק פארנומען, אן אויסגעמוטשעטער טראכט זרח ב' אז היינט נאכט וועט ער דאווענען מיט א מנין לעבן זיין הויז, א קליין ס'מעדרעשל וואס שטייט לעבן זיין הויז מיט קוים מנין, און אזוי וועט ער קענען ענדיגן די סעודה שנעל, און מאכן א משכנ'טע אויפן געלעגער.

אין טשערעפאכע ס'מעדרעש ווי אונזער זרח ב' איז א שטארקע מתפלל, האט די גבאי באמערקט אויפן וואנט, אז זרח מאכט א זכור ביי זיך אינדערהיים! הממ, מיר גארנישט געמאלדן היינט? פארוואס האט ער מיר נישט געבעטן צו אויסרופן נאכן דאווענען? קען זיין ער וועט באלד קומען, און מיר זאגן דעמאלט'ס! עס קומט ביים סוף דאווענען, און והילד איננו, טראכט דער גבאי צו זיך, מן הסתם האט ער געדאווענט פריערט כדי צו קענען אויפנעמען די געסט, ער נעמט די אינפארמאציע פונעם צעטל, וואס האט שוין חזקה קיינמאל נישט צו מאכן קיין גרייזן, און שאאאאאא, ר' זרח בעזעמשניידער רופט דעמוילעם צום זכור ביי זיך אינדערהיים אויף 38 זעצנשטופ די דריטע שטאק!

שמערצל וואס זיצט אלע וואך נעבן זרח'ן אין ס'מעדרעש, פרעגט זיין שכן נחום, נו גיימיר צו זרח'ן היינט נאכט? אפשר גיימיר בענעזאם? מען שמועסט אפ א זייגער, און אריין אין סקעדזשול פאר די נאכט.

די רב איו ס'מעדרעש שמועסט אויך אפ מיט'ן גבאי'ן אים צו באגלייטן צום זכור היינט, סוף כל סוף וועט דאך דער ברית אודאי זיין אין זיין ס'מעדרעש, פאסט דאך פשוט נישט ער זאל זיך נישט וואסענדיג מאכן, וועט מען זיך אונטעריאגן מיט די סעודה די וואך, און מערצעשעם וועט מען קריגן די ברכות ביים ברית, שיינע אינוועסטמענט, ניין?!

ביי זרח ב' אינדערהיים האט מען נארוואס גענדיגט די סעודה, די גאנצע טיש איז שוין אפגערוימט, אלע קינדער אין בעהט, זרח נעמט דעם נעקסט'ן פליגער קיין ספעיס, ער איז שוין טיעף אין די הימל'ן, ניטאמאל פאלט אים איין וואסערע זיסע חלומות גייט זיך אפשפילן ביי אים אט אט, קנאק קנאק......

ווי פון א ווילדן חלום כאפט זיך זרח אויף פון די מערדערליכע קלאפערייען אויף זיין טיהר, ער שלעפט ארויף די הויזן זיינע, מיט די צושטרויבעלטע פיאות און מיט די בארד אויסגעצויגן אויף אלע זייטן, שלעפט ער זיך צום טיהר, ווער איז דארטן?

ער קוקט ארויס פונעם אויגעלע זעהר, ער מיינט ער פאלט צוזאם, דער רב פון שוהל איז דא! עס ווערט אים גוט, וואסע פשט פון דעם? אפשר שלאפט ער נאך, איז ער אויף אדער יא? שוין מען קען דאך נישט לאזן ווארטן דעם רב אינדערויסן, ער מאכט אויף דעם טיר, אה מזל טוב כאפט דער רב גלייך זיין היינט פאר א משכון וואס געווענליך געבט מען נישט צוריק אזוי שנעל, נאר נאכן מאכן דערמיט די נענועים דרום מזרח צפון מעלה מטה שלא כסדרן געווענליך, צו פארמישן די ארומיגע.

זאלסטע קענען עס מעגאדיל זיין לתורה ולחופה ומעשים טובים, און מכניס זיין בבריתו של אברהם אבינו, דא קומט אזא קנאקעדיגן שאקל, ''בעתו ובזמנו'' און זעהן אסאך אידיש נחת! דער זרח שטייט דארטן בלאסערהייט צו'טומל'ט פון די חלום וואס ער האלט יעצט מיר בהקיץ, און אט זעהט ער שלענגעלט זיך א לאנגע רייע מיט חברים זיינע פון ס'מעדרעש וואס זענען געקומען זיך באטייליגן אין זיין געהויבענע........... נאכט שלאף!

★★★★

הוו מתונים בדין, בפשטות גייט עס ארויף אויף די דיינים, דאוינט דזשאמפ די גאן, מאך נישט שנעלע החלטות מיינענדיג אז דו האסט שוין אלע דעטאל'ן, ווייל עס קען זיין אז מען רעדט פון זרח ב' נישט פון די ארגינעלע זרח.

די רבינו יונה שרייבט, און דאס זעלבע זאגט דער מדרש שמואל אויף א מער ברייטערע פארנעם, אז דאס גייט אויך ארויף אויף די עדים, זיי זאלן נישט כאפן און מחליט זיין אז זיי האבן געזעהן און ווייסן פונקטליך וואס האט פאסירט, זיי זאלן גוט איבערטראכטן, אפשר רעדט מען פון גאנץ אן אנדער'ן זרח?

אויב מאכט מען שנעלע החלטות, דאן איז מען מרבה שמחות ביי אידן, און יעדער איינער פריידט זיך חוץ דער מ'כלומרשטע בעל שמחה! דער וואס גייט ארויס דער געווינער ביי א דין תורה פריידט זיך זיכער אויב האט מען עס געמאכט געשיקט איינס צוויי, אבער דער וואס איז געווארן אנגעזעצט לכבוד דעם, מאכט א זכור ביי זיך אינדערהיים.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ו'

זאג, איהר פארט אריין אין שטאט? פרעג איך מיין שכן זעליג וואס וואוינט די נעקסטע באנגעלאוי פון מיר, אפשר קען מיין געזעהלשאפט מיטקומען? זעליג א לב טוב טראכט נישט קיין צוויי, אריין. ויסעו......

מען הייבט אן מאכן דעם וועג אויף די לבנה'דיגע שאסייען, מען דרייט זיך שארף רעכט'ס און דערנאך קומט גלייך א שארפ'ן לינק'ס, און אזוי דרייט מען זיך און מען פריידט זיך, דאס איז אסאך פאר מען קומט אן צום אינטערסטעיט פרעצל, ברויך מען קודם אדורכגיין סיגופים וואס זענען מזכך דעם גוף ונפש, מען מאכט א גלגול המוחות פאר אזוינע 20 מינוט לערך, המהדרין והמחמירים דערשרעקן זיך נישט פונעם ספיד לימיט און שמוצן אריין אינעם פערדל אזא זעכציגער'ל, און אין פוזנא זינגט מאשקע כל מקדש, ווען די נער וואלט געווען זיינס וואלט איך אויך געזונגען.

הכלל, דאס ס'מעדריש'ל ביי מיר אינעם געדערים פאהרט אויף רעדער, ס'טוט זיך ביי יעדן דריי פליען די טישן אויף אלע זייטן, די בלעמער מיט'ן ארון קודש האבן שוין גלייך ביים אנהויב געמאכט א ריקוד, זענען שוין ביים ערשטן דריי געוועז'ן אויף דער ערד, ס'הערשט אן ערנסט'ן אנגעצויגענעם מצב דארטן אין סמעדרעש, פון די אנדערע זייט איז אבער אויך היבש ליסטיג דארטן, די געדערים מיט די קישקעס האבן זיך געפרעגט איינער דעם צווייטן למה נגרע, און באשלאסן אז וואס עפעס זיצן איינזאם מיט צוזאמגעלייגטע הענט?! מען גייט ארויס אין א ריקוד! אז ס'איז שוין סיי ווי פרייליך, זאל שוין זיין לעבעדיג! מיטאמאל האט זיך עפעס דעוועלעפט אין מיר א טעיסט פון ארויסגיסן אינערליכע השפעות אויף די גאנצע סביבה ארום מיר, ביי א שמחה איז דאך אלעמאל אן ענין משפיע צו זיין פאר די משתתפים, און דא האט זיך געשאפן אין מיר אזא התרגשות צו משפיע זיין, איז וואס טוט מען דא?

די מויל איז מיר שוין האלב פיל מיט השפעות, איך געב אזא וואונק פאר'ן בעל עגלה אז עס וויל זיך גיסן פון מיר השפעות, ער זאל מיר אראפלאזן צום נאנט'סטן סמעדרעש איך זאל קענען דארטן אויסגיסן מיינע דברי שבח ושירה, צום מזל האט ער פארשטאנען די ערענסקייט פון די זאך, און גלייך פארקירעוועט דאס בהמה'לע צו עפעס א דערנעבנדיגע קאנטרי.

איך קום אריין אין דאס סמעדרש'ל, איך ווייז פאר'ן ערשטן אינגערמאן אז איך זוך דעם צימער וואס איז גע'אייגענט ארויסצוגעבן די אינערליכע געפילן ביי אזעלעכע מצבים, און דער אינגערמאן זעהט אויס האט קיין צייט נישט געהאט פאר מיר, אדער האט ער פשוט געוואלט זיך אונטערהאלטן אויף מיין חשבון, אזוי צו אזוי איי וואס פארשטייט א גוי?! הקיצור, ער ווייזט מיר גיי גראד, מאך א לינק'ס דערנאך א רעכט'ס, טרעפ אראפ, רעכט'ס, גלייך דערנאך לינק'ס און שם תהא קבורתכם.

איך גיי נעבעך ארום מיט מיין אנגעפילטן מויל, רעכט'ס לינק'ס, איך בין שוין צומישט, איך דענק שוין ניטאמאל וואס ער האט מיר געזאגט, די רצון און חשקת צו מפיץ זיין ווערט שטארקער פון מינוט צו מינוט, און דא מאניש'ט זיך א מאניש! אין עפעס א ס'מעדרעש וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט איבערגעטראטן איר באדן, און אט אט גייט ער טיילן שיריים אזוי פאר'ן גאנצן ציבור בפני כל הקהל הקודש, זאג אינגערמאן, האסט דאך געזעהן די מצב איז בוקע רקיעים, פארוואזשע מיר לאזן אליינ'ס אויסטרעפן דעם וועג? נישט איינגעפאלן צו געבן די צוויי מינוט מיר צו באגלייטן צום חדר המיוחד?

עס דערמאנט מיר די מעשה פון פעסטע רב, ווען מען פאהרט אויפן פליגער, פאר מען פאהרט ארויס, שטעלן זיך אויף די סטוערד'ס, די יעניגע חברה, און מאכן פארשידענע איבונגען פאר'ן ציבור, זיי הייבן לכאורה נישט אן צו וויסן וואס זיי טוהן, עס איז לכאורה אזעלעכע סצענע'ס וואס זיי האבן זיך די ערשטע מאל איינגע'חזר'ט אין פערדע קלאס ביים מאכן א שפיל אין שולע, אדער איז עס פשוט עפעס אזא לחש אפצושפרעכן קעגן די בייזע רוחות, הקיצור מ'כלומרש'ט דארף דאס זיין אנווייזונגען חלילה אין קעסטל אויף אמעריקאן טשיז חאאאאאסקל שלום, איז אונז גייען ארויס פון דא, עטץ קענטס טוהן וואס עטץ ווילט'ס.

★★★★

והעמידו תלמידים הרבה פרעגן די מפרשים, וואס איז די לשון והעמידו? סתם לערנען פאר תלמידים איז נישט גענוג, מען מוז אים אויפשטעלן, לערנען מיט אים אים וויאזוי צו שטיין אויף די אייגענע פיס, מיטגיין מיט אים, באגלייטן אויף יעדע טריט, מיטשטיין מיט אים, זיין א וועג ווייזער נישט סתם גיי רעכט'ס לינק'ס ענד יו גאוי פיגער איט אייט, והעמידו טייטשן די מפרשים, שטעל אים אויף, לייג אים אויף שטארקע יסודות ער זאל דערנאך קענען אליינס גיין.

מיר אלע קענען האבן די זכי-ה אויפצושטעלן תלמידים, געוויסע פון אונז וועלן שרייבן דא אויפן וועלט'ל און משפיע זיין, אנדערע וועלן לייגן אויף סטאטוס וואס עס דריקט זיי, דערנאך איז דא אידן וואס גייען ארויף אויף קול מבשר אפגעבן זייער מעסעדזש פאר כלל ישראל, אנדערע נעמען עס א שטאפל ווייטער און געבן ארויס סינגל'ס, יעדער איינער האט זיך זיין מהלך אין עבודת השם וויאזוי מפיץ צו זיין דעם קול השם בכח! איש איש על מחנהו ואיש על דגלו, קיין חילוק וואסערע מעטאד מען נוצט צו פארשפרייטן עבודת השם, העיקר צו לייגן א דגוש אויף והעמידו, אויפשטעלן, ווייזן א וועג וויאזוי דו בוזט געגאנגען און מצליח געווען, ווילסט שיקן א מעסעדזש פאר כלל ישראל? האב אינזינען דעם והעמידו, אויף א פאזיטיוו'ן וועג פארשטייט זיך.

שוין מיין סמעדרעשל האט זיך שוין בא'רואיג'ט, ארויסגעגעבן אלע סחורה, איצטערט קען מען פאהר'ן ווייטער.

א געזונט'ן זוממער.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ז'

שאאאאאא, מען בעהט דעם גאנצן עולם זאל זיין שטיל, די זיידע גייט זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה! מער ווייניגער מיינט עס אין אידיש אויף אונזער מאמע לשון, אז עס גייט יעצט פארקומען אזא ספירה'דיגע קומזיץ צווישן עולם, ווי מען וועט פארברענגען און אדורכשמועסן ענינים העומדים על הפרק, בו בזמן וואס די זיידע זאל זיין געזונט וועט בלייבן קאנעקטעד און שוועבן אין זיין אייגן וועלטל און זיך שטעלן אויף דעם אשר יצר אדער די שהכל ברא, איך האף זיי קענען פארנעמען אזא גרויסע וואג, געווענליך איז דער זיידע שוין עקסטענדעט לארבע רוחות העולם, מיט אזא וואג זיך שטעלן אויף אזא קליינעם פסוק?! דערנאך קומט די גימטריאות און ראשי תיבות, און אויב שטימט עס נישט וועט די פסוק געווענליך כאפן אפאר פליקעס ער זאל זיך האלטן אין די ראמען, און לאזן די זיידע אריינפאקן דארטן מה שלבו חפץ, ס'טו געהערט אזאנס?! א חצוף דער פסוק, זיץ איין דארטן.

צום אלעם ערשט ווען דער זיידע נעמט דעם מייק אין דער האנט, ווערט ער אן אויער דאקטאר, ער מאכט א סוירוועי ביים ציבור זעהן צו די אויער'ן ארבייטן פיין ביים עולם, עס קען זיך איינעם דאכטן אז מען האנדעלט דא מיט שטימע מענטשן ל''ע.

איז אזוי, אהההממממ, מען הערט? איינס איינס איינס, מען הערט? יעדער קען הערן? כ'וועל האלטן די מייק אביסל ווייטער, מען קען הערן יעצט?? און וויאזוי איז יעצט? מען הערט בעסער? אזוי אדער אזוי איז בעסער? זאנוויל מאך אביסל העכער, איך מיין עס איז אביסל צו שטיל, יעצט הערט מען? ניין שוין צו הויעך, מאך אביסל נידריגער, יעצט איז בעסער? חיים וויאזוי הערט מען דארטן? מען הערט גוט? ביי די פרויען הערט מען אויך? זיי שוין שטיל דארטן דו אינגעלע, מען הערט יעצט גוט? יעדער איינער קען הערן? מען הערט איבעראל? איינס איינס איינס, אקעי.

שוין ערלעדיגט, די אויער'ן ביי יעדן איינעם איז שוין אויסגעפוצט, יעצט קומט די רייע צו שיסן סתם באקאנטע שפריך ווערטער וואס געבט צו א געוואלד טוחן צו די ביז יעצטיגע אינהאלטסרייכע טוחנ'דיגע דרשה.

ברשות כל העדה הקדושה, די מחותנים, אלע זיידעס, ממש כולם אהובים כולם ברורים, אזעלעכע חשובע זיידע'ס יראי האטשעם, מיט אזא יחוס עבות, אפשטאמיגע פון אזעלעכע באוואוסטע אויסגערימטע עמי הארצים, ס'זיכער אז די זיידע'ס בעולם העליון זענען זיך משתתף ביי די היינט נאכטיגע שמחה, ס'איז אזא שמחה ווי די שימך פון אפרים ומנשה, די אלע זיידע'ס דא זענען געקומען צופליען פון די מרחקים, אוועקגעגעבן אזויפיל שעות זיך צו משתתף זיין אין די שמחה, אזא שיינע שמחה געוועזן, מען האט געקענט זעהן די שמחה אויף יעדנ'ס פנים, באמת בין איך נישט קיין רעדנער, לא איש במדבר אנכי, מיין טאטע איז נישט געווען קיין רעדנער, און איך בין נישט קיין רעדנער, איך האב מיר ניטאמאל צוגעגרייט צו רעדן, איי פארוואס האב איך מיר אויפגעשטעלט רעדן? די מחותן האט מיר געבעטן אזוי שטארק, אין מסרבין לגדול, ער איז דאך אזא בקי בתורה בנגלה ובנסתר, בקי בכל חדרי חדרים, ער קען אויסעווענדיג די גאנצע אידישע ליכט מיט עונג שבת, דער איד מיט די בלאט איז שגור על פיו, מאמענט, קינדליין, אוצרות, און פיל פיל נאך ווי אונז וועל מיר באלד קענען הערן פונעם בעל שמחה אליינס, אבער בעיקר איז זיין שטארקייט די חזרה, דאס איבערחזר'ן כסדר נאכאמאל און נאכאמאל, איז איך וויל נישט אויפהאלטן דעם ציבור, ס'איז שפעט, יעדער דארף גיין ארבייטן מארגן, די קינדער דארפן גיין אין חדר, אפאר ווערטער לכבוד די שמחה און לכבוד די מחותן האב איך געקלערט צו זאגן, איך האף דערוילעם וועט הנאה האבן.

געווענליך האלט שוין דא דער עולם ביי די הויכע פאל פון די קומזיץ פארברענג, ווי די זיידע פרובירט מיט אלע כוחות איבערצושרייען דעם גאנצן ציבור מיט זיינע דברי פתיחה, פון צייט צו צייט קומט פאהר אזוינע צווישנרופן ''שאאא דרך ארץ ס'זאל זיין שטיל'' דאס מיינט אין אונזער אידיש אז די זיידע האלט נאך אינמיטן רעדן און די קומזיץ גייט אן מיטן פולן שוואונג, אדער הערט מען זעצן אויף די מחיצה ביי די פרויען אוואו צו זאגן ארויפגיין מיט א העכערע סקעיל!

יעצט קומט די חלק הטוחן, געווענליך וועט די זיידע גיין איצטערט אויף א שפאציר, ווי ער וועט שפאצירן? אויף די מענטשליכע דראנטן וואס ליגט ביי יעדן אין מח! די עקספיריענס חברה וועלן מאכן אזא לאנגווייליגע שטייטע שפאציר, די ספיד לימיט ביי זיי איז 5 מייל פער שטונדע, עס הערשט די וועלט'ס רואיגקייט דארטן.

נאכער קומט די סיום וואס פארנעמט דאפעלט אזוי לאנג ווי די גאנצע דרשה אינאיינעם, אויך מלא טוחן מבית ומבחוץ, עס גיסט זיך פערל ווערטער, עס פליעט פקחות מיט אזוינע בליציגע צחות'דיגע רעיונות וואס געווענליך נאר די זיידע פארשטייט, און בדרך כלל איז שוין האלב עולם אינדערויסן קאלן קול מבשר אדער אנדערע וויכטיגע ביזנעס טעלעפאן קאל'ס, און דער אנדער עולם ברענגט מען אריין נעגל וואסער!

און זאלמיר שוין דערלעבן מיט יושע'חן אינאיינעם במהרה בימינו אמן.


★★★★

די מאירי זאגט מורא'דיגע ווערטער אויף דעם ועשו סיג לתורה, דו זאלסט לייגן א גדר אויף די ווערטער וואס דו רעדסט בשעת דו לערנסט פאהר, ממש פלאי פלאים וויאזוי ער דרוקט זיך אויס, מענטשן זענען אסאך מאל מרבה בדיבורים מען קייעט איבער נאכאמאל און נאכאמאל ווייל אפשר אזוי וועלן מער מענטשן פארשטיין, זאגט ער אז דערווייל גייען די אלע חכמים און נארמאלע מענטשן אראפ פון זינען, און זיי וועלן מער נישט אויסהערן וואס ער האט צו זאגן, ליבערשט זיי שפארזאם אויף דיינע ווערטער, זאג נישט איבער צענדליגע מאל די זעלבע זאך, אזוי וועט יעדער הנאה האבן.

טרעט נישט אויף די נערוו'ן, און זיכער נישט מיט אזא געמיטליכקייט, ווילסט גיין אויף די נערוו'ן? דאן גיי געשיקט! מאך עס געשווינד, מיין מח איז נישט א שפאציר גארטן, ועשו סיג לתורה, גייסט זאגן דברי תורה? געוואלדיג, קורץ און שארף!
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ח'

א גוט יאר, איז דעס זעצמיך צעטליך קלעבער? געוואלדיג, דא רעדט כיתה ווער רבי זאל זיין געזונט, איך האף צו זיין די אנדערע וואך דארטן אין שטאט מערצעטשעם, און ווייסט דאך די חסידים און מיינע תירוצים ווארטן שוין ממש בכליון עינים אויף די געהויבענע מאמענטן, דארף מען פשוט הענגן מודעות דערוועגן אלץ אל תמנע טויב מ'בלק.

איז די קעפל פונעם צעטיל זאל זיין שטייצעך ''צדיק בא לעיר'' און די נוסח האסטו שוין מן הסתם די סטענדערט, קענסט אריינפאקן הקדוש אויכעט, זיין א שיינע זאך, עס קאסט עקסטער געלט? אדער ס'איז די זעלבע פרייז? אה, ס'איז די זעלבע פרייז, ערלעדיגט נו דעמאלט'ס לייג שוין אויך אריין והטהור, איך בין א באאא קוה ב'תורא, בנגלה ובנישטער, ממש א גאון אויל לאמפ!

אבער בעיקר איז מיין שטארקייט די עבודה, ממש עס ברענט אין מיר! איך דאווען יומם ולילה, מיין רביצין גראדע פארשטייט אויך צום דאווענען, מיר דאווענען אסאך מאל אינאיינעם, און דעמאלט'ס גייט אזוינע בכיות, אזש די גאנצע שטאט קומט דערנאך מנחם אבל זיין, ס'איז עפעס מורא'דיג, נישט צום בא'שרייבן, מען רייסט עולומות, מען רופט אונז טאקע א משפחה פון רייסער'ס! איך בין א רייסער און מיין רעביצין איז א רייסער, איך שטיי און רייס פון איין זייט, די רעביצין רייסט פון די צווייטע זייט, ביז די גאנצע סידור ווערט צוריסן אויף קידוש השם! איר פארשטייט?! איך בין נישט סתם עפעס אבי א רבי, מיין שמונה עשרה נעמט נישט פינעף מינוט, אדער צעהן מינוט אזוי ווי אנדערע רבי'ס! מיין שמונה עשרה נעמט אכציג יאר! יא אכטציג יאר! איך האב נאך אפילו נישט אויסגעטרעטן שמונה עשרה! איך זאג דיר ס'ממש נורא עלילה וואס ס'קומט פאהר, ביי מיר אין ס'מעדרעש נאך שמונה עשרה ווען מען הייבט אן אשמנו הייבט אן פליען אזוינע דזשאכעס, נישט סתם עפעס א קליינע זעץ יוצא צו זיין, געזונטע קלעפ אזוי אזש מען גייט אין שפיטאל אריין, זאלסט נישט מיינען עס פליעט אויף מיר, ניין חס ושלום, עס פליעט אויפן בעל תפילה! פאר'ן נישט אויסווארטן ביז איך טרעט אויס שמונה עשרה.

שאבעס נאכמיטאג, זאלסטו אריינלייגן אז איך וועל ארויפטרעטן מיט דברי התעוררות בענינים העומדים על הפיי ריק, ווייסט דאך די ירידת הדורות מען דארף רעדן וועגן די טמא'נע טעלמי האטליין פוי, מיט די טריפענע פנים חלשות, ס'איז ממש אין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה, לעצטנ'ס האט זיך אריינגעכאפט די טמא'נע כלי וואס כאפט בילדער, מען רופט דאס א פאטאגראפיר אפאראט, דאס איז די ס''מ אליינס, ממש עבודה זרה, מען דארף דאס עוקר מן השורש זיין, און בנוסף לזה וויל איך רעדן וועגן די דאבל ברידזש גלעזער, דאס איז אויך א שרעקליכע פירצה, און מיר וועלן טוהן אלעס בידינו מוחה צו זיין דערויף, אויב וועט מען כאפן איין בחור מיט א ביפער, קריגט ער גלייך א לא נתקבל אויפן פלאץ! וכאן המקום לעורר אויף די בחורים וואס נוצן דייעלער'ס צו בא'גנב'ענען די פובליק טעלעפאן קאמפאניס, א שטייגער ווי עם סי איי, ניינעק'ס וכל שום דחניכא דאית לי-ה, עס איז די זעלבע גניבה ווי אריינלייגן א קוואדער מיט א בענדל און גלייך ארויסשלעפן, און דאס איז חוץ פון די ביטול הזמן וואס פאסט נישט פאר חסידישע בחורים, אזוי אויך איז אנגעקומען צו מיין ידיעה, אז א בחור האט זיך ארומגעשפילט מיט א דאנקי קאנג טיימאייט, דאס איז ממש עק וועלט! איך ווייס נישט צו די בחור וועט נאך אמאל קענען אויסוואשן זיין מח דערפון, ס'איז שרעקליך וואס קומט פאהר לעצטנ'ס! זאג האסט א ציגערעטל פאר מיר? איך דארף זיך פשוט בא'רואיג'ן פאר א מינוט, דאס בלוט קאכט אין מיר.


★★★★

שמעון הצדיק היה משיירי אנשי כנסת הגדולה, אלע מפרשים פרעגן פארוואס דוקא ביי שמעון הצדיק שטייט די טיטול הצדיק, אלע זענען דאך זיכער געווען צדיקים.

האב איך געזעהן ברענגען פון דברי דניאל, אז געווענליך אין די וועלט הייסט א צדיק איינער וואס איז אן עובד השם, ער טוט אין עבודה, אזא איינער רופט מען א צדיק, זאגט אבער שמעון הצדיק ניין, מען דארף טוהן גמילות חסדים אויך צו ווערן אנגערופן הצדיק, מען דארף קענען לערנען, אז מען טוט אין תורה ועבודה וגמילות חסדים דעמאלט'ס קען מען שרייבן צדיק בא לעיר.

אבער פארוואס דארף די משנה שרייבן ער איז געווען משיירי אנשי כנסת הגדולה? שרייבט די מהר''ל זייער א שיינע פשט, די פאריגע משנה איז דאך שוין געשטאנען הם אמרו שלשה דברים, וואס קומט יעצט שמעון הצדיק זאגן אנדערע דריי זאכן? נאר זאגט די הייליגע מהר''ל די דורות ווערן שוואכער און שוואכער, און עס קומט אויף פרישע זאכן וואס פארדעם איז עס נישט נוגע געווען, מען האט גע'ארבייט אויף אסאך מער דקות'דיגע ענינים, און מיט די ירידת הדורות קומט צו כסדר פרישע זאכן וואס מען דארף מעורר זיין דערויף, זאגט ער דאס זאגט די משנה, שמעון הצדיק איז געווען משיירי אנשי כנסת הגדולה, ער איז שוין געווען פון די לעצטע, ס'האט זיך אנגעהויבן א ירידת הדורות, האט ער שוין געמוזט ברענגען פרישע דריי זאכן כדי די וועלט זאל האבן א קיום, איר פארשטייט? מען קען שוין נישט רעדן היינט פון די ניינעקס טעלעפאן'ס מיט די ביפער'ס, היינט איז דא סמארטפאון'ס, זאל דער אייבערשטער העלפן אז דאס זאל שוין זיין די לעצטע נסיון פונעם דור, אמן.
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור ט'

א איד רופט אריין היינט צום ריעל עסטעיט בראויקער, ער זוכט א דירה צו קויפן אין ווילי.. פרעגט אים די ברויקער, קום אריין מיט מער דעטאלן, וואס פונקטליך זוכסטו, און וויפיל בוזטו גרייט צו צאלן..

המממ, איך זוך לכתחילה א זיבן רומיגע דירה, מיט פיר טוילעט'ס, אויף די דריטע שטאק מיט א עלעוועיטער, אין די לינגען פון ווילי..(די הערצער האט מען שוין אפגעשיקט קיין אוקריינע שטייצעך, צוזאמען מיט אונזערע תפילות..) און ער איז גרייט צו צאלן ביז $200,000 פאר די דירה, ער איז מסכים צו גיין מיט א ניין רומיגע אויך בדיעבד פאר די פרייז.. דער ברויקער זעהט דאך מיט וועמען ער האנדל'ט דא, א שאד יעדע מינוט צו זיין מיט דעם ראזשינקע אויפן טרייבל, זאגט ער אים כהאי לישנא, ר' איד: ווארט מיר ביי די קארנער!

איך האב אמאל געמיינט אז די מערסטע מענטשן וואס ווארטן אויף איין פלאץ איז ביי מיין דאקטאר'ס אפיס, הייבט זיך נישט אן.. ס'איז ביי די קארנער! דו ווייסט וויפיל מענטשן כ'האב שוין אהינגעשיקט ווארטן? איך שיק זיי נישט מיט ליידיגע פיס ווארטן.. סע'שיגע? כ'האב דאך פארט א אידיש הארץ..בעהט איך זיי אז זיי זאלן מיטנעמען א שירעם, א זאק ארבעס, ס'זאל זיין אויף וואס א ברכה צו מאכן.. דא אויפן וועלט'ל האב איך שוין אהינגעשיקט א גאנצע מחנה כאסידים וואס זאלן גיין צום קארנער ווארטן.. כ'דערמאן זיך יעצט, א געלט מעשה, איינער דא אויפן וועלט'ל, האט זיך אים אמאל דעוועלעפט א התלהבות זיך צו באקענען מיט מיר, נו שוין געהערט אזוינס, מאכט זיך ביי די שענסטע מאלפעס אין דארף.. האב איך אים געשיקט ווארטן ביי די קארנער! כהנה בהמה שיק איך כסדר אהין מיינע יוניט'ס.. און די קארנער איז א אלוועלטליכע וועיטינג רום וואס מיליאנען מענטשן שיקן אהין כסדר צו ווארטן.. יע, ווארטן אויף וועמען? ס'חילוק, ווארט! ווילאנג? ווילאנג די ארבעס זאק ווערט ליידיג..

א איד רופט א שדכן פאר זיין 33 יעריגע בחור, ער זוכט א שידוך.. וואס זוכסטו? א געלט זאך.. דיין בחור איז דאך 33 יאר! אקעי, אפשר וועט ער גרייט זיין צו פארקוקן לכבוד דעם גאר שטארק, און אים מזווג זיין מיט א קניידל גלייך ארויס פונעם אנשטאלט צענטער.. אבער ער בעהט אויך אז ס'מוז אויסזעהן גוט.. האבן א שטיקל נארמאלע צורה, און שטייצעך זאל זיין א כלה נאה וחסידה.. המממ, דעס ווילסטו אויך? הייסט מ'קען נישט נעמען פון די דאון סינדראם חבריא.. נו, אפשר קען מען טרעפן עפעס מיט געלט און זאל אויסזעהן גוט, מיט היפשע געצוימטקייטן אין מח.. אזוינס וואס די שכל איז פארמאכט מיט א נומבער שלאס, און קיינער קען נישט די נומבער.. אזא סוחי ביי די עזרת נשים.. און דא קומט ער אבער מיט א דריטע פארלאנג, ער זוכט דייקא א קלוגע פארשטענליכע מיידל..

אלע דריי דארפסטו? געלט, שיין, און קלוג? ווארט מיר ביי די קארנער!

אבער וואס עפעס ווארטן ביי די קארנער? אינמיטן גאס איז נישט גוט? מוז זיין דוקא ביי די קארנער? זאג ווילסט הערן א מעשה, אדער פרעגן קשיות.. אזוי גייט די מעשה.. אויף א זאך וואס איז רחוק מן השכל, זאגט מען ווארט מיר ביי די קארנער..


★★★★

על שלשה דברים העולם עומד, על התורה ועבודה וגמילות חסדים.. זאגט די ראב''ן, אז עס ברויך זיין אלע דריי צוזאמען.. ווי יענער זאגט, כ'האב אלע דריי.. נישט גענוג בלויז תורה, אדער בלויז עבודה, עס מוז זיין אלע דריי.. זאגט די דברי אבות בלשון צחות, העולם עומד, די וועלט שטייט און ווארט אויף אזא איינעם.. נישטא! ווי צו זאגן, ווארט מיר ביי די קארנער! על שלשה דברים, אז איינער זאל האבן אלע דריי צוזאמען, איז העולם עומד, אויף דעם שטייט די וועלט און ווארט נאך יעצט..

אבער די שפת אמת בא'רואיגט אונז, אז ס'מיינט נישט אלע דריי צוזאמען, און ער ברענגט פונעם רבי'ן ר' אלימלך דאס באקאנטע ווארט, אז קודם איז געווען א דור פון תורה, שפעטער א דור פון עבודה.. און באכעשעם מיר האלטן שוין ביי די דור פון גמילות חסדים ווי יעדער איינער האט א פעידזש מיט א גאויל און אכט גאוי פאנד מי'ס יעדע צווייטע חודש.. און אט אט קומט שוין משיח.. הוא איז אן די וועי..
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י'

ר' קלונימוס זויערפעקל זיצט ביים גמרא אין ס'מעדרעש, דאס געזיכט איז אים פארוואלקענט, ער וואלט ליבערשט געזאגט יעצט קינות, אבער וואס זאל מען טוהן ער מוז יעצט לערנען.. א מין אפקומעניש דעס, פון צייט צו צייט לאזט ער ארויס אזא טיעפ'ן קרעכטץ, ווי צו זאגן, די תורה איז זיס.. עפעס א לחש וואס זיין רבי האט אים אויסגעלערנט אין חדר צו זאגן, און ער האט נישט קיין אהנונג די באגריף דערפון.. ס'איז עפעס אזא אמונה זאך.. ער האט אמונה פשוטה אז ס'איז זיס.. ס'קען מען טוהן, ס'הערשט א הסתר פנים.. וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זעהן, עפעס אזא בחינה.. אבער ביזדערווייל, מאכט מען זיכער אז מ'איז אריינגעפאנטש 926 אין ס'מעדרעש, ווייל אז נישט וועט ער נישט קריגן באצאהלט, היו לא תהיה.. ער איז נעבעך א געדינגענער.. ער ארבייט אויף די שעה, קוים אין צרות שטופט ער אדורך א בלאט גמרא, שוין אפאר מאל געקלערט צו גיין אריינרוימען צו אים אין די אויער, קוקו ריקו קו.. אדער בשעת ער זיצט מיטן קאפל אראפ ביז די אויגן, און דאס זויערקייט אויפן פנים ריח'ט ווי א זויערע אוגערקע, זיך געבן אזא בייג אריין פון דערונטער, און פארופן א באלדיגע כא כא כא אווענט.. האלט'ס ס'וועט גיין א נשיאת כפים אזש כ'וועל זעהן מתן תורה בהקיץ? כ'בין נישט גרייט איינצושטעלן מיין אויער פאר אזא מאמענט.. אבער וואס קען מען נעבעך טוהן, ער איז א געדינגענער.. גלייב מיר ער וואלט עס נישט געטוהן ווען נישט איינער זאגט אים צו אן אוצר מיט געלט..

סוחי קארפענקאפ רייסט אריין צו שחרית מיט זיין תפילין לאנטש בעג.. מ'האלט שוין ביי ברוך שאמר, און ס'פליעהט ארויף די רצועות אויפן של יד מיט איין אטעם, דער של ראש באקומט אויך זיין פארדינטן רוה ארט, ער צו'קישט זיך דערמיט אהין און צוריק, דיך מיך שיך קריך.. אזא ונתנו פון אלע צדדים, כ'ווייס שוין נישט ווער ס'קושט וועמען, ער די בתים אדער גאר פארקערט.. סא חילוק, העיקר ער כאפט א בליק אויפן זייגער, ס'שפעט.. ער דארף נאך צוריק ענטפערן אויפן וואטסעפפ שמועס זיינע הגהות, און דא האלט אים די בעל תפילה אויף.. נו, יאג דיך אונטער דו מטורף.. נישט ווייל ער מאכט אויס דא פאר די מנין, ער פוצט עניוועי אפ נאך נקדישך יעדן טאג, אבער אז מ'קען זיך בייזערן פארוואס דען נישט?! זאל כאטשיג זיין א תירוץ פארוואס ער פוצט אפ אינמיטן דאווענען.. ס'איז דעם בעל תפילה'ס אחריות.. ער וועט ברענען אין געהענעם פארדעם.. ער פון זיין זייט וואלט נישט געלייגט יעצט קיין תפילין, נאר וואס זאל מען טוהן אז ער איז עט גאן פוינט, און חלילה טאמער וועט ער נישט לייגן תפילין וועט אים די באשעפער בראטן אינעם הייסן קעסל און מאכן פון אים זרוע פארן סדר.. ער קען זיך פשוט נישט קיין עצה געבן חלילה דערמיט.. און אלץ א זייטיגע בענעפיט, וועט ער געווינען א גורל אויף א באקס דשעלי ביענס.. כ'מיין צוזאגן באקומען עפעס אן עולם הבא, אזוי האט אים זיין טאטע געזאגט..

★★★★

אנטיגנוס איש סוכו, קיבל משמעון הצדיק, ער האט געהייסן איש סוכו זאגט רבי יצחק אבוהב אין מגן אלוקים ווייל איש ווייזט אויף א העכערע מענטש, אזוי ווי ביים כהן גדול שטייט, אישי כהן גדול..

הוא היה אומר, זאגט ר' ברוך מקוסוב, אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס, דינט נישט דעם אייבערשטן אויף אזא וועג, אז די ארומיגע זאלן מייענען אז דו טוהסט עס נאר ווייל דו בוזט א געדינגענער.. אלא הוו כעבדים המשמשין את הרב שלא על מנת לקבל פרס, מען דינט דעם אייבערשטן מיט א געשמאק, ווייל מ'האט ליעב צו לערנען, מ'האט ליעב צו דאווענען.. מיט א שמייכל, מיט א פרישקייט, וויאזוי זאגט מען אין ירושלים אלט אידיש? ס'לעבט צאך א דאווענען.. די ארומיגע זאלן זעהן אז דו טוהסט דאס ווייל ס'איז דיר געשמאק! נישט ווייל דו גייסט קריגן זאזא'ס אויב דו וועסט זאגן שיין הויעך.. דו לערנסט ווייל ס'געבט דיר חיות, האסט א געשמאק דערינען, אה טו א קוק, א תירוץ פון אביי.. א שמייכל אויפן געזוכט, מ'האט צוגעטראפן א תוספות.. א געפיל פון סיפוק, אן אהבת התורה.. אט דאס איז א העכערע שטאפל אין עבודת השם.. אודאי גייט דער סוחי קריגן שכר פארן ארויפדרייען די רצועות, אין הקב''ה מקפח שכר כל ברי-ה, נישט ווי די תלמידים צדוק ובייסוס האבן אפגעלערנט אז מ'קריגט חלילה נישט קיין שכר, יעדער באקומט שכר.. אבער נישט דאס דארף זיין די סיבה וואס מאכט מיר לערנען אדער דאווענען.. איך זאל האבן אזא שמחה און געשמאק ביים דאווענען און לערנען, אז די ארומיגע מענטשן זאלן נישט איינפאלן אז איך טוה דאס ווי א געדינגענער..
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י''א

ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן שמער גע''וואנט ביי שאלעש שידעס.. זיצט ר' פישל מאטיאש אין מיין סמעדרעש אין היכל מאטיאש, ר' פישל איז אן איינשטענדיגער און פאפולערע פיגור ביינונז אין סמעדרעש, און די דאזיגע וואך האבן מיר פארבראכט אינאיינעם.. איך האב אים געגעבן די האנט, און מיט א חמצ'דיגן אייער בענקל, האב איך אים אוועקגעזעצט אויבן אן.. פון אנהויב האט עס אויסגעזעהן גאנץ א בעטעמ'ט עסק.. כ'האב געהאט לעבן מיר, נו וויזויהייסט ער נאר דארטן? יע צוויבל.. ס'חילוק זיין ערשטע נאמען, מאכט נישט אויס.. דער צוויבל איז בעצם זייער א געפילישער, און איז כסדר מעורר די ארומיגע עד דכדוכה של נעיפעש.. ס'גייט ממש ביז בכיות.. אן קיין גוזמאות.. א ריכטיגע משפיע פונעם קומענדיגן דור, מיט א כח וואס איז א חד בדרא..

הכלל זיץ מיר מיט צוויבל און מאטיאש'ן צוזאמען בעת רעווא דרעווין, און מיר פארברענגען אינאיינעם.. זייער אן איינגענעמע אטמאספערע.. מיר מאכן אזוינע ראוינד טריפ'ס מיטן אייער בענקל, מ'זעצט ארויף דעם צוויבל מיט מאטיאש'ן, און מ'פירט זיי אונטער די חופה באשיידענערהייט.. די באסעס גייען אהין און צוריק אנגעלאדענט מיט די סכוירע.. ביז די היכל מאטיאש ווערט אויסגעליידיגט..

איצטערט האט ר' פישל מאטיאש גענומען דאס ווארט, און ער האט אנגעהויבן זיפצן און קרעכטצן מן הסתם אויף די וואכעדיגע סדרה.. האט מיר בכלל נישט אויסגעזעהן אינטערסאנט.. אבער דער צוויבל האט נישט אויפגעהערט אריינצוהאקן מיט זיינע הגהות.. כסדר האט ער געהאט צו קאמאנטירן אויף ר' פישל'ן.. כ'האב געקלערט ער איז מער א בעל דערעך כערעץ.. א מכה, ניטאמאל די רב פונעם שול האט ער אפגעשוינט.. אינמיטן דעם רב'ס דרשה האט ער אריינגעהאקט מיט זיינע קאמאנטארן.. א מין חצוף דער.. און איר זאלט נישט מיינען אז דאס האט זיך אפגעשטעלט ביי שאלאש שידעס, א דופן עקומה.. דעם גאנצן וועג אהיים האט ר' פישל געפירט א מערכה מיט דעם צוויבל'ן.. ס'האט אנגעהויבן גיין אויף הויעכע טענער.. יעדע דורכגייער אויפן גאס איז געווען א ציהל פונקט פאר די שטורעמישע חצים ובליסטראות וואס האט געקענט טויב מאכן אפילו א שטיין.. קיינער איז נישט געווארן אפגעשוינט.. די דיבוק האט גע'דרשענט בקול חוצב להבות אש, ס'געגאנגען פייער פון די באלאטעס..

אהיימקומענדיג האב איך געקלערט, אז זאכן וועלן זיך בא'רואיג'ן.. סוף כל סוף בין איך שוין מער נישט צווישן מענטשן, וועלן די כעוורע קלים וריקים נישט קריגן קיין אטענטשען.. נו שרייען אויף וועמען? אויף מיר? מאכן הפגנות אויף א ליידיג מקום ווי קיינער קימערט זיך בכלל נישט דערמיט? הו קעיר'ס?!

אבער זאכן ביי מיר אין שול האבן אנגעהויבן ווערן מער ווילד.. די הפגנות זענען געווארן מער שטורעמיש, און די רעדעס זענען געווארן מער אגרעסיוו.. ס'האט געהערשט אן ערענסטן חרון אף וואס מ'האט געדארפט ממתיק זיין.. אבער געוואלד, וואס טוט מען?! כ'האב אריינגענומען די כעוורע אין א פריוואטע שטיבל ביי מיר אינדערהיים, און זיך געבעטן ביי זיי, לאמיר זיך מסדר זיין.. קאן זיין עטץ זענטס בייז אויף מיר מיט רעכט, יתכן.. אבער אפשר קענען מיר מאכן א שטילשטאנד? איך האב זיי גע'ווארענט אויב זאכן וועלן נישט גיין צו בעסערונג, און זיי וועלן נישט מאכן פליטה, וועל איך גיין מיט שטרענגע מיטל'ן.. אבער די כעווערע זענען געווען בעלי זרוע, שטייפע עזות פעינעמער.. און גארנישט, ווי א גומי אויפן בארדע בלייבן זיי גענאגעלט און רירן זיך נישט פון ארט.. אבער ביי מיר איז א ווארט א ווארט, ש'טא קיין מעשיות.. מיר זענען געגאנגען צום אוצר ווי עס ליגן מיינע געווער, מיר האבן ארויסגענומען די פינקע סכוירע.. די האוויצער'ס פון פעפטא ביסמאל האבן געמאכט פון די שונאים א גל של עצמות.. וליהודים היתה אורה, און די שונאים האבן געהאט א מפלה..

מיין לערן געלט:
עסן אלע זאכן וואס זענען אפעטיטליך קען פירן צו א קאטאסטראפע, איך מוז געדענקן וואס נישט צו עסן, אפילו עס זעהט אויס אפעטיטליך..



★★★


ויהי מורא שמים עליכם, זאגט די הייליגע ברטנורא. אע''פ שאתה עובד מאהבה, עבוד ג''כ מיראה. שהעובד מאהבה זריז במצות עשה, והעובד מיראה נזהר ממצות לא תעשה, ונמצאת דעבודתו שלימה. מ'דארף אויך ארבייטן אויף וואס נישט צו טוהן, נישט גענוג די חלק וואס מ'דארף יא טוהן.. און אזוי האט מען א שלימות.. אז נישט זיצט מען אנגעדרייטע סכוירע ביי שאלעש שידעס..
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י''ב

איך זיץ מיר אין סמעדרעש צופרי מיט מיין גלעזל קאווע איבער א חסידיש ספר, נישט ווייט פון מיר זיצט אויפן טיש א גאסט וואס איינער א מאן דהו האט אראפגעלייגט, א שאכטל טישוס.. איי פארוואס? פרעגסט גוט.. ס'פשט פון ברענגען וויש נאטיצן אין א הייליג מקום? אמאל האט מען געוואוסט אז אזוינס באלאנגט אינעם שוואכסטן ארט אינעם בנין, דארטן ווי מ'אשר יצר'ט ווען מ'קומט ארויס.. היינט, בעיקבתא דמשיחא, שמער שווייניגער האט מען עס אריינגעברענגט אין סמעדרעש.. און מ'שעמט זיך ניטאמאל.. געוויסע שרייבן אפילו אויף אויפן שאכטל א לעילו נשמת.. געהעריג אראפ פון זינען די מענטשן.. איך קען שוין זעהן אין עטליכע יאר פון יעצט לעילו נשמת טעוועלעך אויף יעדן טיר פונעם בית הכבוד..

אבער ווארט נאר ווארט, ס'איז נאכנישט פארטיג.. איך הייב אן דעם ערשטן שטיקל מאור ושמש, איך פארטיעף מיר אזוי אינעווענדיג, והנה דער זויערטייג איז דא.. ער גייט צום שאכטל וואס ליגט דארטן אויפן טיש, נעמט ארויס עטליכע וויש נאטיצן, טראגט זיי גלייך ארויף אויפן פרצוף זיינעם, און שאאאאא ער מאכט יעצט אן עצרת אין סמעדרעש.. מיט יחודים און פארגלייזטע אויגן טרייבט מען ארויס דעם דיבוק מיט קולי קולות וואס איז בוקע ריקועין.. ס'איז זיכער ווערט אזא הייליגע מעמד צו אפשטעלן דאס לערנען.. זעהט אויס ער ברויך מנין פאר די יחודים.. און ער ווערט נישט פארטיג אזוי שנעל, שלעפט ארויס נאך צוויי וויש נאטיצן, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה.. יעצט מאכט מען די תקיעות דמעומד.. ער שטעלט אוועק די נאטיצן ביים גרעניץ ווינקל פון די נאז זיינעם, פארמאכט ביידע אויגן ווי צו ווינקן אז ס'קומט יעצט א באטע לכבוד שאבעס.. און יאלא, ס'קומט פאהר אן עקספארט מיט סכוירע אריין אינעם וויש נאטיץ.. און די גאר געהויבענע איגערקעס, וועלן איבערלאזן די וויש נאטיצן צוזאמען מיט די השפעות אויפן טיש כאילו דאס איז זיין פערזענליכע בית הכבוד דא..

איך דריי זיך אויס, זיצט לעבן מיר א אינגערמאן, און האב זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פאר אים.. אזא מין דור שפל, און גארנישט? אין פוצה פה? מ'ברויך גיין מאכן אן הפגנה זאג איך אים.. ארויסקומען מיט א קול מחאה אין די גאסן.. אזא פירצה און יעדער שווייגט? מ'ברויך שטורעמען מיט קאנעס און ווארפן באלאטעס, ווי זענען די מוחים? מ'ארבייט היינט? יאלא מ'גייט אויף א מחאה.. דער אינגערמאן האט זיך צוגעכאפט דערצו, און צוזאמען מיט אים איז מיטגעקומען נאך צענדליגע ארבייטסלאזיגע אינגעלייט וואס זענען אויף כולל פענציע.. און מ'גייט אויף א מחאה.. ווי גייט מען מאכן די מחאה?? וואס הייסט ווי, אודאי אין ככר השבת, ווי דען? ווי מאכט מען מחאות, אין ככר השבת!

יעדע חדר אינגל אין ירושלים ווייסט, א מחאה גייט פון ככר השבת! אלע עסקנים ווייסן, מ'דארף א מחאה? ככר השבת!


★★★


יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קבלו מהם, יוסי בן יועזר איש צרדה אומר, יהי ביתך בית ועד לחכמים. זאגט די הייליגע רמב''ם, דו זאלסט מאכן דיין הויז זאל זיין א סימבאל פאר אסיפת חכמים, אויב וועלן די חכמים זיך וועלן צוזאמקומען אויף א פלאץ, זאל יעדער וויסן גלייך, אה מ'גייט אין ככר השבת.. דיין הויז זאל ווערן א ברענד נעים פאר תלמידי חכמים ווען זיי ווילן זיך צוזאמקומען..
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 591

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

שיעור י''ג

ביי די לעצטע באנק אין סמעדרעש אין אייראפא, איז דא א לאנד מיטן נאמען אוקריינא.. דארטן איז דא א געהעריגע רעגירונג מיט א פרעזידענט און א גאנצע פארלימענט ווי מ'שפיעלט הויז.. איינער איז די טאטע און די צווייטער איז די מאמע און דער דריטער איז די גנב.. נאכדעם טוישט מען פאזיציעס שטייצעך.. ס'איז א עכטע לאנד, למשל ביינונז האט יעדער א דירה, און אין די דירה האט מען א קליין שטיבל פאר א בית כבוד ווען מ'ברויך.. דארטן איז עס מער פארגעשריטן, ס'גאנצע לאנד איז איין גרויסע בית כבוד.. און יעדער קען געניסן פונעם ריח אן קיין דיסקרימינאציע..

ויהי בימים ההם, און ס'האט זיך פארגליסט פאר המלך פוטין צו מאכן ארדענונג אין יענעם סמעדרעש.. טוצעך א הפקר וועלט דארטן, מ'שמועסט ביים לייענען, מ'רעדט אויפן רעבין.. א שול פון מחוצפים מ'ברויך קעיר נעמען.. בעיקר שטייצעך איז די מי שברך ביים בלעמער וואס מ'דארף זעהן דאס זאל גיין פאר די מוטער רוסלאנד.. און שטייצעך מיט דעם וועט שוין מיטגיין דעם גרויסן בעעעעבור מיטן ניגון הידוע (די רוסישע ניגון.. ברענגטס מיר נישט קיין נייע ניגונים.. ) וואס די ציבור וועט מנדב זיין פאר קהל'ס קאסע..

איז דער בחור געקומען מיט א גאנצע יפ''א מיליטער באוואפענט מיט קאניאק און זעקס און נייציגער.. מ'האט ארויסגעשלעפט אלע אלטע פויערן וואס דענקן נאך דעם רעבין סטאלין אין די געזונטע יארן.. און ס'איז געגאנגען א קאראהוד אין די גאסן.. ס'לעבעדיג מ'שיסט זיך אויס איינער דעם צווייטן, אראפ מיט די נאצי'ס.. און אמעריקא לאכט א גוט'ס.. והנה, אמעריקא אפפערט פאר אוקריינא הילף.. סע'נייעס.. ס'עפעס איז אמעריקא אזא לב טוב? מ'שיקט טאנקן, מיסיל'ס, דזשעלי בינס, ריזיגע קמחא דפסחא פעקלעך, ס'לעבעדיג, ס'דא געלט.. און אויב איז דעס נאכנישט גענוג, שיקן זיי בינטלעך מיט קעש ס'זאל זיין.. מלך ביפיו תחזינה מישרים.. ס'קינד דארף דאך האבן עפעס קידוש צו מאכן פארן לייענען, נו זאל שוין זיין פאר נאך מוסף אויך.. האלאוי, וואס איז די גרויסע תיקון געטיילעכטץ? סתם אמעריקא שיקט שבת פעקלעך שלא על מנת לקבל פראסק? מ'לעב מיר אין א עולם התיקון? טוצעך אמעריקא האט א כעוורע קנין ספרים, און מ'טיילט שטריימלעך, הא? אזא רבי ישעי ב''ר משה אין ענגליש..

מ'טיילט נישט אומזינסט.. אמעריקא איז אן אינוועסטירער.. זיי קויפן אפ לענדער.. שטייצעך פאר חצי בחנם.. לאמיר זאגן אוקריינע איז ווערט טריליאנען אויף די מארקעט וועליו, אמעריקא קויפט עס פאר שווערע ביליאנען, אנשטאט טריליאנען.. און נאכער גייט די מי שברך'ס מיט די פדיונות פאר די היזיגע קאסע.. אזא זה נהנה וזה בענענע מעשה.. איך שטעל צו די וואך נאכט מיט די באווארפן, און אונז וועלמיר זיך פארעכענען שפעטער, איא?! ווען מ'וועט ברויכן ווארפן פאשקעווילן זיך אנצונעמען פארן רעבינס קאוועד וועל מיר האבן עסקנים דארטן אין אוקריינע איא? מ'וועט אונטערשרייבן די קול קורא'ס ווען מ'דארף, נו שוין ביני ובינך מה היא.. וועסט זעהן ארויסצוטראגן פון סמעדרעש די וואס שמועסן ביים לייענען, און די וואס רעדן אויפן רעבין שטייצעך זיכער.. הקיצור, אוקריינא זאל געדענקן אז אמעריקא איז היינט בעל הבית אין לאנד, און אוקריינע איז נישט מער ווי אן אורח.. וויאזוי גייט נאר די שפרוך ווארט? ווער ס'האט די מאה האט די גניבה.. עפעס אזוי.. דענק נישט פונקטליך..

★★★

דער הייליגער אברבנאל טייטש, ווילסט קונה זיין תורה? יהי ביתך בית ועד לחכמים, מאך דיין הויז פאר א בית המדרש ווי די חכמים זאלן קענען לערנען.. אבער, מיט צוויי תנאים.. איינס, ווער מיר יעצט נישט אמעריקא און פיהר דיר מעשה בעל הבית.. ניין, בוזט אן אפגעריסענע אורח.. והוי מתאבק בעפר רגליהם, בוזט אן אורח, פארשטאנען?! די חכמים קומען דיר נישט גארנישט.. זיי זענען דא בעל הבית אין דיין הויז, און זאלסט זיכער מאכן אז זיי שפירן טאקע אזוי.. דו האסט געגעבן דיין הויז פאר זיי צו זיין פולקאם בעל הבית.. און דו זאלסט ניטאמאל פילן אז דו האסט זיי עפעס געגעבן.. נאר פארקערט, דו בוזט אן אורח ביי זיי.. און צווייטענס, ושותה בצמא את דבריהם, קיין חילוק ווי לאנג דו לערנסט ביי זיי, עס זאל זיין ביי דיר געשמאק אייביג זייערע רייד, זיי זאלן נישט וועפן ביי דיר.. קיין חילוק ווי לאנג דו דרייסט דיך דארטן, און וויפיל דרשות האסט שוין געהערט פון זיי.. אלס זאל זיין ביי דיר ווי פרישע ווארע, א שיין שטיקל חזנות מיט חידושים נפלאים ווי קיינמאל בעפאר.. עס קריכט נישט פון די נאז לעכער, מ'טרונקט עס מיט דורשט..
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2054
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5063

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך פופציגער »

הוהא!! דא צו ליינען אביסל!

יישר כח מאנישל!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3252

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

קודם געלייקט
בל"נ ארויספרינטן און שפעטער אהיימטראגן ליינען
עס איז זיכער ווערד...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3252

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

גענדיגט די ערשטע 4 שיעורים ביי יעצט מיט פרישטאג.

עס שיילט זיך ארויס א איד מיט תוכן!!! אן ערנסטער איד!!! א איד וואס נעמט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אים געשאנקען, דעם לשון לימודים, קראנטשי קיבאורד, און זאפטיגע שפראך און נוצט עס אויס פאר תורה! פאר זיין מאטא כלשונו "מיין מאטא איז ארויפברענגען א שמייכל אויף א צובראכענעם איד, וואס איז דיין מאטא אין לעבן?"

חזק ואמץ!!!
הלואי זאלן זיך אנדערע מיט ענליכע מתנות זיך אפלערנען פון דיר!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8756

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כהאב נאך נאר געליינט די ערשטע, והמשך יבא.

@מאניש בנבנשתי איך הייב מיין היטל פאר דיר!!!

WOW WOW, א מגי"ש נפלא, מיט דעם שמייכלדיגער שפראך, מיט אזא זאפט, א משל ונמשל, ס'אריין אין די ביינער!!!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3101
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3509

Re: פרקי אבות מיט א שמייכל

פאוסט דורך שמח »

@מאנישל דא האסטו פאר אלע...
👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍

איינער וואלט געקענט צאמשטעלן א PDF?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט