דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

פאוסט דורך דער ידען »

אינטערסאנט קיינער האט נאכנישט געפענט אזא אשכול. וועלן מיר בעז"ה גיין פתיחה.

ווען מען טראכט אריין זהעט מען אז דאס וואס רביה"ק זי"ע ברענגט כמה פעמים און ויואל משה "אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה" אז דאס גייט ארויף לגבי די צווייטע וועלט מלחמה, וואס דאס איז געשען מכח דעם וואס מען האט עובר געווען אויף די שלוש שבועות.

אט די פסוק האט זיך אפגעשפילט שמחת תורה תשפ"ד און ארץ ישראל, אידישע גופים איז געווארן הפקר געשחטן און געפילעוועט, די פסוק זאגט מפורש אז מען איז עובר אויף די שלש שבועות איז דאס די פרייז!!!
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך אהבת עולם »

הונדערט פראצענט. דאס זאגט דער פסוק.

פאר אנדערע איז גרינגער געווען עס צו תולה זיין אין די חילול שבת וואס דארט האט זיך אפגעשפילט... דאס איז זיי נישט מחייב...

עס איז אבער יא ווערד אנצומערקן אז ווען מען רעדט פון די סיבה פארוואס פורעניות קומט אויף כלל ישראל, איז נישט ריכטיג עס צו אנהענגען בלויז אויף איין עבירה. ר' אביגדור מיללער ז"ל האט געזאגט נאך די צווייטע וועלט מלחמה אז די פסוקים פון די תוכחה האבן זיך פארווירקליכט פארנט פון די אויגן. דאס איז נישט קיין סתירה מיט וואס דער רבי זי"ע זאגט אין ויוא"מ.
די זעלבע איז לכאורה דא. עס איז זיכער אז עס האט זיך דא אפגעשפילט א "אני מתיר את בשרכם", אבער דאס איז אויך אמאל זיכער אז גע'רצח'טע האבן דארט עובר געווען אויף נאך אנדערע חטאים אחוץ די שלוש שבועות..
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
און וואס נאך
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:48 pm
Location: USA
x 3

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך און וואס נאך »

אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:54 pm הונדערט פראצענט. דאס זאגט דער פסוק.

פאר אנדערע איז גרינגער געווען עס צו תולה זיין אין די חילול שבת וואס דארט האט זיך אפגעשפילט... דאס איז זיי נישט מחייב...
אינטרעסאנט, פאר א סאטמארער חסיד אין נ.י. צו רעדן וועגן ציונות אין די ווייטע מיטל מזרח, דאס איז זיי שטארק מחייב. נאר די גדולי ישראל וואס רעדן פון שבת וואס איז נוגע אומעטום, און יעדער מוז זיך מתחזק זיין אין לערנן און האלטן הלכות שבת, דאס איז זיי נישט מחייב.
עולם הפוך ראיתי.

סאטמאר טאלקינג פאוינטס אסייד, עס איז א געוואלדיגע חוצפה צו זאגן מבינות אין די מאטיוון פון גדולי ישראל. ווילסט גייען מיט די וואס האלטן אנדערש? פיין. אבער צו זאגן אז זיי דינגן זיך צוליעב זייטיגע נידריגע סבות איז א חוצפה גדולה און היפך דרכי התורה.
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 121

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך אהבת עולם »

און וואס נאך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 7:11 pm
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:54 pm הונדערט פראצענט. דאס זאגט דער פסוק.

פאר אנדערע איז גרינגער געווען עס צו תולה זיין אין די חילול שבת וואס דארט האט זיך אפגעשפילט... דאס איז זיי נישט מחייב...
אינטרעסאנט, פאר א סאטמארער חסיד אין נ.י. צו רעדן וועגן ציונות אין די ווייטע מיטל מזרח, דאס איז זיי שטארק מחייב. נאר די גדולי ישראל וואס רעדן פון שבת וואס איז נוגע אומעטום, און יעדער מוז זיך מתחזק זיין אין לערנן און האלטן הלכות שבת, דאס איז זיי נישט מחייב.
עולם הפוך ראיתי.

סאטמאר טאלקינג פאוינטס אסייד, עס איז א געוואלדיגע חוצפה צו זאגן מבינות אין די מאטיוון פון גדולי ישראל. ווילסט גייען מיט די וואס האלטן אנדערש? פיין. אבער צו זאגן אז זיי דינגן זיך צוליעב זייטיגע נידריגע סבות איז א חוצפה גדולה און היפך דרכי התורה.
ברוכים הבאים, מאכט אייך באקוועם.

איך האב נישט גערעדט פון גדולים וואס האבן דאס תולה געווען, און איך האב דערווייל נאכנישט געהערט פון א גדול וואס האט דאס תולה געווען אין שבת. איך האב גערעדט פון אלגעמיינע מוילמאכער.

והשנית, ווען דו באצייכנסט דאס וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט געשריבן אין ספרו הק' ויוא"מ אלס 'סאטמארע טאלקינג פוינטס', נעם אין באטראכט אז דאס איז נאך אזא חוצפה ווי מיינס, און סאטמאר רב איז נאך געווען אזא גדול ווי דיינס.

בכל אופן זע איך נישט פארוואס שבת איז מער נוגע ווי ציונות. פונקט ווי מען דארף לערנען הלכות שבת דארף מען אכטונג געבן נישט נאכגעשלעפט צו ווערן אויף הודאה למינות רח"ל. האלטסט אז די חטא פון די 'בארי' איינוואוינער איז געווען אז זיי האבן נישט געלערנט גענוג הלכות שבת?... איז פונקט ווי נעמסט עס אויף למעשה זיך צו מחזק זיין אויפן ענין בעצם איז עס דא אויך די זעלבע נוגע.
כל טוב.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
און וואס נאך
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:48 pm
Location: USA
x 3

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך און וואס נאך »

עס איז נישט מיין ערשטע תגובה, נאר מ'האט מיר געמעקט מיט די אויסרייד פון 'טאלקינג פאוינטס' אויף דעת גדולי ישראל.

וואוינעדיג אין אמעריקא, איז שבת אונזער דאגה. ציונות איז נישט קיין נושא דאהי. אפשר פאר די וואס וואוינן אין א"י און האלטן בשיטת סאטמאר, דארפן זיי עפעס טון. איך גלויב אבער נישט אז טיף אין הארצן זענן זיי נישט די זעלבע ציונים ווי די אנדערע. אין מיין צייט אין א"י האב איך באמערקט אז די איינציגסטע וואס האבן די מדינה עכט אין בוידעם זענן געווען די שטויביגע הוטן אין בני ברק. די ירושלימ'ער, די חסידים, און די קנאים, האבן אלע זיך שטארק אידענטיפירט מיט די מדינה, תוך זייער אלע 'נישט אויף שבת גערעדט' רעדעכטס.

אבער איך 'על דיר זאגן. איך האב געהערט די מעשה פון די ביפערס פון א סאטמארע חסיד אין בית המדרש, און ער איז געווען אזוי עקסייטעד וועגן די כוחי ועוצם ידי, וואס איך האב נישט געזען ביי קיין שום אנדערע. מ'האט מיר געזאגט אז אין מרכז הרב האט מען אויך אזוי געטאנצט. כנראה אז עס האט נישט געהאלפן
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 692

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך וואלף »

און וואס נאך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 8:10 am וואוינעדיג אין אמעריקא, איז שבת אונזער דאגה. ציונות איז נישט קיין נושא דאהי.

אבער איך 'על דיר זאגן. איך האב געהערט די מעשה פון די ביפערס פון א סאטמארע חסיד אין בית המדרש, און ער איז געווען אזוי עקסייטעד וועגן די כוחי ועוצם ידי, וואס איך האב נישט געזען ביי קיין שום אנדערע. מ'האט מיר געזאגט אז אין מרכז הרב האט מען אויך אזוי געטאנצט. כנראה אז עס האט נישט געהאלפן
סתירה, הא?
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך דער ידען »

און וואס נאך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 8:10 am עס איז נישט מיין ערשטע תגובה, נאר מ'האט מיר געמעקט מיט די אויסרייד פון 'טאלקינג פאוינטס' אויף דעת גדולי ישראל.

וואוינעדיג אין אמעריקא, איז שבת אונזער דאגה. ציונות איז נישט קיין נושא דאהי. אפשר פאר די וואס וואוינן אין א"י און האלטן בשיטת סאטמאר, דארפן זיי עפעס טון. איך גלויב אבער נישט אז טיף אין הארצן זענן זיי נישט די זעלבע ציונים ווי די אנדערע. אין מיין צייט אין א"י האב איך באמערקט אז די איינציגסטע וואס האבן די מדינה עכט אין בוידעם זענן געווען די שטויביגע הוטן אין בני ברק. די ירושלימ'ער, די חסידים, און די קנאים, האבן אלע זיך שטארק אידענטיפירט מיט די מדינה, תוך זייער אלע 'נישט אויף שבת גערעדט' רעדעכטס.

אבער איך 'על דיר זאגן. איך האב געהערט די מעשה פון די ביפערס פון א סאטמארע חסיד אין בית המדרש, און ער איז געווען אזוי עקסייטעד וועגן די כוחי ועוצם ידי, וואס איך האב נישט געזען ביי קיין שום אנדערע. מ'האט מיר געזאגט אז אין מרכז הרב האט מען אויך אזוי געטאנצט. כנראה אז עס האט נישט געהאלפן
אה"נ ליידער איז דא א געוואלדיגע טשטוש המוחות, ווען יעדע סאטמארער חסיד וואלט ווען געקענט אפילו נאר די "פונקטען" פוןן ויואל משה, וואלט מען נישט געהערט און געליינט די נייעס פון די מלחמה.
עס כאפט א פחד, די רבי זי"ע האט דאך פארגאסן טייכן טרערען אויף דעם, ליידער זהעט מען טאקע געוויסע סאטמארע חסידים רעדן מיט באק ציין וועגן די מלחמה רח"ל??

טראכט אריין וויאזווי די רבי האט זיך מוסר נפש געווען, מפקיר געווען זיין לעבן, ובפרט אין די צייט דארף מען פילעווען ויואל משה!!!
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 443

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך דער ידען »

אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 8:12 pm
און וואס נאך האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 7:11 pm
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 1:54 pm הונדערט פראצענט. דאס זאגט דער פסוק.

פאר אנדערע איז גרינגער געווען עס צו תולה זיין אין די חילול שבת וואס דארט האט זיך אפגעשפילט... דאס איז זיי נישט מחייב...
אינטרעסאנט, פאר א סאטמארער חסיד אין נ.י. צו רעדן וועגן ציונות אין די ווייטע מיטל מזרח, דאס איז זיי שטארק מחייב. נאר די גדולי ישראל וואס רעדן פון שבת וואס איז נוגע אומעטום, און יעדער מוז זיך מתחזק זיין אין לערנן און האלטן הלכות שבת, דאס איז זיי נישט מחייב.
עולם הפוך ראיתי.

סאטמאר טאלקינג פאוינטס אסייד, עס איז א געוואלדיגע חוצפה צו זאגן מבינות אין די מאטיוון פון גדולי ישראל. ווילסט גייען מיט די וואס האלטן אנדערש? פיין. אבער צו זאגן אז זיי דינגן זיך צוליעב זייטיגע נידריגע סבות איז א חוצפה גדולה און היפך דרכי התורה.
ברוכים הבאים, מאכט אייך באקוועם.

איך האב נישט גערעדט פון גדולים וואס האבן דאס תולה געווען, און איך האב דערווייל נאכנישט געהערט פון א גדול וואס האט דאס תולה געווען אין שבת. איך האב גערעדט פון אלגעמיינע מוילמאכער.

והשנית, ווען דו באצייכנסט דאס וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט געשריבן אין ספרו הק' ויוא"מ אלס 'סאטמארע טאלקינג פוינטס', נעם אין באטראכט אז דאס איז נאך אזא חוצפה ווי מיינס, און סאטמאר רב איז נאך געווען אזא גדול ווי דיינס.

בכל אופן זע איך נישט פארוואס שבת איז מער נוגע ווי ציונות. פונקט ווי מען דארף לערנען הלכות שבת דארף מען אכטונג געבן נישט נאכגעשלעפט צו ווערן אויף הודאה למינות רח"ל. האלטסט אז די חטא פון די 'בארי' איינוואוינער איז געווען אז זיי האבן נישט געלערנט גענוג הלכות שבת?... איז פונקט ווי נעמסט עס אויף למעשה זיך צו מחזק זיין אויפן ענין בעצם איז עס דא אויך די זעלבע נוגע.
כל טוב.

נישט קיין סתירה, ביידע זענען אמת...

נאר די ענין פון "אני מתיר את בשרכם" שטייט דאך קלאר ארויס אין פסוק אז דאס פאסירט!!!

וכך הוה...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: דעת רביה"ק מסאטמאר זי"ע - שמיני עצרת שחיטה בא"י תשפ"ד

פאוסט דורך פופציגער »

און וואס נאך האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2024 8:10 am עס איז נישט מיין ערשטע תגובה, נאר מ'האט מיר געמעקט מיט די אויסרייד פון 'טאלקינג פאוינטס' אויף דעת גדולי ישראל.

וואוינעדיג אין אמעריקא, איז שבת אונזער דאגה. ציונות איז נישט קיין נושא דאהי. אפשר פאר די וואס וואוינן אין א"י און האלטן בשיטת סאטמאר, דארפן זיי עפעס טון. איך גלויב אבער נישט אז טיף אין הארצן זענן זיי נישט די זעלבע ציונים ווי די אנדערע. אין מיין צייט אין א"י האב איך באמערקט אז די איינציגסטע וואס האבן די מדינה עכט אין בוידעם זענן געווען די שטויביגע הוטן אין בני ברק. די ירושלימ'ער, די חסידים, און די קנאים, האבן אלע זיך שטארק אידענטיפירט מיט די מדינה, תוך זייער אלע 'נישט אויף שבת גערעדט' רעדעכטס.

אבער איך 'על דיר זאגן. איך האב געהערט די מעשה פון די ביפערס פון א סאטמארע חסיד אין בית המדרש, און ער איז געווען אזוי עקסייטעד וועגן די כוחי ועוצם ידי, וואס איך האב נישט געזען ביי קיין שום אנדערע. מ'האט מיר געזאגט אז אין מרכז הרב האט מען אויך אזוי געטאנצט. כנראה אז עס האט נישט געהאלפן
ביי מיין הייליגע רבי זי"ע, איז ציונות געווען א נושא, אפילו וואוינענדיג דאהי.

ער האט גערעדט פון דעם נושא אין די גרעסטע מינוטן פונעם וואך, בעת רעוא דרעוין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט