טרינקען וויין פורים - א קלארער גייד
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
טרינקען וויין פורים - א קלארער גייד
בס"ד
הקדמה: אלע יארן אינעם הייליגן יו"ט פורים ווילן אידן מקיים זיין דו מצות היום אינקלאודינג טרינקען וויין - משתה ושמחה, אבער נישט יעדער איז געוואוינט צו טרינקען, נישט יעדער האט ליב צו טרינקען, אנדערע האבן געפערליכע נאכווייען - אווערהענג. איך ווייס פון מענטשן וואס האט גענומען עטליכע טעג ביז זיי האבן געקענט האבן א געהעריגן סדר היום. אשר כל כן וועלן מיר דא געבן אביסל עדווייס ווי אזוי צו טרינקען מיט סדר הדברים.
פרובירן נישט אנצורירן קיין וויין ביי די סעודה פון די ערשטע נאכט, שטייט אין חז"ל "סעודת פורים שעשו בלילה לא יצא ידי חובתו", ס’איז אויך נישט אויסגעהאלטן ווייל ס'איז דא נאך מצות וואס מ’דארף נאך מקיים זיין, קריאת המגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים וכו' און טרינקען קען אמאל שטערן פון זיי מקיים זיין ווי עס באדארף צו זיין.
אויב פילט איר nauseous אדער ס’איבלט אייך, טריקט נישט! די מצוה איז משתה ושמחה, און נישט ברעכן וואס נעמט אוועק אייער שמחה און אייער ארומיגעס שמחה. איר קענט צומאל ווארטן אביסל און אייער nauseousness וועט אוועקגיין.
דאס בעסטע איז צו מייחד זיין פון פאראויס צו טרינקן נאר איין מין וויין, און ח"ו מישן מיט ברוינפען אדער ביר, ס’איז א סכנה ממש. אוועק שטיין פון זיסע וויין כמטחווי קשת, דאס איז א רעספי פאר ברעכן און האבן נאכווייען.
ס’פעלט נישט אויס צו טרינקען טייערע וויין פורים, ס’איז ממש א שאד. חוץ איין וויין וואס הייסט Segal unfiltered וואס איז בערך 90-100 דאלער דאס איז גאר גוט צו האלטן אלעס אין די ראמען.
גיט אוועק אייערע קאר שליסלן פאר אייער בני בית איידער איר טרינקט דעם ערשטן כוס. (איך זאג אייך ס’לוינט זיך).
ווער ס’האט נישט עכט ליב וויין, איז א גוטע עצה צו אריין לייגן אין פריזער ביז ס’ווערט פריזינג קאלט. נאך א עצה, מ’זאל אריינצולייגן שטיקער אייז אין די וויין, אגב ס’העלפט אויך פאר די איבלן פראבלעם.
בשום אופן טרינקן וויין אויף א ליידיגן מאגן, נאר טרינקן בשעת'ן עסן א סעודה און דווקא א פולע סעודה, פיש פלייש. טרינקן רואיג א גלעזל וויין נאך די פיש און דערנאך א גלעזל די פלייש. עס נעמט טאקע אביסל לענגער ביז מאיז גענצליך שיכור, אבער סהאלט נישט אפ פון ווערן שיכור, ומאידך געט עס גענוג צייט פארן גוף דיידזשעסטן די וויין און נישט ווערן אטאקט סאדענלי פון אזוי פיל אלקעהאול.
טרינקן א גאנצע גלעזל וואסער פאר מ’וואשט זיך (די ברכה איז א שאלה ווייל ס'דארף זיין "השותה מים לצמאו"). אסאך זאגן צו טרינקען אסאך וואסער, דאס איז אויך נישט גוט ווייל מ’ווערט bloated - צו פול און נאכער קען מען נישט טרינקען. איינמאל מ’איז פרעטיג טרינקן וויין אדער אויב מ’טאנצט קען מען אנהויבן טרינקן אסאך. וויין שיקט ארויס אלע ליקוועד פונעם קערפער און מ’דארף עס ערזעצן ווי שנעלער.
אנהויבן טאנצן ווען מ’איז מער ווייניגער פערטיג מיטן עסן. טאנצן שאקלט גוט אויף די וויין און מאכט אייך פילן פונקט ווי איר ווילט זיין.
ווען איר פילט מיד, אדער איר ווילט דרייוון לייגט אייך אראפ פאר אביסל, אבער נאר אויף א קאוטש, ריקליינער וכיוצא בו, בדוחק אויף א בעט מיט דריי קישענס אונטערן קאפ.
אויב פילט איר אז איר זענט נישט רעדי צו דרייווען, דרייווט בשום אופן נישט, ס’איז נישט ווערט.
פארן גיין שלאפן טרינקט אייך אן מיט וואסער (נישט סעלצער) ווי א קעמעל, פשוטו כמשמעו.
צופרי הייבט מען אן מיט א קאווע, און טרינקן לכל הפחות 8 גלעזלעך דורכאויסן טאג.
און האט אן אמת’ן שמחת פורים

Re: טרינקן וויין - א קלארע גייד
יישר כח פאר אלע וואס האבן גע'לייקט דעם ארטיקל
הרב אייער שפיי האט אנגעפרעגט:
הרב אייער שפיי האט אנגעפרעגט:
אן אייער שפיי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 1:49 pm טעמע: טרינקן וויין - א קלארע גייד
סארי, כהאב עס געשריבן במהירת רב
איינמאל מ’איז פרעטיג טרינקן וויין אדער אויב מ’טאנצט קען מען אנהויבן טרינקן אסאך וואסער/מים/וואוטער בלע"ז.
בדרך אגב, טאנצן מאכט די וויין אויסוועפן שנעלער קען מען זיך עפארדן צוטרינקן אז ס'שמעקט און מ'פילט זיך גוט.
- dev
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 200
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
- Location: Monsey
- x 246
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
@מירון
וואס איז די מהלך אויב רויטע וויין איז צו שווער אויפן מאגן, אבער די טעם פון די ווייסע איבעלט געפערליך ביים טרינקען,
ווי אזוי קען מען מאכן ס'זאל גרינגער, סיי די רויטע און סיי די ווייסע?
וואס איז די מהלך אויב רויטע וויין איז צו שווער אויפן מאגן, אבער די טעם פון די ווייסע איבעלט געפערליך ביים טרינקען,
ווי אזוי קען מען מאכן ס'זאל גרינגער, סיי די רויטע און סיי די ווייסע?
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
ערשטענס איך בין א גאר קאנפע חסיד פון טרינקען ווייסע וויין ס'מאכט מאגן ברענעריי, חוץ פאר דער וואס האט נישט סתם אזוי קיין מאגן ברענעריי.
רויטע וויין איז אזוי, קודם נעמט א וויין וואס איר גלייכט כאטש אביסל דורכאויסן יאר. וואשט אייך צו די סעודה מיט א רואיקייט און זעצט אייך אוועק, עסט חלה מיט פיש און דערנאך נעמט א זופ אויפאמאל, פרוביר נישט צו צווינגען אייער מאגן. דערנאך שליגט אדער עסט אביסל אייז [שליגן גאנצערהייט איז אסאך בעסער]. אבער איך זאג אייך שוין נישט פאר יעדן העלפט דאס, ס'דא מענטשן וואס קענען טרינקען וויין און ס'דא מענטשן די וויין שטימט נישט מיט זיי אזוי גוט. פאר די וואס האבן אישוס מיט טרינקן וויין קען מען זיך צוגעוואוינען א גאנץ יאר.
נאך אן עצה, אבער איר מוזט פרעגן אייער דאקטאר פאר איר טוט דאס. געוויסע מעדיקעישאן טאר מען נישט נעמען מיט אלקעהאול. איך וויל נישט מ'זאל סאוען אידטיש... פורים צופרי אפאר שעה פארן טרינקען נעמט איין אווער די קאונטער מאגן מעדיקעישאן ווי "נעקסיום" און "פריילאסעק" "פרעוועסיד" א.ד.ג.
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
וואס איז גדר פון מישן וויין איינ'ס מיט די אנדערע, אז איך פרוביר מיך צו האלטן צו איין סארט וויין, אבער דא - דארט נעם איך א גלעזל ביי איינעם אינדערהיים וכדומה איז עס א פראבלעם?
און אזוי אויך וויין מיט ברוינפן, מ'טאר נישט טרינקען קיין לעק ברוינפן נאך וויין?
און אזוי אויך וויין מיט ברוינפן, מ'טאר נישט טרינקען קיין לעק ברוינפן נאך וויין?
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
וויבאלד ס'איז קאמפיוזינג צו מסביר זיין פונקטליך וועלעכע וויין שטימט מיט וועלעכע בפרט נאכדעם וואס מ'האלט שוין נאך עד דלא ידע איז די בעסטע עצה זיך צו האלטן צו איין סארט וויין.הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 3:52 pm וואס איז גדר פון מישן וויין איינ'ס מיט די אנדערע, אז איך פרוביר מיך צו האלטן צו איין סארט וויין, אבער דא - דארט נעם איך א גלעזל ביי איינעם אינדערהיים וכדומה איז עס א פראבלעם?
און אזוי אויך וויין מיט ברוינפן, מ'טאר נישט טרינקען קיין לעק ברוינפן נאך וויין?
אויב מאכט איר גרויסע הפסקות, איז דער פראבלעם אסאך קלענער לדוגמא א גוטע האלבע שעה. און אויב אינדרויסן אין גאס איז קאלט איז דער פראבלעם נאך קלענער, אדער האט איר היפש געטאנצן איז עס נישט קיין פראבלעם.
__
ניין, קיין לעק ברוינפן, חוץ אויב ס'איז א שיעור עיכול, אבער איך בעט אייך שטייט אוועק דערפון. הצלה טראגט אריין יעדע יאר פאציענטן וואס האבן געטרינקען וויין און ברוינפען צוזאמען.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9954
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
שכוח @מירון. הערליך קלאר.
די פאני פארט איז, אז איך טרינק נישט קיין וויין אגאנץ יאר, ווייל איך האב עס פיינט. (אפילו פסח אויך נישט, לא לעבור על עונג יו"ט...)
און, עכ"ז, ווען איך טרינק פורים, וועל איך נישט ווערן שיכור אפילו פון איין גלעזל נאכן צווייטן, נאר אויב איך מיש אפאר סארטן, און ברוינפן, דעמאלס כאפט עס.
די פאני פארט איז, אז איך טרינק נישט קיין וויין אגאנץ יאר, ווייל איך האב עס פיינט. (אפילו פסח אויך נישט, לא לעבור על עונג יו"ט...)
און, עכ"ז, ווען איך טרינק פורים, וועל איך נישט ווערן שיכור אפילו פון איין גלעזל נאכן צווייטן, נאר אויב איך מיש אפאר סארטן, און ברוינפן, דעמאלס כאפט עס.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
סארטן איז נישט געפערליך, אבער ברוינפען אדער ביר קען צומאל ווערן א גרויסע פראבלעם.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 4:16 pm שכוח @מירון. הערליך קלאר.
די פאני פארט איז, אז איך טרינק נישט קיין וויין אגאנץ יאר, ווייל איך האב עס פיינט. (אפילו פסח אויך נישט, לא לעבור על עונג יו"ט...)
און, עכ"ז, ווען איך טרינק פורים, וועל איך נישט ווערן שיכור אפילו פון איין גלעזל נאכן צווייטן, נאר אויב איך מיש אפאר סארטן, און ברוינפן, דעמאלס כאפט עס.
וויאזוי פילט איר געווענליך א טאג נאכן טרינקען?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9954
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
@מירון איך פיל שוואך, און עס דריזלט מיר אונטער די הויט.
שוין, איינמאל א יאר...
שוין, איינמאל א יאר...
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
דאס קומט לכאורה פון מישן און טאנצן וואס רופט זיך כלשונם charley horse. שוין שומר פ... ה' (דזשאסט קידינג).דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 4:20 pm @מירון איך פיל שוואך, און עס דריזלט מיר אונטער די הויט.
שוין, איינמאל א יאר...
פאר די שוואכקייט איז גוט נעמען B12 ווייטעמען.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
וואס הייסט? דו קענסט טרינקען דריי באטלעך וויין און שפירען באקוועם צו דרייווען?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 4:16 pm שכוח @מירון. הערליך קלאר.
די פאני פארט איז, אז איך טרינק נישט קיין וויין אגאנץ יאר, ווייל איך האב עס פיינט. (אפילו פסח אויך נישט, לא לעבור על עונג יו"ט...)
און, עכ"ז, ווען איך טרינק פורים, וועל איך נישט ווערן שיכור אפילו פון איין גלעזל נאכן צווייטן, נאר אויב איך מיש אפאר סארטן, און ברוינפן, דעמאלס כאפט עס.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
טייערע @מירון, לעצטע יאר פורים האב איך פרובירט צו טרונקן און ווערן שיכור - שוואכע געשיכטעס, די ערשטע נאכט בין איך געווען סעמי-דראנק, די צווייטע נאכט סתם פערוול'דיג, נישט אהער און ניט אהין, אלזא, וויאזוי איז די צוגאנג פון טרינקען ביידע נעכט?
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
יישר כח @מירון !
איך זע נישט איך זאל קענען קאנטראלירן וועלכע וויין צו טרונקען ווען ס'הויעך די מצב, אבער ב"ה די פארלאפענע פאר יאר איז פיין געווען אזוי אויך, איך בין אויפגעשטאנען שושן פורים אינדערפרי (איין יאר אפילו ביי מיין טאט'ן אינדערהיים אויפ'ן קאוטש) פריש און ניכטער ווי גארנישט וואלט געווען (חוץ די ווייטאגן אין די ביינער וואס האבן זיך צעקלאפט ערגעץ דורכאויס די געטענץ).

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 404
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
נישט מישן ברוינפן און וויין איז א Mythמירון האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 4:03 pmוויבאלד ס'איז קאמפיוזינג צו מסביר זיין פונקטליך וועלעכע וויין שטימט מיט וועלעכע בפרט נאכדעם וואס מ'האלט שוין נאך עד דלא ידע איז די בעסטע עצה זיך צו האלטן צו איין סארט וויין.הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 3:52 pm וואס איז גדר פון מישן וויין איינ'ס מיט די אנדערע, אז איך פרוביר מיך צו האלטן צו איין סארט וויין, אבער דא - דארט נעם איך א גלעזל ביי איינעם אינדערהיים וכדומה איז עס א פראבלעם?
און אזוי אויך וויין מיט ברוינפן, מ'טאר נישט טרינקען קיין לעק ברוינפן נאך וויין?
אויב מאכט איר גרויסע הפסקות, איז דער פראבלעם אסאך קלענער לדוגמא א גוטע האלבע שעה. און אויב אינדרויסן אין גאס איז קאלט איז דער פראבלעם נאך קלענער, אדער האט איר היפש געטאנצן איז עס נישט קיין פראבלעם.
__
ניין, קיין לעק ברוינפן, חוץ אויב ס'איז א שיעור עיכול, אבער איך בעט אייך שטייט אוועק דערפון. הצלה טראגט אריין יעדע יאר פאציענטן וואס האבן געטרינקען וויין און ברוינפען צוזאמען.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
@מירון זייער שיין און קלאר, אבער איך וואלט מוסיף געווען נאך עטליכע נקודות טובות (נישט די ניק...).
אויב איינער נעמט Medication בפרט Antibiotics זאל מען נישט טרינקן אלקעהאול פינטעל.
דא איז אויך די פלאץ מעורר צו זיין נישט צו שטיפן א צווייטן צו טרינקן ס'קען זיין אז יענער נעמט Medication, אדער יענער האט א מעדיקל קאנדישאן.
נקודה ב') excessive drinking - טרינקן איבערן דאך. דאס פונקט אזא סכנה ווי מישן אויב נישט ערגער. ס'איז כדי צו שטעלן א שומר אויף דעם.

- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 536
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 917
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
קען מער מסביר זיין נקודה ב'?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:28 pm @מירון זייער שיין און קלאר, אבער איך וואלט מוסיף געווען נאך עטליכע נקודות טובות (נישט די ניק...).
אויב איינער נעמט Medication בפרט Antibiotics זאל מען נישט טרינקן אלקעהאול פינטעל.
דא איז אויך די פלאץ מעורר צו זיין נישט צו שטיפן א צווייטן צו טרינקן ס'קען זיין אז יענער נעמט Medication, אדער יענער האט א מעדיקל קאנדישאן.
נקודה ב') excessive drinking - טרינקן איבערן דאך. דאס פונקט אזא סכנה ווי מישן אויב נישט ערגער. ס'איז כדי צו שטעלן א שומר אויף דעם.
א געזונטע ווינטער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
איר מיינט צו פרעגן וויפל הייסט טרינקן צופיל?פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:40 pmקען מער מסביר זיין נקודה ב'?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:28 pm @מירון זייער שיין און קלאר, אבער איך וואלט מוסיף געווען נאך עטליכע נקודות טובות (נישט די ניק...).
אויב איינער נעמט Medication בפרט Antibiotics זאל מען נישט טרינקן אלקעהאול פינטעל.
דא איז אויך די פלאץ מעורר צו זיין נישט צו שטיפן א צווייטן צו טרינקן ס'קען זיין אז יענער נעמט Medication, אדער יענער האט א מעדיקל קאנדישאן.
נקודה ב') excessive drinking - טרינקן איבערן דאך. דאס פונקט אזא סכנה ווי מישן אויב נישט ערגער. ס'איז כדי צו שטעלן א שומר אויף דעם.
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 536
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 917
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
וואס איז די גדר פון איבער די דאך?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:45 pmאיר מיינט צו פרעגן וויפל הייסט טרינקן צופיל?פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:40 pmקען מער מסביר זיין נקודה ב'?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:28 pm @מירון זייער שיין און קלאר, אבער איך וואלט מוסיף געווען נאך עטליכע נקודות טובות (נישט די ניק...).
אויב איינער נעמט Medication בפרט Antibiotics זאל מען נישט טרינקן אלקעהאול פינטעל.
דא איז אויך די פלאץ מעורר צו זיין נישט צו שטיפן א צווייטן צו טרינקן ס'קען זיין אז יענער נעמט Medication, אדער יענער האט א מעדיקל קאנדישאן.
נקודה ב') excessive drinking - טרינקן איבערן דאך. דאס פונקט אזא סכנה ווי מישן אויב נישט ערגער. ס'איז כדי צו שטעלן א שומר אויף דעם.
איך מעג אויסטרינקען א באטל פופצן פראצענט וויין אין צען מינוט?
א געזונטע ווינטער.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
א באטל וואס איז פופצען פראצענט פיל מעגסטו, אבער זהו! א פולע באטעל וויין מיט פופצען פראצענט אלקאהאל איז צען מינוט שטארק איבערגעטריבען! און עס פעלט בכלל נישט אויס בכדי צו ווערן שיכור!פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:54 pmוואס איז די גדר פון איבער די דאך?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:45 pmאיר מיינט צו פרעגן וויפל הייסט טרינקן צופיל?
איך מעג אויסטרינקען א באטל פופצן פראצענט וויין אין צען מינוט?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
שווער צו זאגן א שיעור ווייל נישט יעדער איז מענטש איז די זעלבע. געוויסע מענטשן קענען טרינקן סאך און זייער סיסטעם טוט עס גוט פראצעסירן און געוויסע שוואכער.פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:54 pmוואס איז די גדר פון איבער די דאך?רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:45 pmאיר מיינט צו פרעגן וויפל הייסט טרינקן צופיל?
איך מעג אויסטרינקען א באטל פופצן פראצענט וויין אין צען מינוט?
די ניכטערע קענען העלפן אינדיפיצירן די שיכור'ע אויב זיי זענען שוין ביים מצב פון "איבערן דאך".
און דער שיכור אליינס וואס האט געטרינקט לעצטע יאר און ס’איז געווען טו מאטש, זאל זען צו מאכן גדרים אז ער זאל נישט נאכאמאל צוקומען צו דעם מצב פון איבערטרינקן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 304
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
- Location: קר"י והגלילות
- x 315
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
וויפיל איך האב פראבירט צו קומען צום טעם צו וויין גייט עס נישט, רויטע און ווייסע ביידע ברענען מיר אויפן מאגן.
עני עצה?
עני עצה?
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
ווי לאנג ס'ארבעט ארבעט עס זעט אויס אייער זעל קען פארנעמען ווייל, אבער ווען איר ווערט אביסל עלטער זאלט איר ווערן אביסל מער קערפאול.פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:14 pm יישר כח @מירון !
איך זע נישט איך זאל קענען קאנטראלירן וועלכע וויין צו טרונקען ווען ס'הויעך די מצב, אבער ב"ה די פארלאפענע פאר יאר איז פיין געווען אזוי אויך, איך בין אויפגעשטאנען שושן פורים אינדערפרי (איין יאר אפילו ביי מיין טאט'ן אינדערהיים אויפ'ן קאוטש) פריש און ניכטער ווי גארנישט וואלט געווען (חוץ די ווייטאגן אין די ביינער וואס האבן זיך צעקלאפט ערגעץ דורכאויס די געטענץ).
אגב@פופציגער כ'וואלט געוואלט זיין נעבן אייך פורים " ווען ס'הויעך די מצב", כ'מיין ס'איז אסאך פאון, ניין?
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
ווי געזאגט, נישט טרינקען די ערשטע נאכט, עיין לעיל.אן אייער שפיי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 5:04 pm טייערע @מירון, לעצטע יאר פורים האב איך פרובירט צו טרונקן און ווערן שיכור - שוואכע געשיכטעס, די ערשטע נאכט בין איך געווען סעמי-דראנק, די צווייטע נאכט סתם פערוול'דיג, נישט אהער און ניט אהין, אלזא, וויאזוי איז די צוגאנג פון טרינקען ביידע נעכט?
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
איר זענט גערעכט, איך האב באקומען נאך אפאר הערות מבית ומבחוץ, אז ס'וועט זיין צייט וועל איך איבערשרייבן א פרישן גייד.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:28 pm @מירון זייער שיין און קלאר, אבער איך וואלט מוסיף געווען נאך עטליכע נקודות טובות (נישט די ניק...).
אויב איינער נעמט Medication בפרט Antibiotics זאל מען נישט טרינקן אלקעהאול פינטעל.
דא איז אויך די פלאץ מעורר צו זיין נישט צו שטיפן א צווייטן צו טרינקן ס'קען זיין אז יענער נעמט Medication, אדער יענער האט א מעדיקל קאנדישאן.
נקודה ב') excessive drinking - טרינקן איבערן דאך. דאס פונקט אזא סכנה ווי מישן אויב נישט ערגער. ס'איז כדי צו שטעלן א שומר אויף דעם.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: טרינקן וויין פורים - א קלארע גייד
@תינוק הבורח, איך רעד פון אייגענע ערפארונג...תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 6:23 pmנישט מישן ברוינפן און וויין איז א Mythמירון האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 4:03 pmוויבאלד ס'איז קאמפיוזינג צו מסביר זיין פונקטליך וועלעכע וויין שטימט מיט וועלעכע בפרט נאכדעם וואס מ'האלט שוין נאך עד דלא ידע איז די בעסטע עצה זיך צו האלטן צו איין סארט וויין.הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 19, 2024 3:52 pm וואס איז גדר פון מישן וויין איינ'ס מיט די אנדערע, אז איך פרוביר מיך צו האלטן צו איין סארט וויין, אבער דא - דארט נעם איך א גלעזל ביי איינעם אינדערהיים וכדומה איז עס א פראבלעם?