וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן

געזונטע שמועסן און ידיעות
ישר והפך
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:45 pm
x 83

וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך ישר והפך »

איך האב אסאך גע-ישובט צו איך זאל דאס מפרסם זיין אבער איך פיל אז סאיז ממש א חוב אויף מיר זייט דער באשעפער האט אזוי געפירט אז איך זאל מיטמאכן וואס כהאב מיטגעמאכט און געוואויר ווערן א זאך וואס קען פארמיידן אסאך אנדערע פון דאס ח"ו מיטמאכן. אזוי האף איך עכ"פ.

מיט בערך 2 יאר צוריק זייענדיג געציילטע חדשים נאך די חתונה, אין כולל, האב איך געהאט א פרשה מיט א צווייטן, נישט קיין חילוק גענוי אבער די פרשה האט מיך שווער אפעקטירט ביז כבין אריינגעפאלן אין זייער שווערע ענקזייעטי. כבין געווארן ממש ווי א נייע מענטש צו די שלעכטע זייט, אויפגעהערט ענדזשויען מיין לעבן און אנגעהיבן א קאפיטל פון חיי צער ויגון ואנחה ביזן אנהיבן אנטלויפן פון די מענטשהייט.

כהאב אנגעהויבן זוכן הילף און מיין רביצין האט מיר געזאגט "גיי צום דאקטאר". כבין געגאנגען צום לאקאל דזשענעראל דאקטאר און ער האט מיר פרעסקרייבט Zoloft וואס העלפט זייער אסאך מענטשן און ב"ה ס'האט מיר געהאלפן היבש שנעל, כהאב געפילט 90% ווי אמאל.

אפאר חדשים שפעטער האב איך ב"ה געמאכט א שלום זכר סאיז געבוירן די ערשטע אינגעלע למזל טוב און די שמחה האט מיך זייער אויפגעהויבן, כבין געווארן ממש צוריק געהעריג. דעמאלס האט מיר מיין בני בית אנגעהויבן מוטעשן אז כזאל אראפגיין פון די מעדיקעישן ווייל נאך לאעם איז עס נאר געווען א דורכגאנג און קוק יעצט איז אלעס אקעי אזוי גוט. כהאב געזאגט אז אפשר זאל מען פרעגן דעם דאקטאר אבער ווייסט דאך.. דער דאקטאר איז דאך מעדיקעישן מיינדעד און ער גייט זיכער צורעדן צו בלייבן.. סוי האט מען באשלאסן אז מ'גייט אליינס אראפ און פארטיג. כ'בין געווען אויף 100mg זאלאפט, און אראפ אויף איינמאל צו 0. יעצט ווייס איך שוין וואסערע טעות ס'איז געווען אבער כך היה מעשה.

כהאב גלייך אנגעהויבן פילן אז ס'נישט איי איי איי אבער נאך אלעם איז דער מצב געווען אפליפטינג און סהאט געצויגן נאך אזא 2-3 חדשים. אבער נאכדעם האט פאסירט א קראך אזוי אז סהאט איינגעשלינגען מיין ענקזייעטי פון אמאל און כהאב ממש געשפירט ווי דאס לעבן איז מיר אזוי ביטער אז איך קען נישט אטעמען מער. כהאב זיך איינגעשפארט כמעט אין שטוב און נישט געוויסט וואס צו טון. כבין געגאנגען צום דאקטאר און געזאגט דעם אמת און ער האט מיר צוריקגעלייגט צוביסלעך אויף זאלאפט, אבער אין די זעלבע צייט האב איך אויך געהערט אויף 'קול מבשר' א אינטערוויו וועגן CBD מיט מעשיות ממש גלייך צו מיינע מעשיות וואס יענער דערציילט אז יעדער ווערט געהאלפן וואונדערליך האב איך געטראכט אז וואס קען שוין שאטן לאמיך טון ביידע, די מצב איז אזוי געפערליך אז איך מוז טון אלעס.

כהאב געקאלט יענעם פון די סיבידי און אלעס דעציילט און ער האט מיר געגעבן אינסטראקשנס וויפיל צו נעמען. כהאב למעשה גענומען ביידע אויך די מעדיקעישן און אויך די סיבידי און צוביסלעך האט מיר איינע פון די אנגעהויבן אביסל העלפן אבער נישט אזוי גוט ווי אמאל. דער דאקטאר איז צוביסלעך אורויף מיט די זאלאפט ביז 100 און דער פון סיבידי איז צוביסלעך ארויף פון די טראפן ביז א 20 מ"ג קעפסל און נאכדעם צו דאפלט. די איינציגע חילוק פון די דאקטאר ביז יענעם איז געווען אז פארן דאקטאר האב איך נישט דערציילט אז איך נעם אויך סיבידי אבער פאר יענעם האב איך יא דערציילט אז איך נעם אויך זאלאפט און ער האט מיר טאקע אלס געזאגט אז כוועל ארויפגיין העכער מיט די סיבידי ביז כוועל שוין אי"ה קענען אראפגיין אינגאנצן פון די זאלאפט..

למעשה איז די מצב נאר אביסל בעסער געווארן אבער זייער צומישט אמאל יא גוט אמאל נישט גוט און מיין לעבן איז נישט צוריק צו נארמאל. אויך, א האלב יאר צוריק האב איך אנגעהויבן באקומען עפעס א אויסשלאג וואס האט נישט געהאלטן ביים אוועקגיין.

אפאר חדשים צוריק איז מיין ענקזייעטי אינגאנצן צוריקגעקומען, מיט די זאלאפט און די סיבידי אינאיינעם. בינעך שוין געווען צוריק אין א מצב פון יסורים נוראים און א הוספה פון א אויסשלאג און קיין קלער וואס איך טו ווייטער ווייל הלמאי איך טו דאך שוין אלעס אלעס בקיצור כהאב געפילט ווי מיין לעבן ענדיגט זיך.

ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און דורך די חברה הצלה בין איך אנגעקומען צו א גוטער מבין און יענער האט מיר אנגעהויבן העלפן. זעענדיג אז איך נעם אויך סיבידי האט ער מיר געגעבן א שריי "אוי וויי אזויפיל מענטשן טרעף איך שוין ליידן וועגן דעם". און ער זאגט מיר אז ס'שוין דא אפישל סטאדיס וואס ווייזן אז די סיבידי פארהארגעט די זאלאפט ווייל ביידע גייען אין די לעבער און עס לאזט נישט די זאלאפט אריינגיין אין די סיסטעם.

אגב טאקע כהאב עס געסערטשט און געטראפן אזא סטאדי דא
https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articl ... %20unknown.
Clinical studies indicate that cannabidiol (CBD), the primary nonaddictive component of cannabis that interacts with the serotonin (5-HT)1A receptor, may possess analgesic and anxiolytic effects

און אויך דא
https://www.nuggmd.com/blog/cbd-and-zoloft-interactions
However, it's important to note that CBD has the potential to inhibit these enzymes. This inhibition could interfere with the body's ability to effectively metabolize drugs that rely on the CYP2C19 enzyme, like Zoloft.

בקיצור יענער האט מיר געשיקט צו א נייע לאקאלע מענטל העלט דאקטאר און ער זאגט אז סנישט גוט צו גיין צו א דזשענעראל דאקטאר בפרט ווען מען וויל ווערן געהעריג באגלייט און די בעסטע איז אז מגייט צו א סאקייעטריסט. דער דאקטאר איז ב"ה זייער א פארשטענדליכע און ער האט מיר טאקע געזאגט אז די סיבידי האט זיכער געשעדיגט מיין סיסטעם פון ארייננעמען די זאלאפט און ער האט מורא אז מיין באדי איז שוין יעצט צוגעוואוינט צו אויסשפייען די זאלאפט סוי ער גייט מיר טוישן צו א אנדערע ssr סערעטאנין מעדיקעישן.

יעצט האלט איך נאך עטליכע וואכן פון די נייע מעדיקעישן און פון אראפגיין פון די סיבידי. ב"ה די אויסשלאגן פימפלעך זענען שוין טאטאל נעלם געווארן און די ענקזייעטי גייט שטארק צו בעסערונג.

ווי געזאגט אנהייב איך פיל אז סאיז מיין חוב דאס צו לאזן וויסן פאר אנדערע ווייל די אדווערטייזמענטס זעען אויס אזוי גלאנציג און מדארף זיין זייער געווארנט גארנישט צו טון אליינס און באהאלטן פון א דאקטאר ווייל מקען שווער ליידן. איך האף אז זאלן מיינע ליידן שוין זיין א כפרה פאר אלע אידן און יעדער זאל האבן עכטע שמחה און רואיגקייט און נאר געזונט מיט נחת.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 787

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך מאטאווירט »

שרעקליך!

ליידער איז דאס נישט נאר מיט CBD, נאר דער גאנצער געזונטהייט אינדוסטריע דארף א גרויסע ציפעדיגע פלעכטער אריינצורייסן ברייטביינערדיגע שלעק אין די חברה וואס פרובירן צו זיין קלוגער און לייגן אוועק מענטשן דערמיט.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1228
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1637

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך טיפע טאשן »

בדרך אפשר ווען ער נעמט ווען נאר CBD וואלט נישט געהאט די פראבלעם.
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אוי טאטע. א פארווייטאגטע נושא.

דער אויבערשטער זאל דיר שיקן א גענצליכע ישועה בקרוב!!!

ס'איז מיר שווער צו רעדן צו ברייט איבער די נושא ווייל איך קען ממש ווערן צוהיצט... אבער יא.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך שמח »

ישר והפך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:31 pm
און דער זכות פון פראבירן צו היטן אנדערער זאלסטו האבן א גאנצע ישועה בקרוב!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:01 pm אוי טאטע. א פארווייטאגטע נושא.

דער אויבערשטער זאל דיר שיקן א גענצליכע ישועה בקרוב!!!

ס'איז מיר שווער צו רעדן צו ברייט איבער די נושא ווייל איך קען ממש ווערן צוהיצט... אבער יא.
ביטע רעד יא, לטובת הקהל דא...
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך רואה חשבונות »

שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:02 pm
ישר והפך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:31 pm
און דער זכות פון פראבירן צו היטן אנדערער זאלסטו האבן א גאנצע ישועה בקרוב!
RT
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך שמח »

רואה חשבונות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:00 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:02 pm
ישר והפך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:31 pm
און דער זכות פון פראבירן צו היטן אנדערער זאלסטו האבן א גאנצע ישועה בקרוב!
RT
אידיש ביטע.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:01 pm אוי טאטע. א פארווייטאגטע נושא.

דער אויבערשטער זאל דיר שיקן א גענצליכע ישועה בקרוב!!!

ס'איז מיר שווער צו רעדן צו ברייט איבער די נושא ווייל איך קען ממש ווערן צוהיצט... אבער יא.
ביטע רעד יא, לטובת הקהל דא...
ס'מיר שווער פאר פארשידענע סיבות צו שרייבן מיינע מיינונגען אויף ספעציפישע פראדוקטן.

אבער דאס זאל יעדן זיין קלאר:

1) יעדע רפואה וואס "שטודיעס" איבערצייגן אז עס העלפט טאקע, ווערט א כאפצעם דערויף פון די גרויסע מעדיקעישן פירמע'ס, און דער דאקטאר פרעסקרייבט דאס. דארפסט נישט צאלן דערפאר די אינשורענס צאלט עס...

2) CBD איז א געהעריגע רפואה באשטאנדטייל, אבער נישט מער ווי דאס, נישט קיין וואונדער-קמיע. איינער וואס האט נישט קיין לייסענס ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן דערפון די ריכטיגע רפואה. ער ווייסט נישט. ממילא מוז ער באקן מעשיות און דמיונען ישועות, דער לצורך פרנסה און דער סתם פאר נאטורליכע דמיון. און וויי פאר ווער עס פאלט דערפאר.

3) לויט די אפיציעלע ציפערן ליידן בערך 20 פראצענט אמעריקאנער פון ענקזייעטי ל"ע (יעדע 5'טע מענטש). אבער א מערהייט פון זיי לעבן אן קיין אישוס ווייל זיי גייען צום דאקטאר וואס טרעפט דעם פראבלעם און גיט דערפאר א מעדיצין. גענוי ווי דער וואס ליידט אויף הויכע צוקער, אויף א שוואכע הארץ, אא"וו. און די איבריגע פון זיי, אויף זיי רייטן נעבעך די אלע ישועות-ברענגער.

4) א רפואה וואס העלפט פאר מער ווי 2 זאכן, איז 99% בעלאני.

זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידן.
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:39 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:01 pm אוי טאטע. א פארווייטאגטע נושא.

דער אויבערשטער זאל דיר שיקן א גענצליכע ישועה בקרוב!!!

ס'איז מיר שווער צו רעדן צו ברייט איבער די נושא ווייל איך קען ממש ווערן צוהיצט... אבער יא.
ביטע רעד יא, לטובת הקהל דא...
זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידן.
אמן!!
ייש''כ!!
ישר והפך
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:45 pm
x 83

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך ישר והפך »

יישר כח פאר אלע חיזוק

כמיין אז סאיז אויך וויכטיג די נקודה וואס דער וואלונטיר האט מיר געזאגט אז מזאל נישט בעטן די מעדיקעישן פון די דזשענעראל דאקטאר.

מדארף נישט מורא האבן פון גיין צו א סעקייעטריסט פונקט ווי אלע אישוס איז אלס בעסער צו גיין צו א ספעשעליסט ווי איידער דזשענעראל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:39 pm 4) א רפואה וואס העלפט פאר מער ווי 2 זאכן, איז 99% בעלאני.

זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידן.
נישט ממש, ווייל רוב מעדיצינען נוצט מען פאר צענדליגער זאכן.
האסט מן הסתם געמיינט די נקודה אז מ'קען נישט סתם צוזאגן אז ס'ארבעט פאר אלעס.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:50 pm

זיי מסביר. למשל?
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך לייבל פריש »

הונדערטער אידן אדער אפילו טויזנטער אידן האבן ניצן דערפון און עס נעמט זיי אוועק ענקזייעטי ועוד אבער ביי א ערנסטע קעיס דארף מען טאקע א דאקטער אפגעזעהן צי די CBD העלפט אים אדער נישט
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
Who knows
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 35

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך Who knows »

די קעפל איז מיסליעדינג, א קאנטרעדיקשאן מיט מעדיקעישאן איז עפעס וואס מ'דארף נזהר זיין מיט יעדע נאטורליכע פראדוקט.

אויף CBD בעצם, קען זיין אז געוויסע טרייבן איבער די אפעקטיוויקייט דערפון, אבער עס איז נאכאלס א גוט שטודירטע זאך וואס ווייזט גאר אסאך בענעפיטן, בפרט אין די פעלד פון מענטל העלט. די מעדעצינען וואס דער דאקטאר פארשרייבט זענען אויך נישט אזעלכע וואונדער קענדיס ווי געוויסע מיינען, אפגערעדט פון די סייד אפעקטס וואס איז קיין פארגלייך צו CBD
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:39 pm 1) יעדע רפואה וואס "שטודיעס" איבערצייגן אז עס העלפט טאקע, ווערט א כאפצעם דערויף פון די גרויסע מעדיקעישן פירמע'ס, און דער דאקטאר פרעסקרייבט דאס. דארפסט נישט צאלן דערפאר די אינשורענס צאלט עס...
איינע פון די גרעסטע חורבנות אין די מעדעצינישע וועלט איז אז די זאך איז ליידער נישט אמת. א זאך וואס איז נאטורליך קען א קאמפאני נישט לייגן קיין פעטענט דערויף, און וועגן דעם האלט קיין איין פארמאסיוטיקל קאמפאני נישט ביים אריינלייגן די געלט צו מאכן די נויטיגע שטודיעס אז די FDA זאל עס באשטעטיגן אלס ווירקזאם. עס איז א פאקט אז מאגניזיום העלפ פאר בלוטדרוק עניטיים אזוי גוט ווי סיי וועלכע מעדעצין וואס דער דאקטאר פארשרייבט, און עכ"ז איז עס נישט אפראווד ביי די FDA, ווייל די נויטיגע סטאדי'ס דערפאר (וואס קאסט אסאך געלט) איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן צוליב א מאנגל אין אינטערעסע פון די קאמפאני'ס
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך לייבל פריש »

ענטפער אויף הנ"ל, קרעדיט הרב געוואלטיג אויף אייוועלט:

פון וואו ווייסטו אז CBD איז געווען די חורבן נישט דאס סטאפן פלוצים די מעדעצין

אין א אנדערע פארום ווי איך האב נישט קיין ניק דערווייל שרייבט איינער א מעשה אויב איז עס די זעלבע ווי אייך איז פשוט אז די פראבלעם איז געווען דאס אראפנעמען פון ZOLOFT און אלס ווען מען גייט אראפ פון מעדעצין איז די 2טע מאהל שווערער און נישט סטאביל
דעריבער איז לדעתי די CBD בכלל נישט די מעלה ומוריד פון די מעשה דארט

דאס וואס יענער ברענגט א לינק צי א סטאדי איז לכאורה א חילוק צי מענמט עס אינאיינעם מנעמט עס 2 שעה אפגערוקט ווי קאושער גולד זאגט טאקע אן ביים נעמען סיי וואסערע מעדעצינען
נאר וואס יא איך בין נייגעריג צי די הונדערט טויזנט סטאדיס איבער די בענעפיטן פון CBD איז אויך באגלייבט ביי יענעם אדער נאר די איינע סטאדיס איז הייליג...

דא האט איר 27 טויזנט אויף CBD https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/?term=CBD+
און 66 טויזנט סטאדיס אויף HEMP https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/?term=hemp

און איך וואלט ציגעלייגט צום פותח האשכול אז מיט אזאנע מיסלידינג קעפלעך קען מען שאדן מאכן פאר פיהל מער מענטשן ווי פאר די וואס די קלערסט אז דו וועסט זיי כלומרשט העלפן מיט די מורא'דיגע וויכטיגע אינפא
הגם מדארף טאקע זיין פארזיכטיג און פרעגן דעם דאקטער אבער דיין קעפל זאגט עפעס אנדערש וואס האט נישט קיין דעקונג: CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1317

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך נפתלי »

א מורעדיגע וויכטיגע נושה אן אראנגיין אין די נושה פון CBD נאר די פאקט אז מען לאזט נעמען זאכן און זאגן דעם דאקטער
אבער פון דעם פותח האשקול פון דעם ארטיקל זעט מען אז איר זענט ב"ה אין א גאר גיטע צושטאנד
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:56 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:50 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:39 pm 4) א רפואה וואס העלפט פאר מער ווי 2 זאכן, איז 99% בעלאני.

זאל דער אויבערשטער העלפן אלע אידן.
נישט ממש, ווייל רוב מעדיצינען נוצט מען פאר צענדליגער זאכן.
האסט מן הסתם געמיינט די נקודה אז מ'קען נישט סתם צוזאגן אז ס'ארבעט פאר אלעס.
זיי מסביר. למשל?
היידראקסיקלאריקווין...
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm אויף CBD בעצם, קען זיין אז געוויסע טרייבן איבער די אפעקטיוויקייט דערפון, אבער עס איז נאכאלס א גוט שטודירטע זאך וואס ווייזט גאר אסאך בענעפיטן, בפרט אין די פעלד פון מענטל העלט
היפך המציאות. אויף מענטל העלט האט עס די שוואכסטע שטודיעס. גאר גאר שוואך. און די וואס יא זענען עפ"י רוב געווען אריינגעמישט THC (מריוואנא דראגס).

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm די מעדעצינען וואס דער דאקטאר פארשרייבט זענען אויך נישט אזעלכע וואונדער קענדיס ווי געוויסע מיינען, אפגערעדט פון די סייד אפעקטס וואס איז קיין פארגלייך צו CBD

היפך המציאות. נישט הונדערטער, נישט טויזנטער, נאר "מיליאנען" מענטשן לעבן מיט סערעטאנין מעדיקעישן'ס, אן קיין ברעקל סייד עפעקטס. משא"כ CBD וואס סיי ס'האט סייד עפעקטס און סיי ס'העלפט נישט.

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm איינע פון די גרעסטע חורבנות אין די מעדעצינישע וועלט איז אז די זאך איז ליידער נישט אמת. א זאך וואס איז נאטורליך קען א קאמפאני נישט לייגן קיין פעטענט דערויף, און וועגן דעם האלט קיין איין פארמאסיוטיקל קאמפאני נישט ביים אריינלייגן די געלט צו מאכן די נויטיגע שטודיעס אז די FDA זאל עס באשטעטיגן אלס ווירקזאם

היפך המציאות. דער פאקט קענסטו זען פונעם נידון אליינס! CBD אליינס ווערט שוין באנוצט אין געוויסע מעדיקעישן'ס! אבער נאר פאר זאכן וואס עס העלפט טאקע און נאר אויף די וועג וויאזוי ס'העלפט.

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm עס איז א פאקט אז מאגניזיום העלפ פאר בלוטדרוק עניטיים אזוי גוט ווי סיי וועלכע מעדעצין וואס דער דאקטאר פארשרייבט, און עכ"ז איז עס נישט אפראווד ביי די FDA, ווייל די נויטיגע סטאדי'ס דערפאר (וואס קאסט אסאך געלט) איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן צוליב א מאנגל אין אינטערעסע פון די קאמפאני'ס

היפך המציאות. (יויש, איך מוז מיך איינהאלטן פון ווערן שארף. "שקר ווי די עבודה זרה" וואלט געדארפט שטיין דא...).

ס'איז פעסט דא שטודיעס. אבער נישט סתם. די שטודיעס ווייזן אז עס העלפט נישט היילן ליידנדע אבער עס העלפט יא פארמיידן פראבלעמען אין פריע שטאפלען. און אויך ווייזט עס אז דער עיקר בענעפיט קומט פון נאטורליכע מאגניזיעם וואס קומען פון עסן, נישט פון מאגניזיאן ווייטאמינען.

און טאקע, אסאך דאקטוירים וועלן דאס זאגן פאר מענטשן וואס זענען נאך בארגער ליין. אבער אך און וויי אויב איינער וואס דארף נעמען מעדיקעישן וועט ליינען וואס דו שרייבסט דא... ירחם ה'.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:43 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:56 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:50 pm

נישט ממש, ווייל רוב מעדיצינען נוצט מען פאר צענדליגער זאכן.
האסט מן הסתם געמיינט די נקודה אז מ'קען נישט סתם צוזאגן אז ס'ארבעט פאר אלעס.
זיי מסביר. למשל?
היידראקסיקלאריקווין...
היידראקסיקלאראקווין האט איין פונקציע. פארשטייטערן א איבער-אקטיווע אימיון סיסטעם.
ישר והפך
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:45 pm
x 83

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך ישר והפך »

איך האב נישט געוואלט רעדן דא וועגן סיבידי אויב סאיז גוט אדער נישט נאר וועגן די פאקט אז דער וואס פארקויפט עס האט געהייסן עס נעמען אפילו איך האב מעדיקעישן און למעשה האט עס געמאכט א גרויסע חורבן און כהאב שטארק געליטן ביז יעצט ווען כהאב אנגעהויבן פאלגן נאר די דאקטאר און כבין אראפ פון עס ב"ה. און פאר ווער סוויל וויסן מיין דאקטאר איז דא אין וויליאמסבורג און אסאך היימישע אינגעלייט גייען דארט.

דעיס וואס איינער שרייבט דא אז איך האב געליטן ווייל איך בין אראפ פלוצלינג די ערשטע מאל איז טאקע אודאי אמת אבער איך רעד דאך פון נאכדעם ווען איך בין צוריק ארויף און דאך געליטן 2 יאר צייט נאר וועגן כהאב אין די זעלבע צייט אויך אנגעהויבן סיבידי. אזוי איז געווען די מציאות און אזוי ווייזט די סטאדי וואס כהאב געלינקט און אזוי זאגט די דאקטאר און אזוי זע איך ב"ה אז יעצט איז אלעס גוט דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.

סוי די מציאות איז דעיס וואס שטייט אין די קעפל וואס כהאב געמאכט איך האב געליטן ווייל כהאב געפלאגט יענעם און נישט די דאקטאר.
איך וויל נישט קיינעם בארעדן נאר איך וויל מענטשן זאלן וויסן די אמת און נישט ליידן ווי איך.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך לייבל פריש »

ישר והפך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:54 pm איך האב נישט געוואלט רעדן דא וועגן סיבידי אויב סאיז גוט אדער נישט נאר וועגן די פאקט אז דער וואס פארקויפט עס האט געהייסן עס נעמען אפילו איך האב מעדיקעישן און למעשה האט עס געמאכט א גרויסע חורבן און כהאב שטארק געליטן ביז יעצט ווען כהאב אנגעהויבן פאלגן נאר די דאקטאר און כבין אראפ פון עס ב"ה. און פאר ווער סוויל וויסן מיין דאקטאר איז דא אין וויליאמסבורג און אסאך היימישע אינגעלייט גייען דארט.

דעיס וואס איינער שרייבט דא אז איך האב געליטן ווייל איך בין אראפ פלוצלינג די ערשטע מאל איז טאקע אודאי אמת אבער איך רעד דאך פון נאכדעם ווען איך בין צוריק ארויף און דאך געליטן 2 יאר צייט נאר וועגן כהאב אין די זעלבע צייט אויך אנגעהויבן סיבידי. אזוי איז געווען די מציאות און אזוי ווייזט די סטאדי וואס כהאב געלינקט און אזוי זאגט די דאקטאר און אזוי זע איך ב"ה אז יעצט איז אלעס גוט דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.

סוי די מציאות איז דעיס וואס שטייט אין די קעפל וואס כהאב געמאכט איך האב געליטן ווייל כהאב געפלאגט יענעם און נישט די דאקטאר.
איך וויל נישט קיינעם בארעדן נאר איך וויל מענטשן זאלן וויסן די אמת און נישט ליידן ווי איך.
בקיצור אוודאי דארף מען ביי ערנסטע פעלער גיין צום דאקטער בפרט ווען מנעמט מעדיצינען דארף די דאקטער פסקענען יא צי ניין
אבער האסט דערווייל נישט געברענגט פראף אז דיין פראבלעם איז געווען די cbd

אגב האסטו עס גענומען אינאיינעם אדער אפגערוקט 2 שעה ווי יענער הייסט?
די סטאדי הנל רעדט פון נעמען מיט איי ווי אינאיינעם משאכ קושר גולד הייסט ע"פ ראט פון דאקטוירים וואס רעקאמענדן עס יא צי נעמען ווי זיי זאגן מזאל עס נעמען אפגעריקט 2 שעה
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
Who knows
פרישער באניצער
פאוסטס: 55
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 35

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך Who knows »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm
Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm אויף CBD בעצם, קען זיין אז געוויסע טרייבן איבער די אפעקטיוויקייט דערפון, אבער עס איז נאכאלס א גוט שטודירטע זאך וואס ווייזט גאר אסאך בענעפיטן, בפרט אין די פעלד פון מענטל העלט
היפך המציאות. אויף מענטל העלט האט עס די שוואכסטע שטודיעס. גאר גאר שוואך. און די וואס יא זענען עפ"י רוב געווען אריינגעמישט THC (מריוואנא דראגס).

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm די מעדעצינען וואס דער דאקטאר פארשרייבט זענען אויך נישט אזעלכע וואונדער קענדיס ווי געוויסע מיינען, אפגערעדט פון די סייד אפעקטס וואס איז קיין פארגלייך צו CBD

היפך המציאות. נישט הונדערטער, נישט טויזנטער, נאר "מיליאנען" מענטשן לעבן מיט סערעטאנין מעדיקעישן'ס, אן קיין ברעקל סייד עפעקטס. משא"כ CBD וואס סיי ס'האט סייד עפעקטס און סיי ס'העלפט נישט.

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm איינע פון די גרעסטע חורבנות אין די מעדעצינישע וועלט איז אז די זאך איז ליידער נישט אמת. א זאך וואס איז נאטורליך קען א קאמפאני נישט לייגן קיין פעטענט דערויף, און וועגן דעם האלט קיין איין פארמאסיוטיקל קאמפאני נישט ביים אריינלייגן די געלט צו מאכן די נויטיגע שטודיעס אז די FDA זאל עס באשטעטיגן אלס ווירקזאם

היפך המציאות. דער פאקט קענסטו זען פונעם נידון אליינס! CBD אליינס ווערט שוין באנוצט אין געוויסע מעדיקעישן'ס! אבער נאר פאר זאכן וואס עס העלפט טאקע און נאר אויף די וועג וויאזוי ס'העלפט.

Who knows האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:49 pm עס איז א פאקט אז מאגניזיום העלפ פאר בלוטדרוק עניטיים אזוי גוט ווי סיי וועלכע מעדעצין וואס דער דאקטאר פארשרייבט, און עכ"ז איז עס נישט אפראווד ביי די FDA, ווייל די נויטיגע סטאדי'ס דערפאר (וואס קאסט אסאך געלט) איז קיינמאל נישט געמאכט געווארן צוליב א מאנגל אין אינטערעסע פון די קאמפאני'ס

היפך המציאות. (יויש, איך מוז מיך איינהאלטן פון ווערן שארף. "שקר ווי די עבודה זרה" וואלט געדארפט שטיין דא...).

ס'איז פעסט דא שטודיעס. אבער נישט סתם. די שטודיעס ווייזן אז עס העלפט נישט היילן ליידנדע אבער עס העלפט יא פארמיידן פראבלעמען אין פריע שטאפלען. און אויך ווייזט עס אז דער עיקר בענעפיט קומט פון נאטורליכע מאגניזיעם וואס קומען פון עסן, נישט פון מאגניזיאן ווייטאמינען.

און טאקע, אסאך דאקטוירים וועלן דאס זאגן פאר מענטשן וואס זענען נאך בארגער ליין. אבער אך און וויי אויב איינער וואס דארף נעמען מעדיקעישן וועט ליינען וואס דו שרייבסט דא... ירחם ה'.
1) איך בין נישט דערשראקן פון דיין זיכערקייט, מאך אביסל ריסוירטש און זעה. עס איז טאקע נישטא אזעלכע שטארקע קאנקלוסיוו סטאדיס ווי מעדעצינען אבער גענוג און נאך צו ווערד זיין צו פרובירן

2) מיט א מציאות קען מען זיך נישט קריגן, אפילו א פשוט'ע גוגל סוירטש וועט גלייך זאגן אז די סייד עפעקטס פון SSRI זענען סאך שטערקער ווי CBD. און צו זאגן אז SSRI האט נישט קיין סייד עפעקטס איז מכחיש זיין שמש בצהרים

3) EPIDIOLEX איז נישט פשוט'ע CBD, און דערפאר האט עס טאקע א פעטענט, אבער אויף א נאטורליכע פראדוקט כמות שהיא קען מען קיין פעטענט נישט באקומען און דערפאר וועט קיין איין קאמפאני זיך נישט מוטשענען דערמיט

4) דו זאגסט זאכן כמשה מפי הגבורה און דו ברענגסט נישט קיין ראיות צו וואס דו זאגסט. בפרט וואס דו זאגטס אז דוקא מאגניזיום פון עסן מאכט בכלל נישט קיין סענס, די דאזעס וואס מ'קען באקומען פון עסן איז ע"פ רוב צו קליין צו קענען העלפן, און וואס זאל זיין שלעכט מיט סופלעמענטס?

דאס וואס דו האסט "מורא" פון דעם אז איינער ליינט מיינע ווערטער, וואס איז פשט פון די פחד? האב איך דען געזאגט צו גיין קאפ אין וואנט אריין? איך זאג נאר אז עס העלפט און עס לוינט זיך צו פראבירן, איך בין בכלל נישט קעגן מעדיקעישאן ווען עס פעלט אויס. אבער ע"פ רוב קען דייעט, עקסערסייז און סופלעמענטס מאכן די דזשאב. און יעדער קען אליינס זיך איבערצייגן אויב עס ארבעט טאקע אדער נישט. די זעלבע איז מיט CBD, איך האב נישט געזאגט אז מ'זאל נישט נעמען מעדיקעישאן, נאר געזאגט אז CBD איז עפעס וואס לוינט זיך צו פראבירן. ארבעט עס איז גוט, און אז נישט פראבירט מען עפעס אנדערש (דייעט, עקסערסייז און לייפסטייל טוישונגען ווי אויך אנדערע סופלעמענטס קענען אסאך מאל העלפן), און אויב נאר מעדיקעישאן ארבעט זאל עס זיין צום געזונט. אבער וואס איז די פחד פון הערן אז עס זענען דא נאך זאכן צו פראבירן? איבערגעטריבענע אמונה אז חוץ מעדעצין איז גארנישט דא איז נאריש
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 163

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך מי שברך »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:48 pm בדרך אפשר ווען ער נעמט ווען נאר CBD וואלט נישט געהאט די פראבלעם.
אפשר?! אפשר טאקע., אבער מען דארף נאך אלץ פרעגן א דאקטאר, נישט איינער וואס האט זיך קיינמאל געלערנט מעדעצין.
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: וויאזוי CBD אָן א דאקטאר, האט רואינירט מיין לעבן

פאוסט דורך לייבל פריש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm

היפך המציאות. אויף מענטל העלט האט עס די שוואכסטע שטודיעס. גאר גאר שוואך. און די וואס יא זענען עפ"י רוב געווען אריינגעמישט THC (מריוואנא דראגס).
היפך המציאות?

לייגט אריין א פשוטע גוגל סערטש מיט די ווערטער CBD FOR MENTAL HEALTH

וועט ארויפקומען די מעסעדש דאס

Some studies show that CBD is useful in treating depression, anxiety, sleep disorders and even problematic cannabis use, as well as in reducing the positive symptoms of schizophrenia, with little to no side effects such as diarrhea, which decreased over time (17, 18)

https://www.frontiersin.org/articles/10 ... 7%2C%2018).

די 2טע דאס

Research studies on both animals and humans have shown that CBD may help lower feelings of isolation, relieve autism symptoms, and reduce the effects of post-traumatic stress disorder (PTSD). It seems CBD can calm the brain and support the hippocampus, which is a brain area important for healthy emotion and memory.

https://www.psychologytoday.com/gb/blog ... d%20memory.

די דריטע דאס
https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articles/PMC7331870/

די 4טע דאס
5 Mental Health Uses for CBD
https://www.verywellmind.com/mental-hea ... bd-4844875

די 5טע דאס
CBD has properties that may help reduce symptoms of depression, anxiety, and even psychosis.
https://www.healthline.com/nutrition/cb ... tal-health

די איבריגע קען מען גיין קוקן ווייל עס איז אנע סוף
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
שרייב פאוסט