רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2292

רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך מירון »

דעם שב"ק כ"ז חשון פאלט די יארצייט פונעם מופת הדור פון אונזערע צייטן רבי יעקב לייזער מפשעווארסק זצ"ל. זייער אסאך פון די ליינער און שרייבער דא ווייסן פון ערשט-האנטיגע און צווייטע-האנטיגע בעל שם'סקער מעשיות. אבער זיין עיקר גדלות איז געווען זיין צדקות, נישט זיינע מופתים. ס'איז אין אין לשער ואין לתאר גודל צדקתו. מיר ווייסן נאר אפס קצהו פון זיין הנהגה. ער האט אלעס באהאלטן אונטערן שלייער פון פשטות.

עקסטער האט ער איבערגעלאזט א ירושה פאר כלל ישראל און דאס איז זיינע סיפורי מעשיות מיט ארגינעלקייט. נישט צוגעלייגט און נישט מוסיף געווען קיין זוז כלשהוא. וויאזוי ער האט געהערט אדער געזען דעם באטרעפענדע מעשה אזוי פונקליך האט ער עס איבערדערציילט.
_

רבי יענק'לע [ווי מ'האט אים גערופן בלשון חיבה יתרה] איז געבוירן געווארן ו' טבת (אינעם יארצייט פון שינאווא רב) שנת תרס"ז אינעם שטעטל רויג -גאליציע, צו זיין טאטן דוד יצחק ז"ל. ביי די בר מצוה איז ער געפארן לערנען צו רבי חנה פון קאלשיץ זצ"ל הי"ד, וועמען ער האט געהאלטן פאר זיין רבי מובהק כל ימי חייו.

ער איז א חתן געווארן בשנת תר"צ צו די טאכטער פון רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל. ער איז געווען א חתן פאר בערך 5 יאר! זייענדיג א חתן איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט ביאשליסק און ער פארבליבן דארט רב ביז א יאר נאך די חתונה - שנת תרצ"ו.

ביי די צווייטע וועלט קריג איז געשיקט געווארן קיין סיביר צוזאמען מיט זיין שווער. דארט בעמק הבכא האט געלערענט און מסיים געווען מיט תלמידים גאנצעטער מסכתת הש"ס און שטיקער שו"ע אן האבן פאר זיך איין אידיש ספר!

ווען ער איז אהיים געקומען פון סיביר האט אויסגעפינען אז זיין גאנצע משפחה פון זיין מאמעס און טאטע זייט זענען נעבעך אומגעקומען דורך די נאציס ימ"ש הי"ד, האט ער זיך דאן באזעצט אין ברעסלוי. דארט אין ברעסלוי האט ער מתיר געווען עגונות און גע'פסק'ט קאמפליצירטע שאלות וואס זענען געווען נוגע נאכן קריג. נאך א האלבע יאר איז אריבער צוזאמען מיט זיין שווער קיין קארקוב. אין יאר תש"ט האט ער זיך געצויגן מיט זיין שווער קיין עיר הבירה פאריז און שנת תשי"ז קיין אנטווערפן. יום כיפור שנת תשל"ז איז זיין שווער נפטר געווארן לדאבון לב כל בית ישראל און רבי יענק'לע איז דאן געווארן דער ממלא מקום.

מקום מנוחת קדשו איז אין פיטא, האלאנד. זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2292

Re: רבי יענק'לע לייזער מפשווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך מירון »

צוויי דאקומענטן מיט צורת קדשו. איינס מער אין אינגערע יאר (זיי זען ממש נישט אויס ווי דער זעלבער מענטש).
פיילס
301.jpg
301.jpg (35.97 KiB) געזען געווארן 517 מאל
523.jpg
523.jpg (56.07 KiB) געזען געווארן 517 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2292

Re: רבי יענק'לע לייזער מפשווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך מירון »

מקום מנוחת קדשו איז אין פיטא, האלאנד.
פיילס
פם.jpg
פם.jpg (123.28 KiB) געזען געווארן 508 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2292

Re: רבי יענק'לע לייזער מפשווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך מירון »

נעכטן זיצענדיג ביי א שמחה האט מיר איד דערציילט א אפענע רוח הקודש וואס האט פאסירט מיט אים אליינס דורך דעם צדיק רבי יענקלע.

דער בעל המעשה איז אויפגעוואקסן אין אנטווערפן, ער האט געטראפן זיין זיווג און וויליאמסבורג און דארט חתונה געהאט. ס'איז אריבער עטליכע יאר און ער האט נישט געהאט קיין קינדער. דער בעל המעשה'ס טאטע פלעגט גיין נעמען יעדן מוצאי שבת קנאבל פון רבי יענקלע און דערביי בעטן א ברכה אז זיין זוהן זאל געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא. [אגב ווייסן אלע פשווארסקער פון די גרויסע עבודה דארט פון כאפן קנאבל].

איין וואך קומט ער דארט אן, און כרגיל איז ער נאכאמאל אריין מזכיר זיין זוהן . רופט זיך אן רבי יענקלע דער אויבישטער זאל העלפן די שנור זאלעס אויסטראגן געזונטערהייט. קומענדע מאנטאג איז מען געגאנגען נעמען בלאוד טעסט און ס'איז שוין געווען גוטע נייעס.

בזכות הצדיק זאלן אלע געהאלפן ווערן מיט בני חיי ומזוני. מה להלן עומד ומשמש אף כאן עומד ומשמש.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2292

Re: רבי יענק'לע לייזער מפשווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך מירון »

רבי יענק'לע פלעגט נאך זאגן פון דער רבי רבי הערש רימאנובער ז"ל: "אמרי נא אחותי את' - כ'בעט דיר זאג אז איך בין דיין שוועסטער, [דאס האט ער געזאגט כלפי שמיא] 'למען ייטב לי בעבורך' - וועט מיר גיט זיין ווען איך וועל מעביר זיין די סדרה - 'וחיתה נפשי בגללך' - כ'וועל האבין א חיות און אויפלעבין מיט גלילה"
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 683
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 372

Re: רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך וואסאפשט »

זכר צדיק לברכה
אהה א זיס איד געווען ווי מ'קען הערן אויף די טעיפס
צו ציקישן יעדעס אות עוד הפעם זכר צדיק לברכה
טבלתי בכל יום לעילוי נשמתו הצדיק ר' יעקב בן ר' דוד יצחק יותר משנה ועדיין לא נושעתי
אבער מ'גיבט נישט אויף חלילה
ס'קומט אזאנע ישועות ורפואות

איין פראבלעם שטייענדיג על ציון קדשו האב איך מיר מקבל געווען צו טובל'ן אבער איך געדענק נישט צו אויף דעם ענין וואס איך ווארט אבער דער אייבערשטער וועט העלפן
בטוח בזה בעזר השם
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3629

Re: רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך רואה חשבונות »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:36 pm זכר צדיק לברכה
אהה א זיס איד געווען ווי מ'קען הערן אויף די טעיפס
צו ציקישן יעדעס אות עוד הפעם זכר צדיק לברכה
טבלתי בכל יום לעילוי נשמתו הצדיק ר' יעקב בן ר' דוד יצחק יותר משנה ועדיין לא נושעתי
אבער מ'גיבט נישט אויף חלילה
ס'קומט אזאנע ישועות ורפואות

איין פראבלעם שטייענדיג על ציון קדשו האב איך מיר מקבל געווען צו טובל'ן אבער איך געדענק נישט צו אויף דעם ענין וואס איך ווארט אבער דער אייבערשטער וועט העלפן
בטוח בזה בעזר השם
צינד אויך א ליכט מזמן לזמן און משנה קען אויך נישט שאטן. ויתן ה' כל משאלות לבך לטובה, אמן.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 683
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 372

Re: רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך וואסאפשט »

רואה חשבונות האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 6:48 am
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:36 pm זכר צדיק לברכה
אהה א זיס איד געווען ווי מ'קען הערן אויף די טעיפס
צו ציקישן יעדעס אות עוד הפעם זכר צדיק לברכה
טבלתי בכל יום לעילוי נשמתו הצדיק ר' יעקב בן ר' דוד יצחק יותר משנה ועדיין לא נושעתי
אבער מ'גיבט נישט אויף חלילה
ס'קומט אזאנע ישועות ורפואות

איין פראבלעם שטייענדיג על ציון קדשו האב איך מיר מקבל געווען צו טובל'ן אבער איך געדענק נישט צו אויף דעם ענין וואס איך ווארט אבער דער אייבערשטער וועט העלפן
בטוח בזה בעזר השם
צינד אויך א ליכט מזמן לזמן און משנה קען אויך נישט שאטן. ויתן ה' כל משאלות לבך לטובה, אמן.
שכח איך וועל פרובירן
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 299
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1029

Re: רבי יאנקעלע לייזער מפשעווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך Think and Thank »

אין אנטווערפען וואוינט א איד, הרה"ח ר' יחיאל הכהן שפיצער. דער ר' יחיאל איז א פארצייטישער-סארט חסיד'ישער איד, א געווייקטער פשעווארסקער חסיד וואס איז געווען א משב"ק ביי ר' יאנקעלע זי"ע און היינט צו טאגס גרייט ער אן די פליישיגע מלוה מלכה ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און טיילט אליינס אויס דאס עסן.

האט מיר ר' יחיאל דערציילט אז אלס חתן איז ער געווען ביי ר' יאנקעלע און ר' יאנקעלע האט געזאגט א טייטש אזוי: ובתבערה ובמסה ובקברת התאוה מקצפים הייתם את ה'". מ'קען ברענען ביים דאווענען (תבערה), מ'קען עומד בנסיון זיין (מסה), מ'קען באגראבן די תאוות (קברות התאוה), און מיט דעם אלעם מקציפים הייתם את ה'.

איז געווען דארט איינער וואס האט זיך אנגערופן, "יחיאל האט נישט פארשטאנען..." האט ר' יאנקעלע כדרכו איבערגעזאגט דאס ווארט פאר ר' יחיאל, און האט דערנאך צוגעלייגט: "למשל אז דו האסט א מנהג צו מעביר סדרה זיין פרייטאג נאכמיטאג, און איין פרייטאג נאכמיטאג אינמיטן מעביר סדרה זיין אין שטוב וועט זיין לעבעדיג מיט די קינדער, זיי מאכן גערודער וכו' און מ'גיבט זיך נישט קיין עצה, וועסטו מחליט זיין צו גיי אין ביהמ"ד ענדיגן מעביר סדרה זיין, דאס איז מקציפים הייתם את ה'!"
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 299
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1029

Re: רבי יענק'לע לייזער מפשווארסק ז"ל - כ"ז חשון תשנ"ט

פאוסט דורך Think and Thank »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 12:53 pm מקום מנוחת קדשו איז אין פיטא, האלאנד.

א קלארערע בילד פון די מציבה. אויב האב איך נישט קיין טעות איז די נוסח געווארן געשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וועלכער איז א גרויסער דייקן אין יעדעס ווארט, אלזא לייגט צו קאפ צו די גאר אינטערעסאנטע נוסח המציבה.
פיילס
IMG_5805.JPG
IMG_5805.JPG (301.47 KiB) געזען געווארן 98 מאל
שרייב פאוסט