כ"ט אב
הרה"ק רבי אליעזר זוסיא ב"ר ישראל אברהם זי"ע, (פארטוגאל), בעל נועם אליעזר, אדמו"ר מסקולען,
ער איז געבוירן אין שטאט סקולען אין מולדובה, א' דראש חודש חשון תרמ"ח,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי ישראל אברהם אב"ד סקולען בעסאראביע זי"ע,
בן הרה"ק רבי חיים יודא מסאטנוב זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת לאה רייזל ע"ה,
בת הגה"ק רבי חיים שור אב"ד סלאפקאוויץ פודליה זי"ע,
ער איז געווען א צדיק גמור א איש תמים און איש קדוש מאוד, וכל מעשיו היה לשם שמים, ער איז געווען א בקי נפלא בש"ס ופוסקים, ער האט געהאט א געוואלדיגע כח הנגינה, און ער האט פארפאסט גאר אסאך ווארעמע אידישע ניגונים, ער איז געווען דער אבי היתומים, און ער האט עוסק געווען בעניני הכלל מיט א מסירת נפש, ער האט ביי זיך אין שטוב אויף געצויגען יתומים און יתומות וואס זייערע עלטערן זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש השם, ער האט מיט א מסירת נפש ממש עוסק געווען צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ.
אלס יונגער בחור איז דער צדיק שוין געווען באוויסט אלס א עילוי גדול און א בקי בתורה, ער איז שוין דאן אלס בחור געווען מפורסם אלס א בקי נפלא בש"ס ופוסקים און אויך אין שולחן ערוך בעל פה, אויך איז ער געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע קדושה מיט וואס ער האט זיך געפירט, ער האט שוין דאן אלס בחור עוסק געווען אין העלפן אידישע קינדער.
ער איז געווען גאר שטארק מקושר צו רבנים לבית רוזין, ספעציעל צו הרה"ק רבי אברהם מתתיהו הצדיק משטעפענעשט זי"ע, וואס דער צדיק רבי אברהם מתתיהו האט געזאגט אויפן רבין בזה"ל, "אסאך אידן וועלן זיך קלאמערן ביי זיין טיר צו נעמען ברכות און זען זיין עבודת הקודש", און נאך זיין פטירה איז ער געווען מקושר צו הרה"ק רבי ישראל שלום יוסף מבוהוש זי"ע, און הרה"ק רבי מרדכי שלום יוסף מסדיגורה זי"ע.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת שיינא רחל ע"ה,
בת הרה"ק רבי יעקב ב"ר נח מפרומושיקה זי"ע,
פון די גרויסע חסידים פון דער צדיק משטעפענעשט זי"ע,
י"ח אייר ל"ג בעומר בשנת תרע"ה זייענדיג בערך 17 יאר אלט איז דער טאטע נסתלק געווארן, האט מען דעם רבין אויף גענומען אלס ממלא מקום פונעם טאטן אין שטאט סקולען, און דאן האט ער אויף גישטעלט דעם הייליגען חסידות סקולען.
ער האט דארט אין סקולען עוסק געווען אסאך אין מקרב זיין אידישע קינדער צום גרויסן באשעפער, ער האט געלערנט תורה מיט א געוואלדיגע התמדה יומם ולילה, אסאך אידן יראים ושלמים האבן זיך דאן מדבק געווען אונעם רבין, און געקומען צו אים פאר א עצה ותושיה, אויך איז מען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און מיטהאלטן דעם גרויסן עבודה וואס דער צדיק האט אפ געראכטן, און דאן האט מען דעם צדיק אנגעהויבן רופן "דער סקולענער רבי".
ער האט דארט אין שטאט סקולען געשריבן א קונטרס אויף הלכות שבת, כדי די איינוואוינער פון שטאט זאלן וויסן די הלכות פון שבת קודש, אויך האט ער געזארגט פאר כשרות פאר די אידן פון שטאט, ער האט דארט גאר אסאך לוחם געווען קעגן די משכילים, וואס האבן ליידער געוואלט אריינכאפן אידישע קינדער אין זייער נעץ.
בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה ווען די אידן פון שטאט טשערנאוויץ האבן געהערט פון דעם צדיק פון סקולען, האבן זיי געבעטן דעם רבין צו קומען קיין טשערנאביץ, און בעצתו פון דעם סדיגורה רבי ר' מרדכי שלום יוסף זי"ע איז ער אריבער קיין טשערנאוויץ אין רומניה, און דארט איז ער פארעכענט געווארן פון די גדולי הרבנים אין געגענט.
אויך איז דארט געווען מיטן רבין זיין זון הרה"ק רבי אליעזר זוסיא אדמו"ר מסקולען זי"ע וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן דעם טאטן מיט די אלע פעולות פון העלפן אידישע קינדער.
ביים צווייטע וועלט מלחמה האט דער צדיק מיט געטיילט דעם זעלבן גורל פון אלע אידן, און ער איז געווען אונעם געטא אין טשערנאוויץ, און דארט האט דער צדיק גאר שטארק מחזק געווען די אידן, און מיט א מסירת נפש אנגעהאלטן זיין עבודת הקודש.
נאך די מלחמה איז דער שטאט טשערנאוויץ אריבער צו רוסלאנד, וואס איז שוין דאן געווען אונטער די קאמאניסטן, האט די רבי עוסק געווען מיט א מסירת נפש צו ראטעווען די קינדער וואס זענען נעבעך געבליבן יתומים, און ער האט די קינדער אריבער געשווערצט קיין בוקארעשט וואס איז געווען אונטער רומעניע.
די ממשלה אין טשערנאוויץ די קאמאניסטן האבן דעם רבין געפייניגט און איינגעשפארט אין תפיסה צוליב דעם וואס ער האט עוסק געווען אין די הצלה פון די קינדער קיין בוקארעשט, אבער די רבי האט זיך נישט אפגעשטעלט פון זיין עסקנות נאר ווייטער אן געהאלטן מיט א מסירת נפש.
הרה"ק רבי אליעזר זוסיא ב"ר ישראל אברהם זי"ע, בעל נועם אליעזר מסקולען - כ"ט אב תשמ"ב
Re: הרה"ק רבי אליעזר זוסיא ב"ר ישראל אברהם זי"ע בעל נועם אליעזר, מסקולען, - כ"ט אב תשמ"ב
א' ניסן בשנת תשי"ט האבן די קאמאניסטן נאכאמאל איינגעשפארט דעם רבין צוזאמען מיט זיין זון דער שפעטערדיגער סקולענער רבי זי"ע, און מען האט די צוויי גאר אסאך געפייניגט מיט יסורים, אבער די צוויי צדיקים האבן זיך מחזק געווען און געדינט דעם הייליגען באשעפער אפילו פון דעם פינסטערן תפיסה, אויך איז באקאנט אז די צוויי צדיקים האבן מחבר געווען גאר הארציגע ניגונים דארט אין תפיסה, און דארט זענען זיי געזעצן פינעף חדשים.
ערב שבת נחמו י' מנחם אב בשנת תשי"ט האט מען זיי באפרייט פון תפיסה, אבער די צדיקים זענען געבליבן אין תפיסה ווייל זיי האבן נישט געוואלט מחלל שבת זיין, און צו פארשטיין וואס דער טאטע מיט זון האבן מיט געמאכט דארט אין תפיסה, קען מען זען וואס דער סקולענער רבי שרייבט בזה"ל, "וממש היה כפסע ביני לבין המות, כי לא היה דרך הטבע להנצל מהם, ובדרך נס ממש נצלנו ממוות לחיים", און דארט אין תפיסה האבן די סקולענער רבי'ס מחבר געווען דעם הארציגן ניגון "יוודע בגויים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך".
א' ניסן בשנת תש"כ האט דער רבי מיטן זון מצליח געווען ארויס צו קומען קיין אמעריקע, און זיך באזעצט אין קראון הייטס, און דארט האט ער אויף געשטעלט א ביהמ"ד, און דאן האט דער הייליגער רבי אסאך עוסק געווען מיטן מציל זיין אידן פון רומעניע, דער צדיק האט נישט איינגעריט, ביז ער האט נישט געהערט אז עס זענען נישט דא קיין אידן וואס ברויכן הילף.
דאן איז די רבי אסאך געפארן קיין ארץ ישראל, און ער האט מייסד געווען דעם מוסד חסד לאברהם צו ראטעווען קינדער יתומים און יתומות נאך די מלחמה, און אויך וואס זענען ארויס געקומען פון רוסלאנד און רומעניע.
בשנת תשכ"ז האט די רבי חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת יענטיל ע"ה,
בת הגה"צ רבי שרגא שמואל שניצלר מטשאבא זי"ע.
דער צדיק איז געווען באקאנט אלס א גאר צוגעלאזענע מענטש וואס האט געהאט א הארץ פאר יעדן איד, ער האט מיט א מסירת נפש עוסק געווען זיין גאנץ לעבן, צו מקרב זיין אידישע קינדער וואס זענען ליידער געווען פארקראכן פונעם אידישען וועג, און טויזענטער אידן האבן אין זיין זכות אויף געשטעלט אידישע שטובער און פירן זיך נאך עד היום אויפן ריכטיגען וועג נאר דורך די מסירת נפש פונעם רבין זי"ע.
די אידן וואס האבן זיך געדרייט ביים הייליגען סקולענער רבי זי"ע קענען מעיד זיין די עבודת התפלה וואס דער צדיק האט אראפגעלייגט אפילו אין א פשוטע וואכן טאג, דאס גאנצע דאווענען איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע מתינות און מתיקות, דאס קר"ש ליינען ביי יעדע תפלה האט גענומען באלד א האלבע שעה, און גאר אסאך מאל האט ער ממש כמעט גע'חלש'ט.
דערציילט מען אז ווען די רבי איז אנגעקומען אין שפיטאל דאס ערשטע מאל און געווען צוגעבינדן צו די אלע מאשינען, און ער האט דאן געליינט קר"ש, זענען די נוירסעס געקומען צו לויפען, ווייל די מאשינען האבן געוויזן אז דאס הארץ פונעם רבין האט זיך אפ געשטעלט, און עס האט גענומען צייט ביז מען האט געקענט מסביר זיין פאר זיי אז דאס מיינט גארנישט, נאר דאס געשעט יעדעס מאל ווען דער צדיק ליינט קר"ש פארן בורא כל עולמים, און ווען איינער פון די גבאים האט געבעטן פונעם רבין אז ער זאל זיך נישט אזוי אנשטרענגען ביי קר"ש, האט די רבי געזאגט, אויב קען איך נישט ליינען קיין קריאת שמע ווי עס דארף צו זיין, דעמאלס וואס פעלט מיר אויס דאס לעבן.
ער האט איבער געלאזט פאר דעם דור יתום זיין הייליגע זון הרה"ק רבי ישראל אברהם זי"ע וואס האט פאר יארן לאנג פארשיינט די וועלט מיט זיין תורה און קדושה און אויך זיין געוואלדיגע מידות צדקה וחסד.
זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אין דעם ספר נועם אליעזר, און אויך האט דער צדיק איבער געלאזט א הויפן פון חסידישע ווארעמע ניגונים וואס ווערט געזונגען אין צענדליגע חסידישע הויפן.
די לעצטע פאר יאר איז די רבי געווען גאר שוואך און דאן האט די זון הרה"ק רבי ישראל אברהם זי"ע איבער גענומען דאס הנהגה פון די קהלת סקולען.
עס איז א גרויסע חידוש אויפן נוסח המצבה, וואס ווי עס איז מקובל האט דאס די רבי אליין געשריבן, און צווישן דעם נוסח שטייט די ווערטער, "התחרט על חטאיו", און ווי צדיקים האבן מעיד געווען אויפן רבין, אז ער האט געזאגט ליגענט יעדעס מאל וואס ער האט געזאגט "אשמנו בגדנו גזלנו".
נסתלק לגנזי מרומים ערב ראש חודש אלול כ"ט מנחם אב בשנת תשמ"ב, זייענדיג 84 יאר אלט, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח וויזשניץ אין מאנסי.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

ווי באקאנט איז דער צדיק געווען נאה דורש ונאה מקיים, און ער האט גארנישט געטון אן קיין כוונה אין מחשבה לשם שמים, דערציילט מען אז דער צדיק האט געהאט א מנהג, אז ווען ער איז ארויס פונעם בית הכבד, פלעגט ער נאכן שוין ארויסגיין און זיך וואשן די הענט, צוריק אריין שטעקן די האנט צו אויסלעשן די לעקטער, און דערנאך זיך געוואשן די הענט נאכאמאל,
ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער לעשט נישט אויס די לעקטער נאך זייענדיג אינעווייניג, האט דער צדיק מיט תמימות געענטפערט, וויבאלד די סיבה פארוואס מען לעשט אויס די לעקטער, איז כדי צו מקיים זיין די מצוות פון בל תשחית, ווייל התורה חסה על ממונם של ישראל, קומט דאך אויס אז מען איז מקיים א מצווה, דערפאר וויל ער נישט מקיים זיין די מצווה פון אינעווייניג, וואס די פלאץ איז דאך א מקום טומאה, דערפאר גייט ער קודם ארויס, און נאכדעם לעשט ער אויס די לעקטער,
אויך איז באקאנט אז דער צדיק פלעגט שבת קודש יעדעס מאל ער איז ארויס פון שטוב, זיך קודם אויסגעוואשן די מויל און זיכער געמאכט אז קיין שום מאכל איז נישט געבליבן אין די ציין, וויבאלד מען קען דורך דעם צוקומען צו עובר זיין אויף הוצאת בשבת,
דער צדיק האט געהאט א געוואלדיגע יראת הכבוד פאר צדיקי הדור און גאר שטארק מכבד געווען צדיקים און זיך מסתופף געווען בצולם מיט זיין געוואלדיגע עניוות.
דערציילט מען אז נאכדעם וואס עס האט זיך געגרינדעט דעם סאטמאר שטאט מאנרא, האט איינע פון די נייע איינוואוינערס אין שטאט גערופן דעם רבין, צו די חנוכת הבית פון זיין נייע דירה, און ער האט דאן אויך געמאכט א מגבית פאר דעם מוסד חסד לאברהם, און די גבאים האבן אויס גערעכנט, אז ווען מען ענדיגט דעם חנוכת הבית און דעם מגבית, וועט מען אריבער גיין צום סאטמאר רבי זי"ע.
ווען מען האט גענדיגט דעם חנוכת הבית און די מגבית, און דער סקולענער רבי איז שוין געווען אין די קאר, האבן די גבאים געזאגט פארן רבין, אז מען גייט יעצט אריבער אויף א באזיך צום סאטמאר רבי, האט דער הייליגער סקולענער רבי געפרעגט מיט וואונדער, יעצט גייט מען, האבן די גבאים געזאגט, יא מען האט שון ערלעדיגט ביי די גבאים פון סאטמאר אז די רבי קען גלייך אריין גיין,
האט דער הייליגער סקולענער רבי געזאגט, וויאזוי קען מען אריינגיין צום רבין פון סאטמאר, אן מאכן די ריכטיגע הכנה, ווייל ביים אריינגיין צו דעם צדיק ברויך מען זיך צוגרייטן בעפאר אזוי ווי עס פאסט זיך, און דער סקולענער רבי האט נישט מסכים געווען אריבער צו גיין, און מען איז אהיים געפארן,
דערציילט מען אז ווען דער רבי איז אנגעקומען אין אמעריקע, האבן די חסידים מעורר געווען דעם רבין, אז מען ברויך אויף שטעלן מוסדות התורה און ישיבות, האט דער רבי געפרעגט, וואס גייט פאר סאטמאר, פאפא, צעהלים, נעמען שוין נישט אן קיין קינדער אדער בחורים, זאגט מען אים יא זיי נעמען יא אן, נאר אונז וויל מיר אז די רבי זאל האבן אייגענע מוסדות.
האט די רבי געזאגט, פאר אונזערע קינדער זענען ב"ה דא ווי צו לערנען אין די מוסדות סאטמאר פאפא צעהלים, אבער איך וויל אויף שטעלן מוסדות התורה פאר קינדער, וואס האבן ליידער נישט ווי צו לערנען, און מיט דעם איז טאקע געגרינדעט געווארן די הייליגע מוסדות פונעם רבין "חסד לאברהם", וואס האט געראטעוועט טויזענטער קינדער.
דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע פלעגט דערציילן יעדעס יאר די ערשטע נאכט סוכות די מעשה,
הרה"ק רבי ארון המגיד מישרים מקליוואן זי"ע פון די תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע איז אריין געקומען אין די סוכה דעם ערשטע נאכט סוכות, און זיך פארזוימט מיט קידוש, און די מקורבים האבן געזען אז דער רבי איז זייער צובראכן, אבער נאך א שטיק צייט, האט זיך דער צדיק אויפגעשטעלט, און געמאכט קידוש מיט א שמחה און א שמייכל אויפן פנים.
ווען זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט וואס די פשט איז, האט דער צדיק דערציילט, ווען איך בין אריין געקומען אין די סוכה האב איך געזען אז אברהם אבינו ע"ה איז נישט דא ביי מיר אין די סוכה, דערפאר בין איך געווארן זייער צובראכן, פארוואס איך האב נישט זוכה געווען אז ביי די אושפיזא דאברהם זאל איך נישט האבן אברהם אבינו ע"ה ביי מיר אין די סוכה.
האב איך אנגעהויבן מפשפש זיין אין מיינע מעשים, און בודק געווען וואסערע עבירה איך האב ח"ו עובר געווען, אז אברהם אבינו קומט נישט צו מיר אין די סוכה, דאן האט מען מיר מגלה געווען, אז דאס איז צוליב וואס איך האב נישט איינגעלאדענט קיין גאסט וואס זאל קומען צו מיר עסן, און דערפאר קומט נישט אברהם אבינו וואס זיין מידה איז דאך הכנסת אורחים.
האט דער צדיק דערציילט, אז ער האט גלייך געזאגט א מליצה בזה"ל, "רבונו של עולם, איך בין נישט קיין קליינער ארעמאן", ווייל ווי באקאנט איז דער צדיק געווען א עני ואביון, און דער צדיק האט ווייטער געזאגט, אז גלייך נאך דעם מליצה איז אברהם אבינו ע"ה אריין געקומען צו אים אין די סוכה, און דאס איז געווען די צהלת פנים און די שמחה ביים צדיק.

יישר כח @ניקל כ'האב געליינט אין א צוה.
ליינענדיג דעם לעצטן מעשה האבעך באקומען טשיל'ס טראכטנדיג, איך בין דאך א סוכהלע פאר השראת השכינה אויף דעם וועלט זויווי יעדע נשמה, און כ'פיהל אמאל ווי א-לי למה עזבתני.
בינעך מפשפש און כ'טרעף אז כ'האב אהים חלילה פארטריבן נישט איינמאל. דאסי נישט קיין הכנסת אורחים.
אבער מיט א מליצה קען מען אהים צוריקברענגן.
"רבונו של עולם, כ'בין דאך נישט קיין קליינער ארעמאן בדעת"
זכור כי עפר אנחנו

דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע פלעגט דערציילן די מעשה און ער האט געזאגט אז עס איז א סגולה לרפואה.
דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע איז איינמאל זייער קראנק געווארן, און מען האט געשיקט א שליח צו גיין מזכיר זיין דעם רבי ר' זושא ביי הרה"ק דער שפאלער זיידע זי"ע, און ווען מען איז געקומען צום שפאלער זיידע האט ער געזאגט בזה"ל, "רבוש"ע אם אבקש זכות על הרבי ר' זוסיא, הנה לא יצדק לפניך כל חי, ואפשר ח"ו יהיו איזו מקטרגים שיקטרגו ח"ו", אז אויב וועל איך בעטן פאר א רפואה פארן צדיק רבי ר' זושא, איז דאך באקאנט אז לא יצדק לפניך כל חי, אז ווען עס קומט צום באשעפער איז דאך קיינער נישט א צדיק, און אפשר וועט דאס נאך ברענגען ח"ו א קטרוג אויפן צדיק,
אבער דאס קען איך זאגן, וואס אפילו די מקטריגים וועלן נישט קענען מקטרוג זיין, אז אין שטאט נעבן שפאלע איז דא א שטאט מיט טויזענטער גויים, און אלע דרייען זיך ארום געזונט און שטארק, און צווישן זיי טרעפט זיך נישט קיין איינער אזוי ערליך ווי דער הייליגער רבי ר' זושא, און אויב די גויים זענען געזונט, מעג דאך ר' זושא זיכער זיין געזונט, און כך הוה דער רבי ר' זושא איז געזונט געווארן.
דערציילט מען אז ווען די רבי איז נאך געווען אין רומעניע, האט מען איין יאר ערב פסח געבאקן מצות מיט מסירת נפש, און ערב פסח האט די רבי געטיילט פאר יעדן מצות אויף פסח, פאר יעדן איינעם האט די רבי געגעבן דריי מצות, איז אבער דארט געווען א בנש"ק, וואס האט זיך איינגעריסן מיטן רבין אז ער וויל באקומען זעקס מצות, כדי ער זאל האבן אויך אויפן צווייטן סדר,
וויפיל מען האט דעם איד מסביר געווען, אז עס איז נישט דא גענוג מצות, האט דער איד דער בנש"ק נישט נאך געלאזט, ביז דער רבי מיט זיין ווייעך הארץ האט דעם איד אהין געגעבן 6 מצות, דער עולם איז געווען זייער ברוגז אויף דעם איד, אבער וויבאלד די רבי האט אים דאס געגעבן האט מען גארנישט געקענט טון,
פסח ביינאכט מען גרייט זיך צום סדר, און איינער קלאפט אויפן טיר ביים רבין אין שטוב, ווען מען האט אויפגעמאכט דעם טיר, איז דארט געווען א זון פון דעם בנש"ק, און אין די האנט האט ער געטראגן 3 מצות און זאגט, אז זיין טאטע שיקט דאס פארן רבין, האבן די שטוב מענטשן געפרעגט פונעם זון, וואס איז געווען דעם חשבון פון דיין טאטע,
האט דער זון געזאגט, אז דער טאטע האט גאנץ גוט געוויסט, אז דער רבי מיט זיין גוט הארץ, וועט אוועק געבן אלע מצות פאר אנדערע אידן אויף פסח, און פאר זיך וועט די רבי גארנישט איבער לאזן, און דערפאר האט זיך דער איד זייער פאר'עקשנ'ט אז ער ברויך 6 מצות, כדי ער זאל קענען אוועק לייגען 3 מצות פארן רבין,
און דעם אמת איז געווען אזוי ווי דער איד האט געזאגט, אז די רבי איז געבליבן אן קיין מצות פאר זיך, און די רבי איז געזעצן און געטראכט פון ווי ער וועט האבן מצות אויף פסח, און פונקט דאן איז געקומען דער זון פון יענעם איד, און געברענגט די מצות פארן רבין,
איינע פון די גבאים האבן דערציילט, אז איין שבת קדוש ביים טיש, האט דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע פארפאסט א ניגון אויף פסוק לֹא תְאֻנֶּה אֵלֶיךָ רָעָה וְנֶגַע לֹא יִקְרַב בְּאָהֳלֶךָ, און דער צדיק האט נישט אויף געהערט זינגען דעם ניגון פאר גאר א לאנגע צייט, עס איז געווען א גרויסע חידוש פאר די גבאים,
אבער נאכן טיש האט א איד, וואס איז געווען ביים טיש דערציילט פארן גבאי, אז עס איז אים רח"ל אריין געקומען אין געדאנק א מחשבה, אז גלייך נאכן טיש וועט ער גיין און טון א גרויסע עבירה רח"ל, און דער צדיק דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט דאס מרגיש געווען, און דערפאר האט די רבי געזונגען דעם ניגון אזוי פיל מאל, און ער האט דעם איד אויס געוואשן די נשמה, און מיט דעם ניגון געראטעוועט דעם איד פון עובר זיין אויף דעם הארבע עבירה.

הגה"צ רבי שלמה זלמן הורוויץ אב"ד פאטיק זי"ע האט דערציילט, אז בשעת די מלחמה ווען ער איז אנטלאפען פון די דייטשן ימ"ש, האט ער זיך אויף געהאלטן ביים הייליגען סקולענער רבי זי"ע, און אויך האבן זיך דארט אויף געהאלטן אסאך קינדער יתומים און יתומות,
אין א דאנערשטאג נאכט האט זיך די רעבעצין אפגערעדט פאר רבי שלמן זלמן, אז עס איז נישט דא קיין פרוטה אין שטוב, און זי ווייסט נישט פון ווי זי וועט קענען שבת מאכן, בעט זי רבי שלמה זלמן אז ער זאל אריינגיין צום רבין, און זאגן פארן רבין אז עס איז נישט דא קיין געלט צו שבת מאכן,
ווען רבי שלמה זלמן האט איבער געגעבן די ווערטער פונעם רעבעצין, האט זיך די רבי אנגערופן מיט א שמייכל, זארג זיך נישט, ווייל אין די זכות פון די אלע קינדער יתומים און יתומות, וועט דא ביי אונז אין שטוב גארנישט פעלן, ווי די גמרא זאגט דאך, "תינוק וככר בידו", און די טאטע פון די יתומים וועט זיכער העלפן, און היינט איז נאר ליל שישי און עס איז נאך דא צייט ביז שבת, ווען דער פאטיקער רב האט געהערט די ווערטער פינעם רבין, און געזען די גרויסע בטחון פונעם רבין, האט ער מער נישט דערקיטשעט דעם רבין, און געווארט צו זען פון ווי די ישועה גייט קומען,
פרייטאג פארטאג'ס איז אנגעקומען א איד צום רבין, און ער געט פארן רבין א גרויסע סכום געלט, און ער זאגט פארן רבין, אז ער גייט יעצט דורך גיין דעם גרעניץ פון רומעניע, און ער האט געהערט אז מען האט פון איינעם צו גענומען זיין גאנצע געלט דורך גייענדיג דעם גרעניץ, און ער וויל ענדערש אז דאס געלט זאל בלייבן ביים רבין, ווי איידער די גרעניץ וועכטער, דאן האט זיך די רבי אויס געדרייט צום פאטיקער רב און געזאגט, זעט איר די ישועה איז געקומען, דער אייבערשטער פארלאזט אונז נישט.
ער האט געהאט א מנהג, אז ער האט נישט געגעסן קיין פלייש, נאר פון איין שוחט וואס ער האט געוויסט אז יענער טוט אלע חומרות וואס די רבי האט געהאט, און דער שוחט איז אייביג מיט געקומען מיטן רבין ווי די רבי איז געגאנגען.
איינמאל איז די רבי געווען אין א שטאט, און ווען מען האט אריין געברענגט צום רבין דאס עסן, האט די רבי געזאגט אז ער וויל היינט נישט עסן, מען האט זיך געבעטן צום רבין אז ער זאל עסן, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט,
אביסל שפעטער האט מען באמערקט, אז די פלייש פונעם רבין איז געווארן בטעות פארטוישט, מיט אנדערע פלייש, און פון הימל האט מען דעם צדיק אפגעהיטן, אז ער זאל נישט עסן עפעס וואס איז נישט געווען אויפן דרך הכשרות וואס די רבי האט זיך געפירט.
דערציילט מען אז סוף ימיו ווען דער הייליגער צדיק וקדוש איז נעבעך געלעגן אין שפיטאל גאר שוואך אין בעט, איז געקומען ערב שבת קודש, און דער צדיק האט געהאט איין דאגה, מען ברויך טוישן דעם העמד לכבוד שבת קודש, די גבאים האבן פראבירט צו אפרעדן דעם רבין, אבער דער צדיק האט זיך נישט געלאזט ביז מען האט אים מיט שווערקייטן געטוישט דעם העמד,
אבער דאן האט די רבי געבעטן צו טוישן דעם הויזן לכבוד שבת קודש, און געזאגט ווי אזוי קען מען גיין קעגן דעם שבת קודש אן א פרישן הויזן, און דאן האט ער פארלאנגט דעם בעקיטשע, און דערנאך זאגט ער יעצט ברויך מען דעם שטריימל, און אזוי האט דער הייליגער צדיק ליגענדיג ליידער על ערש דוי מיטן צורה פון רב הדומה למלאך, מקבל שבת געווען מיט א שמחה.

א געוויסער איד האט זיך שווער פארזינדיגט פאר די קאמוניסטישע ממשלה, דער איד האט געוואוסט, אז אויב מען וועט זיך דערפון דערוויסן, וועט דאס אים זיין גאר שרעקליך, האט זיך דער איד גלייך אויסבאהלטן, און א ברודער זיינער איז ארומגעלאפן דערווייל צו אדוואקאטן, צו הערן פון זיי אויב עס איז דא וואס צו מאכן, אבער אלע האבן אים אפגעשראקן, זאגנדיג, אז עס איז באמת נישט דא קיין וועג אויף ארויס, ווייל דער חטא איז גאר גרויס, מען וועט דערפון זיך נישט קענען בשום אופן ארויסדרייען,
עס איז פארן ברודער שווארץ געווארן פאר די אויגן, וואס טוט מען ווייטער, און זיי האבן באשלאסן צו גיין אינאיינעם זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן סקולענער רבי'ן זי"ע, ביידע זענען אריין געקומען צום רבי'ן, און מיט א שרעקליך געוויין האבן זיי פאר געשטעלט וואס דאס מיינט, זיי האבן פארציילט אז די אדוואקאטן זאגן, אז עס איז גארנישט פארהאן קיין עצה,
דער רבי האט מיט זיי מיט געוויינט, נאכער האט דער רבי אראפגעשטעלט דעם קאפ אויפן טיש עטליכע מינוט, אוון ווען דער רבי האט זיך אויפגעהויבן האט ער געזאגט, איך מיין אז מארגן גאנץ פרי, זאל ער אריבערגיין זיך איבערגעבן צו די פאליציי אין די האנט אריין, און בעזר השם יתברך אויף עלף אזייגער פארמיטאג וועט ער שוין זיין באפרייט,
די צוויי האבן זיך געוואונדערט אויף אזוינע ווערטער, און דער שולדיגער האט זייער געקווענקלט אויב ער זאל טאקע אזוי טאן, ווייל סוף כל סוף, זיך אליינס איבערגעבן איז דאך א זיכערער טויט, אזוי איז אפשר נאך דא וואס צו האפן, אבער דער ברודער זיינער האט אים געזאגט, ווען מען הערט פון רבין אזעלכע דייטליכע ווערטער, טאר מען אוודאי נישט איבער קלערן, מען דארף אויספאלגן וואס דער רבי הייסט,
מיט שרעק איז דער באשולדיגטער צומארגנס אריבער צו די פאליציי, און זיך איבער געגעבן, פארשטייט זי אז די פאליציי האבן זיך צו אים צו געכאפט ווי צו א פעטן ביין, אזוי אומגערישט זאל דאס פישל אליינס אריינשווימען אין נעץ אריין, מען האט אים פארשלאסן אין א צימער, כדי אויסצואווארטן ביז מען וועט אים שטעלן צום געריכט,
דער איד האט אזוי געווארט בפחי נפש, די צייט ריקט זיך, אבער ער זעט נישט קיין ישועה, עס איז גאר געפערליך, א פאר מינוט פאר עלף אזייגער זענען פלוצלינג אריין געקומען עטליכע פון די באאמטע, און אים געמאלדן זיין באפרייאונג, דער איד נישט גלייבענדיג וואס ער הערט, איז ער מיט די נשמה אין די האנט ארויס געלאפן צו זיך אהיים,
ווי עס האט זיך אים שפעטער דערוואוסט, אז די מעשה איז אזוי געווען, ווען ער האט זיך איבערגעגעבן צו די פאליציי, האבן זיי באלד פארארדענט מען זאל אריבער ברענגען זיין באשולדיגונגס אקט וועלכע איז געלעגן ערגעצוואו אין אן אנדערן ביורא, און א שליח מיט א מאטאר ביציקל איז שנעל געפארן דאס אפנעמען,
אבער אויפן וועג איז דער שליח אריבער געפארן נעבן א טייך, פלוצלינג האט א צווייטער אויטא אין אים מיאוס אריינגעקלאפט, און אים אריינגעווישט אין טייך אריין, דער שליח איז געווארן דערטראנקען מיט אלע פאפירן, דעריבער האט דאס אפגעווישט די גאנצע באשולדיגונג, מען האט אים נישט געקענט שטעלן צו געריכט, און אזוי איז דער איד געראטעוועט געווארן, מיטן פאלגן וואס דער צדיק האט אים געהייסן, און טאקע אויף 11 אזייגער איז דער איד שוין געווען באפרייט.

דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט דאך מחזיר בתשובה געווען הונדערטער און טויזנטער אידישע קינדער און זיי צוריקגעקערט לאבינו שבשמים, ער האט דאס באוויזן דורך זיין געוואלדיגע צוגעלאזנקייט צו יעדן, אפילו צו קינדער, און דורך זיין רייכן שפראך און איבערצייגנדע ווערטער, און דורך זיין כח הנגינה.
ס'איז ספעציעל באוואוסט דער שבת ניגון מיט אידישע ווערטער וואס ער האט געמאכט ספעציעל פאר די קינדער וועמען ער האט פרובירט אפצוהאלטן פון ווערן פאלנע גויים, ער האט געהאקט שטיקער אין זיי, אבער דוקא זיסע שטיקער, און האט זיכער געמאכט אז אויב וועלן זיי נאר אמאל טראכטן אפילו פון אפלאזן אידישקייט, זאל זיי אין די אויגן ארויפקומען זיין צורה, און דאן האבן זיי נישט געהאט דאס הארץ עס צו טון פאר אים,
אינדערהיים אין רוסלאנד האט ער אסאך עוסק געווען אין פדיון שבויים, און ער פלעגט גיין שתדל'ען ביי די רשעים אז מ'זאל באפרייען די אידן, אסאך מאל האט ער אליינס באצאלט מיט ביטערע קלעפ, אבער אלעס האט זיך אים געלוינט אז צום סוף האט מען באפרייט יענעם איד,
ס'איז באקאנט אז אמאל ווען ער איז זיך געקומען בעטן ביי א הויכן באאמטן אויסצולייזן א איד, האט אים יענער אראפ געווארפן אלע טרעפ און פארהאקט די טיר, דער צדיק וקדוש האט זיך גוט צעקלאפט, צעביילט און צעבלוטיגט, אבער דאס האט נאר געהאט אן אפעקט אויף זיין קערפער, אבער נישט אויף זיין אנטשלאסנקייט צו גיין העלפן דעם איד,
ער האט זיך אויף געהויבן נאכאמאל, און זיך ארויף געשלעפט אלע טרעפ ביז אויבן, אפילו זייענדיג א שוואכער איד, און דער צדיק האט נאכאמאל אנגעקלאפט, דער גוי דער רשע האט דעם צדיק געוואלט רח"ל הרג'ענען, אבער דער צדיק האט נישט אויף געגעבן, און אפילו אראפ פליענדיג די טרעפ אפאר מאל, האט ער זיך ווייטער איינגעבעטן ביי דעם גוי, און צום סוף האט ער איינגעזען, אז דער איד איז אן עקשן און ער וועט נישט אויפגעבן, האט ער מסכים געווען צו באפרייען דעם באטרעפנדן איד, דאס איז געווען זיין געוואלדיגע מסירת נפש פאר א אנדערן איד.
אין אמעריקע איז געווען א מעיאר וואס מען האט געריפן "קאטשקע" וואס איז ליידער געווען א איד, און ער האט דאן ארויסגעגעבן איינע פון די שרעקליכע חוקות הגוים, וואס האט אפילו נישט געפאסט פאר די גוים, דאס האט גאר שטארק וויי געטון פארן הייליגען סקולענער רבי זי"ע, און דער צדיק האט זיך געזעצט שרייבן א שארפע בריוו פאר דעם רשע, אז ער זאך דעם חוק מבטל זיין, אבער דער רשע האט צוריק געשיקט א בריוו זייער נישט מיט כבוד, אז דער רבי זאל זיך נישט אריין שטעקן אין זיינע געשעפטן,
דער צדיק האט נישט נאכגעלאזט, און ער האט פארפירט אז ער וויל אליין אראפ גיין צו דעם רשע און פויעלען אז ער זאל נישט ארויס געבן דעם חוק, די מקורבים האבן זייער אפ גערעדט דעם רבין, אז ער זאל דאס נישט טון, אבער דער צדיק האט נישט געוואלט נאך לאזן, ביז ער האט בדרך לא דרך פארשאפט אן אוידיענץ ביים מעיאר,
אבער ממש ווען עס איז שוין געווען די צייט אריבער צו גיין, האט דער צדיק געזאגט אז ער גייט נישט, האבן די מקורבים געפרעגט פונעם רבין, מתחילה מאי קסבר, פארוואס האט די רבי יעצט אפ געמאכט נישט צו גיין, האט דער צדיק מיט זיין גרויסע מסירת נפש און אמתדיקייט געזאגט, אין רוסלאנד האב איך אויך געהאט אזא פרשה, און איך בין אריבער צום מושל און פראבירט עפעס צו פויעלען,
אבער ווען איך האב געזען אז עס גייט נישט, האב איך יענעם מושל גיט אנגעפראסקעט, און איך בין דאן געגאנגען זיצן אין תפיסה פאר א שטיק צייט, און איך ווייס אז אויב גיי איך אריבער צו דעם רשע, וועל איך מיך נישט קענען איינהאלטן און איך וועל דעם רשע קאטשקע גוט אנפראסקענען, אבער איך בין שוין אויף די עלטערע יארן און איך האב שוין נישט קיין כוח צו גיין זיצן אין תפיסה, און דערפאר האט דער צדיק נישט געוואלט גיין.

ווערט דערציילט, אז ווען הרה"צ רבי חיים בערגער אב"ד מישקאלץ זי"ע איז נישט געזונט געווען, האבן זיינע קינדער איין טאג באקומען א רוף פון סקולענער רבי'ן זי"ע'ס שטוב, און דער גבאי האט געפרעגט אויב מען קען אריבער פארן אין שפיטאל באזוכן דעם טאטן, און די משפחה האט געזאגט אז יא, אדרבה,
דערציילט דער זון הרה"ח רבי אלימלך, איך בין נאך דאן געווען א בחור, עס איז געווען אין די מיטעלע למ"ד יארן, האב איך צוריקגערופן צום סקולענער רבי'נס שטוב פרעגן, אויב איך קען מיך מיט כאפן מיטן רבי'נס קאר, ווייל איך וויל אויך פונקט באזוכן דעם טאטן, און נאכן באקומען א פאזיטיוון ענטפער, בין איך ארויף געגאנגען צום שטוב פון סקולענער רבי'ן, וואס האט זיך דאן געפונען אויף הופער סטריט ביי בעדפארד עוועניו, און געווארט ביז דער רבי איז גרייט צו פארן,
עס איז געווען א הייסע זומער טאג, בערך 95 דעגרי אויפן גאס, און די סקולענער רעבעצין האט מיר געבעטן, אז איך זאל משפיע זיין אויפן רבי'ן, אז צוליב זיין געזונט צושטאנד זאל ער אפשטופן די נסיעה אויף א קילערע טאג, איך האב טאקע פרובירט איבער צו געבן די ווערטער פארן רבי'ן,
אבער דער רבי האט מיר געענטפערט, אז זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין, האט ער באשלאסן צו טוהן די מצוה פון גמילת חסד, און ער האט תיכף באשלאסן צו גיין באזוכן דעם מישקאלצער רב אין שפיטאל, דערפאר טאר ער נישט אפשטופן די נסיעה, ווייל ער באטראכט דאס ווי א דבר טוב וואס ער האט זיך פארגענומען מיט טלית ותפילין, און מען פארט,
אנקומענדיג אין שפיטאל, איז דער סקולענער רבי ארויפגעשטיגן אויף א בענקל נעבן דעם טאטן'ס בעט, ער האט זיך איבער געבויגן און געגעבן א קוש פארן טאטען אין שטערן, נאכדעם האט זיך דער רבי אינטערסירט אויף דעם געהילף וואס האט דארט באדינט דעם טאטען, און געפרעגט אויב די שטאט באצאלט דאס, און איך האב געזאגט אז דאס האט די משפחה צו געשטעלט צוליב דעם וואס די שטאטישע נורסעס טוען נישט זייער פליכט בשלימות,
דער סקולענער רבי זי"ע האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פרייז פונעם נוירס, און איך האב געזאגט אז דאס קאסט 140 דאלער א טאג, א הון רב בימים ההם, אנקומענדיג קיין וויליאמסבורג האט מיר דער רבי געהייסן ארויף קומען צו אים אין שטוב, און ער האט ארויס געצויגן א קאנווערט מיט געלט, און מיר געבעטן ארויס צו נעמען 140 דאלער וויבאלד דער רבי איז ל"ע געווען א סגי נהור אויף די עלטערע יארן,
און דער רבי האט ערקלערט, אז די עיקר מצוה פון ביקור חולים איז מבואר אין חז"ל, אז מען קוקט זיך אום אויף די געברויכן פונעם קראנקן און מען העלפט אים ארויס, על כן וויל ער מקיים זיין די מצוה בהידור און באצאלן דעם געהילף די געהאלט פון איין טאג ארבעט, איך האב אים פרובירט אפ צו זאגען, און געזאגט אז איך בין מסכים דער רבי זאל לייגן דאס געלט אינעם חסד לאברהם קאסע, וואס איך האב געוואוסט אז זיי מוטשן זיך מיט געלט, אבער דער רבי האט מיר אפירגעהאלטן פארוואס איך פארגין אים נישט מקיים צו זיין די מצוה בשלימות.
זכותו יגן עלינו

ס'געווען חנוכה ביים הדלקת נרותניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 1:20 am איינע פון די גבאים האבן דערציילט, אז איין שבת קדוש ביים טיש, האט דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע פארפאסט א ניגון אויף פסוק לֹא תְאֻנֶּה אֵלֶיךָ רָעָה וְנֶגַע לֹא יִקְרַב בְּאָהֳלֶךָ, און דער צדיק האט נישט אויף געהערט זינגען דעם ניגון פאר גאר א לאנגע צייט, עס איז געווען א גרויסע חידוש פאר די גבאים,
אבער נאכן טיש האט א איד, וואס איז געווען ביים טיש דערציילט פארן גבאי, אז עס איז אים רח"ל אריין געקומען אין געדאנק א מחשבה, אז גלייך נאכן טיש וועט ער גיין און טון א גרויסע עבירה רח"ל, און דער צדיק דער הייליגער סקולענער רבי זי"ע האט דאס מרגיש געווען, און דערפאר האט די רבי געזונגען דעם ניגון אזוי פיל מאל, און ער האט דעם איד אויס געוואשן די נשמה, און מיט דעם ניגון געראטעוועט דעם איד פון עובר זיין אויף דעם הארבע עבירה.
ס'געווען דעם ניגון אויף די ווערטער יפול מצדך אלף (מ'זינגט עס אין סקולען ביי די לעכט)
ער האט דאן פארפאסט דעם ניגון
דאכצעך אז ער אליין שרייבט אז ער האט מרגיש געווען אויף איינעם אז ער איז עלול צו נכשל ווערן באיסור חמור, ער האט געוואלט אריינברענגן אינעם איד א הרהור תשובה, ביז פון הימל האט מען אהים אריין געגעבן דעם ניגון אויף די ווערטער יפול מצדך אלף. ער האט עס געזונגן ביז ער האט געשפירט אז ער האט געפועלט ביים איד א הרהור תשובה.
Re: הרה"ק רבי אליעזר זוסיא ב"ר ישראל אברהם זי"ע בעל נועם אליעזר, מסקולען, - כ"ט אב תשמ"ב
דאס איז געווען די עבודה אין סקולען, די מחשבה, די הכנה.ניקל האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 2:33 am ווי באקאנט איז דער צדיק געווען נאה דורש ונאה מקיים, און ער האט גארנישט געטון אן קיין כוונה אין מחשבה לשם שמים, דערציילט מען אז דער צדיק האט געהאט א מנהג, אז ווען ער איז ארויס פונעם בית הכבד, פלעגט ער נאכן שוין ארויסגיין און זיך וואשן די הענט, צוריק אריין שטעקן די האנט צו אויסלעשן די לעקטער, און דערנאך זיך געוואשן די הענט נאכאמאל,
ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק פארוואס ער לעשט נישט אויס די לעקטער נאך זייענדיג אינעווייניג, האט דער צדיק מיט תמימות געענטפערט, וויבאלד די סיבה פארוואס מען לעשט אויס די לעקטער, איז כדי צו מקיים זיין די מצוות פון בל תשחית, ווייל התורה חסה על ממונם של ישראל, קומט דאך אויס אז מען איז מקיים א מצווה, דערפאר וויל ער נישט מקיים זיין די מצווה פון אינעווייניג, וואס די פלאץ איז דאך א מקום טומאה, דערפאר גייט ער קודם ארויס, און נאכדעם לעשט ער אויס די לעקטער,
ביי חסידים האט מען געוואוסט אז די הכנה צום מצוה איז גרעסער.
די עבודה האט זיך אנגעפאנגן ווען זיי זענען געווען אין תפיסה אהן א ספר, אהן דעם יכולת צו מקיים זיין מצות מעשיות, ניטאמאל מצות בדיבור האבן זיי געקענט ווייל זיי זענען געווען שעות אונטערן פרייען הימל אהן א קאפעל, אין אומריינע פלעצער.
אז מ'קען נישט אויסרעדן דברים שבקדושה אהן א קאפעל, האבן זיי געקוקט אינעם רעקל ווי עס איז געווען אריינגעקריצט דעם נאמען אין ראשי תיבות (לכאו' כך. א.ז. און י.א.) זיי האבן געקוקט אויף די הייליגע אותיות פאר שעות ע"ג שעות.
(ברענגט מיר צוריק צום בעש"ט'ס מעשה ווען ער האט פארלוירן אלע מדריגות און געבעטן ר' גרשון ער זאל אהים דערמאנען די הייליגע אלף בית)
וכן דעם הייליגע ניגון נכספה וגם כלתה נפשי, האט ער פארפאסט בעפאר ר"ה מיט אזא בענקשאפט צו די הייליגע תקיעות וואס ער וועט נישט קענען מקיים זיין בפועל.
ערב שבת און מוצאי שבת פלעגן זיי אנצינדן א ציגרעטל (די מלאכות פון מבעיר ומכבה) כדי ס'זאל זיין א היכר אז מ'טוהט נישט קיין מלאכה אויף שבת. (ווייל קיין מלאכות אין תפיסה איז נישט אזוי שכיח)
אין סקולען איז דא אן הכנה תנועה (מ'זינגט עס אפאר מאל פרייטאג צו נאכט'ס בעפאר קידוש אין אנדערע פלעצער ביים זמירות, ביי ויהא רעוא, און חנוכה הארט בעפאר ויהי נועם.) מ'גרייט זיך מיטן תנועה צו טוהן א מצוה, זאגן פסוקים, וכדו'.
ר' ישראל אברהם זי"ע פלעגט זינגן א ריזנער ניגון בעפארן ליינען א קוויטל אלץ הכנה.
זכותם יגן עלינו