פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: מאנסי ניו יארק
x 518

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך גארנישט »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:04 am
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:47 am
► Show Spoiler
אייער טענה איז געווארן אדרעסירט דורך @נקודות טובות
איך וועל רעדן זייער אפן, און זאגן דעם אמת. לא על כבודי אני דורש, ס'איז פשוט נישט פראקטיש אזא אויפפירונג. ווען עס שרייבט זיך איין איינער, און ער זעהט אז איינער וואס האט איבער 1800 פאוסט אויף זיין רעקארד אויף א רעלאטיוו פרישע פארום זאגט אנדערש ווי דיר, איז נישט מער ווי נארמאל אים צו געבן די דיסענט הומען ריספעקט און לאזן זאגן אנדערש ווי דיין מיינונג. נאך דערצו אז יענער איז אקטיוו אויף א רעגלמעסיגע פארנעם זייט די גרינדונג פונעם פארום, און דו ביסט דא אך ורק פאר לב טהור. פליז ביהעיוו! אזא פראגע וואלט אין קיין פאל נישט געפרעגט געווארן דורך סיי וועלכע ניק וואס דרייט זיך שוין דא א לענגערע תקופה.
יתכן אז איך האב מיך נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט. איינער שיקט מיר אין אישי ווי פאלגענד.
אפי' איך האב נאכנישט קיין 1800 פאוסטס אויף מיין ניק וועל איך מיך קריגן מיט דיר איבער איין פוינט
א ניק מיט אסאך פאוסטס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט אלעס וואס זיי שרייבן
איך קען עלטערע אידן אין ביהמ''ד וואס ווייסן נישט בחייכון וביומייכון און איך קען אינגע מענטשן וואס ווייסן א געוואלד

ווייל זיי האבן ווייניגער פאוסטס מיינט נישט אז זייער אינפארמעישאן איז פאלש און זיי האבן פונקט אזא נאמנות ווי א שר שלושים אלף
מיין ענטפער.
ס'איז דא צוויי נקודות.

א גאסט דארף האבן א געוויסע איינגעהאלטנקייט ווען ער קומט אויף א פלאץ. אפגעזעהן צו ער איז קלוגער ווי יעדען איינעם אדער נישט. ביסט א גאסט? ביהעיוו! ווען איינער שרייבט זיך איין צו א פארום, איז פשוט נישט עטיש צו גלייך אריינטאנצן אין היציגע שמועסן. קודם כל דא זענען דא מענטשן וואס זענען שוין דא יארן, און עס איז נישט עטיש אלץ גאסט צו אטאקירן. צוויינטס סאיז נישט פראקטיש. דו ווילסט מענטשן זאלן דיר ריספעקטן? דו ווילסט מענטשן זאלן ווילן הערן דיין מיינונג? מיסט אים געבן א געוויסע ריספעקט.

צווייטענס, מיין פוינט איז נישט די צאל פאוסט, נאר אז ניטאמאל מאכט מען די טירחא צו נאכקקוקן וועמען מען אטאקירט. יענער האט דאך 1800 פאוסט, זיי מוחל מאך א סירטש און קוק זיין רעקארד. וואס איז די חשבון פון סתם אטאקירן רעכטס און לינקס? האסט געקוקט יענעמס רעקארד? יענער קוקט דיר אויס ווי א טראלל אדער גאר ווי א לב טהור'ניק? פליז!
אוועקגעשטעלט זייער שיינע כללים אבער פון ווי זאל איך זיי וויסן בשעת איך בין נאר אין לב טהור
להוי ידוע עס זענען דא סייטס וואס די שפראך איז אפעציעל שארף איינער צום צווייטן, נישט קיין נ''מ ווי ניי אדער אלט איך בין,
טאקע דערפאר טענה איך אז מען דארף סענסערן די ערשטע פאר פאסטס ווי אויכעט פארלאנגן א מינומים פון א וואך אדער צוויי פונעם זיך איינשרייבן ביזן קענען שרייבן אן א באשטעטיגונג פון פארדעם,
טאקע כדי ער זאל וויסן אט די כללים פון די שפראך דא אויפן סייט.

כ'האף מען האט מיך פארשטאנען, און אויב נישט וועל איך זיך פרייען צו מאכן קלארער.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2862
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6582

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מען קען קען נישט זאגן @גארנישט זאגט גארנישט. עפעס זאגט ער.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2005
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5657

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:11 pm
► Show Spoiler
אוועקגעשטעלט זייער שיינע כללים אבער פון ווי זאל איך זיי וויסן בשעת איך בין נאר אין לב טהור
להוי ידוע עס זענען דא סייטס וואס די שפראך איז אפעציעל שארף איינער צום צווייטן, נישט קיין נ''מ ווי ניי אדער אלט איך בין,
טאקע דערפאר טענה איך אז מען דארף סענסערן די ערשטע פאר פאסטס ווי אויכעט פארלאנגן א מינומים פון א וואך אדער צוויי פונעם זיך איינשרייבן ביזן קענען שרייבן אן א באשטעטיגונג פון פארדעם,
טאקע כדי ער זאל וויסן אט די כללים פון די שפראך דא אויפן סייט.

כ'האף מען האט מיך פארשטאנען, און אויב נישט וועל איך זיך פרייען צו מאכן קלארער.
העלוי מיי פרענד, וואס מאכט איר עפעס גוטס?

איך האב דיר חלילה נישט באשולדיגט. איך פארשטיי דיר זייער גוט. בשם כל הקהל הקודש טו איך אייך ריינוואשן פון יעדן זינד, כל זמן איר נעמט זיך פאר פון יעצט און ווייטער צו רעדן בכבוד חברים. הוא אשר דברתי, ווען מען דיסקאסירט א נושא וואס ווערט נישט אדרעסירט ערגעץ אנדערש ווערט תיכף אן אנלויפעניש פון פרישע ניקס וואס בלא יודעים געבן זיי א דריי אן א געוויסע לופט וואס איז נישט לפי רוח הפארום. עס איז א דבר פשוט, מען קומט אהער בלויז פאר איין נושא און מען דיסקאסירט נאר דאס, און מען כאפט זיך ניטאמאל אז די טעמע איז נאר אן אפצווייג פון א גרעסערע פארום. חלילה וחלילה באשולדיג איך נישט קיינעם ספעציפיש.

בנוגע דיין רעקאמענדאציע. איך בין שטארק פאר דעם. איך וואלט אויך געזאגט אז עס זאל זיין א געוויסע פארום וואס דארט קענען שרייבן נאר אזעלכע וואס ווערן עפראווד, און דארט זאל אריינגיין עני נושא וואס קען ברענגען pollution. קודם כל פארשפארט עס טראלעריי, מען דארף זיין אן עכטע טראלער צו עפענען א ניק, און שרייבן 40-50 זאכליכע פאוסט, און דערנאך אנהויבן שפילן מיט די נערווען פון מענטשן. צווייטענס, מאכט דאס ווי דו זאגסט אז מען זאל זיך צו ערשט באקענען מיט די פארום און איר אייגענארטיגקייט. דריטענס, והוא העיקר אז כדי א היציגע שמועס אדער דיבאטע זאל קענען פארן אן כסדר'דיגע מעקערייען, דארף מען צום ערשט זיכער מאכן אז נאר אזעלכע וואס זענען אומשטאנד צו פירן ערוואקסענע דיבאטעס נעמען א טייל.

עני וועי, איך מיין מען האט שוין גענוג גערעדט פון די נושא. אין מיינע אויגן איז שוין צייט צו גיין ווייטער. ב"ה איז געווארן א שינוי לטובה. ולשבחם יאמר די חשובע מנהל @ווירקליך פארן זיין דער קופץ בראש. ולחבירו לדבר מצווה ה"ה @אסמכתא בעלמא וואס האט שווער געארבעט צו אוועקשטעלן א נייע סיירין סיסטעם צו אויפכאפן פראבלעמען אין פריע שטאפלען. און אזוי אויך פאר אלע אנדערע חברי ההנהלה וואס האבן זיך נישט געמאלדן ברבים. ועל כולם די חשובע חברים וידידים דא כל אחד בניקו הטוב, וואס טוהן כל מה שביכלתם להצלחה פונעם פארום.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1270
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 2047

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך הדסים »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 10:04 am
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:47 am
► Show Spoiler
אייער טענה איז געווארן אדרעסירט דורך @נקודות טובות
יתכן אז איך האב מיך נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט. איינער שיקט מיר אין אישי ווי פאלגענד.
אפי' איך האב נאכנישט קיין 1800 פאוסטס אויף מיין ניק וועל איך מיך קריגן מיט דיר איבער איין פוינט
א ניק מיט אסאך פאוסטס מיינט נישט אז זיי זענען גערעכט מיט אלעס וואס זיי שרייבן
איך קען עלטערע אידן אין ביהמ''ד וואס ווייסן נישט בחייכון וביומייכון און איך קען אינגע מענטשן וואס ווייסן א געוואלד

ווייל זיי האבן ווייניגער פאוסטס מיינט נישט אז זייער אינפארמעישאן איז פאלש און זיי האבן פונקט אזא נאמנות ווי א שר שלושים אלף
מיין ענטפער.
ס'איז דא צוויי נקודות.

א גאסט דארף האבן א געוויסע איינגעהאלטנקייט ווען ער קומט אויף א פלאץ. אפגעזעהן צו ער איז קלוגער ווי יעדען איינעם אדער נישט. ביסט א גאסט? ביהעיוו! ווען איינער שרייבט זיך איין צו א פארום, איז פשוט נישט עטיש צו גלייך אריינטאנצן אין היציגע שמועסן. קודם כל דא זענען דא מענטשן וואס זענען שוין דא יארן, און עס איז נישט עטיש אלץ גאסט צו אטאקירן. צוויינטס סאיז נישט פראקטיש. דו ווילסט מענטשן זאלן דיר ריספעקטן? דו ווילסט מענטשן זאלן ווילן הערן דיין מיינונג? מיסט אים געבן א געוויסע ריספעקט.

צווייטענס, מיין פוינט איז נישט די צאל פאוסט, נאר אז ניטאמאל מאכט מען די טירחא צו נאכקקוקן וועמען מען אטאקירט. יענער האט דאך 1800 פאוסט, זיי מוחל מאך א סירטש און קוק זיין רעקארד. וואס איז די חשבון פון סתם אטאקירן רעכטס און לינקס? האסט געקוקט יענעמס רעקארד? יענער קוקט דיר אויס ווי א טראלל אדער גאר ווי א לב טהור'ניק? פליז!
אוועקגעשטעלט זייער שיינע כללים אבער פון ווי זאל איך זיי וויסן בשעת איך בין נאר אין לב טהור
להוי ידוע עס זענען דא סייטס וואס די שפראך איז אפעציעל שארף איינער צום צווייטן, נישט קיין נ''מ ווי ניי אדער אלט איך בין,
טאקע דערפאר טענה איך אז מען דארף סענסערן די ערשטע פאר פאסטס ווי אויכעט פארלאנגן א מינומים פון א וואך אדער צוויי פונעם זיך איינשרייבן ביזן קענען שרייבן אן א באשטעטיגונג פון פארדעם,
טאקע כדי ער זאל וויסן אט די כללים פון די שפראך דא אויפן סייט.

כ'האף מען האט מיך פארשטאנען, און אויב נישט וועל איך זיך פרייען צו מאכן קלארער.
מ'דארף גארנישט וויסן,
פונקט ווי ווען איר קומט אריין ביי א צווייטן אינדערהיים אדער ווען איר זענט א פרעמדער אין ביהמ"ד איז דא א געוויסע איינגעהאלטנקייט ביז מ'קען זיך אויס מיט די מנהגים וכדו'
און מ'דארף נישט פארדעם קיין תקנות יעדער בר דעת פארשטייט דאס,
הוא הדין אויף א נייער סייט איידער איר טוט סיי וועלכע זאך קוקט זיך אביסל ארום, והוא פשוט.
כאפ א בליק אויף ווען איך האב מיך איינגעשריבן וועסטו זען אז איך בין דיר נישט מוכיח ווייל כ'בין אינעם זעלבן שיפל... איך בין בס"ה מסביר זיין נקודה (טובה).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4402
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13660

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

שמח האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:49 pm
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 8:38 pm אקעי, מיין קאפ שווינדלט [נישט].

ס'איז מיר יעצט איינגעפאלן א טעאריע, ס'איז גראדע נישט קיין נייער אין מיין קאפ, אבער יעצט איז מיר עס ווידער ארויפגעקומען אין געדאנק.

נעמליך, אז @פופציגער @שמח @איד וכו'... מיט @נקודות טובות @מסתמא וכו'... מיט @וואוילער @שאינו יודע לשאול וכו'... מיט @דער תהלים איד וכו'... מיט ... וכו' וכו' וכו', זענען גאר דער זעלבער מענטש.


אקעי, דו מוזט נישט שרייען יעצט, אקעי?

א טייל דערפון איז זיכער אמת.
איינער האט מיר שוין אמאל צאמגעשטעלט מיט @פופצי, כ'מיין ס'איז געווען @מיילעך פריילעך.

אגב, @מיילעך פריילעך איך קוק נאך באמת ארויס אויף דיין באשרייבונג מיט אן אבזערוואציע איבער מיר.
😎
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4082
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5291

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שמח »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 8:20 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 11:49 pm
שינאווער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 8:38 pm אקעי, מיין קאפ שווינדלט [נישט].

ס'איז מיר יעצט איינגעפאלן א טעאריע, ס'איז גראדע נישט קיין נייער אין מיין קאפ, אבער יעצט איז מיר עס ווידער ארויפגעקומען אין געדאנק.

נעמליך, אז @פופציגער @שמח @איד וכו'... מיט @נקודות טובות @מסתמא וכו'... מיט @וואוילער @שאינו יודע לשאול וכו'... מיט @דער תהלים איד וכו'... מיט ... וכו' וכו' וכו', זענען גאר דער זעלבער מענטש.


אקעי, דו מוזט נישט שרייען יעצט, אקעי?

א טייל דערפון איז זיכער אמת.
איינער האט מיר שוין אמאל צאמגעשטעלט מיט @פופצי, כ'מיין ס'איז געווען @מיילעך פריילעך.

אגב, @מיילעך פריילעך איך קוק נאך באמת ארויס אויף דיין באשרייבונג מיט אן אבזערוואציע איבער מיר.
😎
מ'קען רעדן פון חול המועד?...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2039
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2460

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 9:31 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:17 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 2:09 pm @שאינו יודע לשאול וואס האלט איר?

איך וועל אי"ה נאך פסח פראבירן אנצוהויבן שרייבן נאכאמאל, און @פופציגער גייט אויך פראבירן. און אזוי אויך אלע אנדערע ניקים וואס פלעגן דא פארברענגן געשמאק. אבער ווי לאנג די שמוציגע טעמעס טאלערירן אלעס, איז פשוט נישט מעגליך. ווען מיין ביהמ"S האט א סוער בעק אפ און טאלערירט עס, זוך איך מיר א צווייטן ביהמ"ד אויף דערווייל. קיינער זוכט זיך נישט צו דרייען אין א פלאץ וואס שטינקט...

Make yidtish great again!!!
מיר ווארטן מיט שפאנוג
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3091
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9170

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך פופציגער »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:51 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 9:31 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:17 pm

איך וועל אי"ה נאך פסח פראבירן אנצוהויבן שרייבן נאכאמאל, און @פופציגער גייט אויך פראבירן. און אזוי אויך אלע אנדערע ניקים וואס פלעגן דא פארברענגן געשמאק. אבער ווי לאנג די שמוציגע טעמעס טאלערירן אלעס, איז פשוט נישט מעגליך. ווען מיין ביהמ"S האט א סוער בעק אפ און טאלערירט עס, זוך איך מיר א צווייטן ביהמ"ד אויף דערווייל. קיינער זוכט זיך נישט צו דרייען אין א פלאץ וואס שטינקט...

Make yidtish great again!!!
מיר ווארטן מיט שפאנוג
העי העי, איך האב געהאלטן (זיין) ווארט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2039
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2460

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שבת קודש »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:54 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:51 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2025 9:31 am


איך וועל אי"ה נאך פסח פראבירן אנצוהויבן שרייבן נאכאמאל, און @פופציגער גייט אויך פראבירן. און אזוי אויך אלע אנדערע ניקים וואס פלעגן דא פארברענגן געשמאק. אבער ווי לאנג די שמוציגע טעמעס טאלערירן אלעס, איז פשוט נישט מעגליך. ווען מיין ביהמ"S האט א סוער בעק אפ און טאלערירט עס, זוך איך מיר א צווייטן ביהמ"ד אויף דערווייל. קיינער זוכט זיך נישט צו דרייען אין א פלאץ וואס שטינקט...

Make yidtish great again!!!
מיר ווארטן מיט שפאנוג
העי העי, איך האב געהאלטן (זיין) ווארט...
יעצט כאפ איך אז ער מיינט לכאורה פסח שני...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5102
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 16344

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2025 10:17 pm
אפגעזען וואס די הנהלה דארף טון, גלייב איך אז די בעסטע וועג וויאזוי אונז קענען טאקע צוריקבאקומען אונזער געשמאקע ווינקל, איז, נישט צו ווערן אינוואלווד אין דעם שמוץ, דוקא יא עפענען נייע אינטערסאנטע אשכולות, @נקודות טובות זאל אהערשטעלן א שפיץ גאפל, @פופציגער א זונטאג ארטיקל, וכו'.
יעססס! דערוילעם רופט זיך אן ווארעם!

@נקודות טובות האט דעליווערט א שיין שטיקל איבער נאציאנאלע חובות, א טעמע וואס איך האב קיינמאל פארשטאנען. [טאקע נישט קיין גאפל, אבער א הערליך אינפארמאטיווע פיעס] און @פופציגער האט דעליווערט א זונטאג-שחל-במאנטאג מעסטער פיעס!

דיס איז האו יו דו איט! אונז נעמען צוריק אונזער סייט, כה לחי!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 732
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 1133

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך חלום חלמתי »

וואה, אנשטאט א אנאנימע טריקענע אישי אז מיין תגובה איז פארמעקט מיט א אטאקע צו די זייט, באקום אין א פריוואטע מעסידזש פון א חשובע אחראי וואס שעמט זיך נישט מיט זיין נאמען, און זאגט מיר פארוואס ער האט פארמעקט א פאוסט.
(ער האט געדארפט מעקן אסאך נעכטן.)

כפרעג אים איבער פילייכט האט איר געמאכט א טעות ווייל דא איז נישט דא די פראבלעם וואס איר רעדט פון?

ריפלייט ער גלייך, גערעכט כ'שטעל עס צוריק.

ווי שיין און צו האנדלען מיט נארמאלע קאמיוניקאציע!
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 231

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך לעכטיג »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 12:17 pm וואה, אנשטאט א אנאנימע טריקענע אישי אז מיין תגובה איז פארמעקט מיט א אטאקע צו די זייט, באקום אין א פריוואטע מעסידזש פון א חשובע אחראי וואס שעמט זיך נישט מיט זיין נאמען, און זאגט מיר פארוואס ער האט פארמעקט א פאוסט.
(ער האט געדארפט מעקן אסאך נעכטן.)

כפרעג אים איבער פילייכט האט איר געמאכט א טעות ווייל דא איז נישט דא די פראבלעם וואס איר רעדט פון?

ריפלייט ער גלייך, גערעכט כ'שטעל עס צוריק.

ווי שיין און צו האנדלען מיט נארמאלע קאמיוניקאציע!
יישר כח פאר די אנערקענונג

איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס די נושא איז געווען. איך געדענק נאר אז כ'בין צו שנעל געשפרינגען צו קאנקלודזשענס קומענדיג פון א גאר פארנומענע טאג ביי די ארבעט און מעקן אסאך פאוסטס וואס האבן זיך באצויגן צו געמעקטע

מיט אזעלכע שרייבערס ווי דיר איז א פלעדזשור די ארבעט צו האלטן דעם פלאץ ריין
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 231

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך לעכטיג »

אמר"ש וויל איך נאכאמאל דערמאנען דעם עולם צו באריכטן סיי וועלכע פאוסט וואס קומט נישט נאך די סטאנדארטן דא

די חברי מערכת דא קומען נישט אייביג אן צו יעדע טעמע (רוב חברי מערכת שטייען נאטורליך אוועק פון שטארק היציגע טעמעס און אויב מאכט זיך אז איין חבר וועט האבן א פערזענליכע שייכות מיט א טעמע וועט ער נישט וועלן אז זיין פערזענליכע מיינונג זאל אויסקלאפן אויף זיינע באשלוסן און וועט געווענליך נישט מעקן אדער ווארענען אין אזא טעמע)

דערפאר פעלט זיך אויס אז יעדער זאל אליינס טוהן צו דער זאך און באריכטן סיי וואס מ'האלט אז ס'איז נישט ריכטיג


אמר"ש פון באריכטן, ס'איז נישט גרינג צו ענטפערן אויף א באריכט, נישט אז ס'איז גאר שווער נאר עס פאדערט אביסעלע ארבעט

דערפאר וועלן מיר (עכ"פ איך) געווענליך נישט פרעגן דער באריכטער וואס ער האט געמיינט

אע"כ. אויב ווילט איר אז דער וואס זעהט אייער באריכט זאל זיך דערצו באציען מיט אן ערנסטקייט שרייבט אריין אין דעם קעסטל אין קורצן וואס די פראבלעם איז מיט יענעם פאוסט

רוב חברי מערכת טונקען זיך נישט אין אלע היימישע פאליטיקס ב"ה און וועלן אפט נישט וויסן וואס די לעצטיגע טרענד איז. אויב שרייבט מען נישט קלאר ווייסט מען נישט
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5880

Re: אפענער שמועס איבער דער צענזור פון אידטיש

פאוסט דורך ווער »

פארוואס האט מען מיר געמעקט אין לט אשכול?
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 231

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך לעכטיג »

ווער האט געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2025 12:35 pm פארוואס האט מען מיר געמעקט אין לט אשכול?
בילדער פון פריוואטע מענטשן באלאנגען נישט דא

מען גייט אי"ה בקרוב ארויסקומען מיט קלארע גיידליינס (רח"ל) איבער די בילדער

און איך בעט דיר איבער דא ברבים פאר דיר מצער זיין
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 853
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1528

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

טייערע אידן, מיר האבן די וואך ארויסגעפירט א טעמע איבער א געוויסן אדמו”ר וועמענס יארצייט עס איז יעצט געווען.

אונזער פלאטפארמע איז נישט קיין מקום צו כשר’ן קיין מפוקפק’דיגע פערזענליכקייטן.

וכן: אונזער פלאטפארמע נישט קיין מקום אראפצורייסן פערזענליכקייטן. דאס איז אונזער קלארע פרינציפ.

ווען מען ערלויבט צו אויסשמועסן פאקטן זייענדיג רואיג אז דא קענען נאר שרייבן מענטשליכע אידן מיט שכל, איז עס אויך נאר פאליטישע און פאקטישע געשעענישן וכדומה, נישט קיין מענטשן ח"ו. מעגליך אז די אויסנאם פון לב טהור האט מטשטש געווען די גבולות און האט געברענגט א טעות ביי מענטשן אז דא איז א פלאץ פאר מצוה הבאה בעבירה... ח"ו. מיר מוזן עס צוריקשטעלן.

ביטע נישט נוצן דאס פלאץ צו אראפרייסן קיין שום איד, וכן נישט כשר’ן סיי וואס איז מפוקפק ביי קרייזן פון כלל ישראל.

מיר קענען שמועסן און דעבאטירן ’נושאים’ נישט קיין מענטשן. ביטע האלטן די שמועסן ווי עס פאסט פאר אידטיש. שאלות כענין ותשובות כהלכה, אינטערעסאנטע און נוטראלע נושאים. די וועלט איז גענוג גרויס, ממוז זיך נישט זוכן צו טרעטן אויף א פאס פולווער. לאמיר געדענקען אז כולנו בני איש אחד נחנו, מיר האבן איין באשעפער און א פאראייניגטע תורה און עס איז פארהאנען גענוג זאכן צו רעדן וועלכע גייען נישט פירן צו קיין מחלוקת, לשון הרע און שברון לב. לאמיר שרייבן אידטיש’דיג.

יישר כח אלע חברים ביים טיש.
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 526
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 669

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

כ'בין סתם נייגעריג פארוואס מ'האט מיך געמעקט היינט, כ'האב געשריבן זייער א נארמאלע זאך, אפילו אויף אייוועלט וואלט עס געבליבן.
חצקל משמש
חבר המערכת
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:00 pm
x 184

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך חצקל משמש »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:35 pm כ'בין סתם נייגעריג פארוואס מ'האט מיך געמעקט היינט, כ'האב געשריבן זייער א נארמאלע זאך, אפילו אויף אייוועלט וואלט עס געבליבן.
דו האסט גערעדט וועגן א רעקארדירונג וואס איז פארשפרייט געווארן בגניבה פון א פריוואטער יחיד. עס האט בשעתו יענעם זייער ווייגעטון פערזענליך, און מיר גלייבן נישט אז איר האלט אז ס'איז פאסיג דאס צו אויפברענגען נאכאמאל.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 667
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 593

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך תינוק הבורח »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:07 pm טייערע אידן, מיר האבן די וואך ארויסגעפירט א טעמע איבער א געוויסן אדמו”ר וועמענס יארצייט עס איז יעצט געווען.

אונזער פלאטפארמע איז נישט קיין מקום צו כשר’ן קיין מפוקפק’דיגע פערזענליכקייטן.

וכן: אונזער פלאטפארמע נישט קיין מקום אראפצורייסן פערזענליכקייטן. דאס איז אונזער קלארע פרינציפ.

ווען מען ערלויבט צו אויסשמועסן פאקטן זייענדיג רואיג אז דא קענען נאר שרייבן מענטשליכע אידן מיט שכל, איז עס אויך נאר פאליטישע און פאקטישע געשעענישן וכדומה, נישט קיין מענטשן ח"ו. מעגליך אז די אויסנאם פון לב טהור האט מטשטש געווען די גבולות און האט געברענגט א טעות ביי מענטשן אז דא איז א פלאץ פאר מצוה הבאה בעבירה... ח"ו. מיר מוזן עס צוריקשטעלן.

ביטע נישט נוצן דאס פלאץ צו אראפרייסן קיין שום איד, וכן נישט כשר’ן סיי וואס איז מפוקפק ביי קרייזן פון כלל ישראל.

מיר קענען שמועסן און דעבאטירן ’נושאים’ נישט קיין מענטשן. ביטע האלטן די שמועסן ווי עס פאסט פאר אידטיש. שאלות כענין ותשובות כהלכה, אינטערעסאנטע און נוטראלע נושאים. די וועלט איז גענוג גרויס, ממוז זיך נישט זוכן צו טרעטן אויף א פאס פולווער. לאמיר געדענקען אז כולנו בני איש אחד נחנו, מיר האבן איין באשעפער און א פאראייניגטע תורה און עס איז פארהאנען גענוג זאכן צו רעדן וועלכע גייען נישט פירן צו קיין מחלוקת, לשון הרע און שברון לב. לאמיר שרייבן אידטיש’דיג.

יישר כח אלע חברים ביים טיש.
וועלכער אדמו"ר איז נישט מפוקפק אין געוויסע קרייזן פון כלל ישראל?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 732
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 1133

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אויב עדיטן מיינע פאוסטס זאל מען שוין אריינלייגן מער טיטלען.

דאס מאל האבעך פארגרינגערט דעם אחראי
viewtopic.php?p=186135#p186135
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 526
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 669

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

חצקל משמש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:59 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:35 pm כ'בין סתם נייגעריג פארוואס מ'האט מיך געמעקט היינט, כ'האב געשריבן זייער א נארמאלע זאך, אפילו אויף אייוועלט וואלט עס געבליבן.
דו האסט גערעדט וועגן א רעקארדירונג וואס איז פארשפרייט געווארן בגניבה פון א פריוואטער יחיד. עס האט בשעתו יענעם זייער ווייגעטון פערזענליך, און מיר גלייבן נישט אז איר האלט אז ס'איז פאסיג דאס צו אויפברענגען נאכאמאל.
איך האב גערעדט פון א הוראה וואס איז געגעבן געווארן, וואס מען קען צופעליג אויך הערן אויף א רעקארדינג.
דער יחיד האט אליינס מפרסם עטליכע בריוון בשייכות מיט יענעם ריקארדינג, און איך האב בכלל נישט אויפגעברענגט די קאנטראווערסיאלע חלק שבו. סיידן אז ער האט פערזענליך געבעטן מ'זאל עס אראפנעמען, זע איך נישט וואס עס ברענט אזוי אראפצונעמען.
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 822

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 7:01 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:07 pm טייערע אידן, מיר האבן די וואך ארויסגעפירט א טעמע איבער א געוויסן אדמו”ר וועמענס יארצייט עס איז יעצט געווען.

אונזער פלאטפארמע איז נישט קיין מקום צו כשר’ן קיין מפוקפק’דיגע פערזענליכקייטן.

וכן: אונזער פלאטפארמע נישט קיין מקום אראפצורייסן פערזענליכקייטן. דאס איז אונזער קלארע פרינציפ.

ווען מען ערלויבט צו אויסשמועסן פאקטן זייענדיג רואיג אז דא קענען נאר שרייבן מענטשליכע אידן מיט שכל, איז עס אויך נאר פאליטישע און פאקטישע געשעענישן וכדומה, נישט קיין מענטשן ח"ו. מעגליך אז די אויסנאם פון לב טהור האט מטשטש געווען די גבולות און האט געברענגט א טעות ביי מענטשן אז דא איז א פלאץ פאר מצוה הבאה בעבירה... ח"ו. מיר מוזן עס צוריקשטעלן.

ביטע נישט נוצן דאס פלאץ צו אראפרייסן קיין שום איד, וכן נישט כשר’ן סיי וואס איז מפוקפק ביי קרייזן פון כלל ישראל.

מיר קענען שמועסן און דעבאטירן ’נושאים’ נישט קיין מענטשן. ביטע האלטן די שמועסן ווי עס פאסט פאר אידטיש. שאלות כענין ותשובות כהלכה, אינטערעסאנטע און נוטראלע נושאים. די וועלט איז גענוג גרויס, ממוז זיך נישט זוכן צו טרעטן אויף א פאס פולווער. לאמיר געדענקען אז כולנו בני איש אחד נחנו, מיר האבן איין באשעפער און א פאראייניגטע תורה און עס איז פארהאנען גענוג זאכן צו רעדן וועלכע גייען נישט פירן צו קיין מחלוקת, לשון הרע און שברון לב. לאמיר שרייבן אידטיש’דיג.

יישר כח אלע חברים ביים טיש.
וועלכער אדמו"ר איז נישט מפוקפק אין געוויסע קרייזן פון כלל ישראל?
מ'טאר טאקע נישט ארום רעדן פרעזענליך איבער קיינעם!
טלית
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:14 am
x 103

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך טלית »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:07 pm טייערע אידן, מיר האבן די וואך ארויסגעפירט א טעמע איבער א געוויסן אדמו”ר וועמענס יארצייט עס איז יעצט געווען.

אונזער פלאטפארמע איז נישט קיין מקום צו כשר’ן קיין מפוקפק’דיגע פערזענליכקייטן.

@אסמכתא בעלמא, די נושא איז טאקע דאס צו ער איז מפוקפק’דיג, ממילא וואס איז שייך אים צו כשר'ן?

פארוואס זאל מען נישט קענען אויסשמועסן די צדדים, און אפשר וועט עס זיין בבחינת להצדיק הצדיק דמעיקרא?
קדוש ישראל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
אוועיטער
ChatGPT
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 106

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך ChatGPT »

נאך א טעמע איז נעלם געווארן היינט\נעכטן? דעת קדשו פונעם בריסקער רב -- כקען עס נישט טרעפן
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 82
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 88

Re: פראגן און שמועסן איבער צענזור אויף אידטיש

פאוסט דורך אהרן זאב »

וועם קען מען פרעגן פארוואס מיין תגובה איז געמעקט געווארן?

סאיז געווען א לאנגע תגובה, און געשריבן זייער איידל.
שרייב פאוסט