וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי איז א ניק וואס האט זיך איינגעשריבן אין אידטיש בערך צוויי יאר צוריק, עטליכע חדשים נאך די גרינדונג. ער האט גלייך געשמעקט אז א פרישע זייטל האט מורא'דיגע מעלות, אבער היות ער האלט זיך נישט פאר קיין שרייבער האט ער הנאה געהאט צו לייקן און ליינען, איינמאל א וואך בערך פלעגט ער אריינטשעקן און זעהן וואס פופציגער האט געשריבן, וואס פליט האט דערציילט, מיילעך פרייליך האט באריכטעט, ס'האט זיך געלעבט א באשיידענע רואיגע בעטעמטע לעבן.

מיט א דריי פערטל יאר צוריק בערך, חלמתי קומט ארויף און ער הייבט אן זעהן אז דאס פלאץ איז נישט די זעלבע. די גארבידש רינט איבער און קיינער טראגט עס נישט ארויס, די קאווע גלעזלעך בלייבט ליגן אויף די טישן און סקוקט אפילו אויס ווי די אנוועזנדע גלייכן עס, די מודעות אויף די וואנט ווערן נישט געטוישט, אבער די קופקעס שרייען מיט קולי קולות עפעס וואס מען האט קיינמאל נישט געזען דא.
  • חלמתי האט זיך געפילט אביסל אינדרויסן, וואס גייט פאר? וואס שרייט מען? פרעגט ער איינעם.
    האסט נישט געהערט?! ס'איז דא עפעס א פרשה יעצט. אונז קענען שיינען!!! פון אינזער היכל הביהמ"ד גייט מען אנפירן די קאמאנד צענטער!! אינז גייען ווערן העלדן!!!

    אקעי, אבער וואס טוט זיך מיט די דעילי בעיסעס. זעסט נישט די אלע גמרות דארט וואס מען דארף נאך בינדן?!
    ס'גוט, נעקסט. האלאו לאמיר שרייען פוי.
קעי, די עולם קוקט אויס זייער עקסיידעט, לאמיר נישט שטערן די שמחה. און חלמתי באשליסט אז מען וועט פרובירן א צווייטע מאל.
ס'גייט דורך עטליכע חדשים און די מצב קוקט אויס ווי די פרויען זאל ביי מצוה טאנץ. ילדים שיסן בלומען און בענקלעך, א יונגל האט געכאפט א מייק און ער שרייט נארישע ווערטער, איינער טאנצט אינדערמיטן און שפריצט סעלצער אויף אלע טישן. בושות. חלמתי באשליסט אז ער מיז עפעס טון. אויב קיינער וויל נישט אויסרופן די עליות וועט ער עס טון. ער דיסיידעט אז אויב קיינער וויל נישט אפדעיטן די לוח המודעות - חוץ א געטרייע מיטגליד וואס פלעגט ברענגען די גליונות פון א דערנעבנדיגע שול - וועט ער עס טון. און והנה. חלמתי נייעס טרעגער.

ס'איז דורך א חודש, און א צווייטע, חלמתי פרובירט זיין בעסטע, און ער כאפט זיך ארויס זיין וויזיע אין א טעמע
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 3:05 pm לעב טהור טעמע ביסטו גערעכט. און די עצה איז צו האלטן אקטיוו אלע אנדערע טעמעס ביז דער אורחישע טעמע וועט אוועקפארן גענוג ווייט...
ער האט נישט געגלייבט וועלכע קאנע ער האט געעפענט.

יענע נאכט באקומט ער א פריוואטע בריוול פון איינע פון די לייבן, מייסדים, ראשי קהילה, וואס שרייבט אים אזוי (נעמען פארמעקט)
► Show Spoiler
און חלמתי איז דיסעפוינטעט.
יא ער גייט ווייטער פרובירן צו ארויסהעלפן, ספעציעל ווען אין די לעצטע טעג זעהט מען שוין @פליט און @שאינו יודע לשאול זענען צוריק אינדערהיים! אבער ער וויל הערן פון די הנהלה.

ביז ווען איז די פלאן דעיס זאל אנגיין?
האט אידטיש א צוקונפט?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2763
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8552

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך קוק כמעט נישט דארט, איך בין זיך מחי' מיט אלע זאפטיגע שרייבערלעך, ב"ה עס איז ביזיביזיביזיסיזן, אבער דאס ביסל וואס איז יא דא צייט בין איך זיך מחי' דא.

וואס עס אינטערעסירט מיך נישט עפן איך נישט, און איך האק א לעבן ב"ה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 249

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך צולייגער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 12:16 am איך קוק כמעט נישט דארט, איך בין זיך מחי' מיט אלע זאפטיגע שרייבערלעך, ב"ה עס איז ביזיביזיביזיסיזן, אבער דאס ביסל וואס איז יא דא צייט בין איך זיך מחי' דא.

וואס עס אינטערעסירט מיך נישט עפן איך נישט, און איך האק א לעבן ב"ה.
מצטרף מאה אחוז
הגם כ'ווייס נישט אויב כ'בין פון די גוטע אדער פון די פוי פוי יאמר..., די טעמע איז א קאנע פון ווערים עט בעסט, כ'עפן עס כמעט נישט. די נהפוך הוא מיט די קללות און ברכות בשער בת רבים האט מיר געגעבן דעם לעצטן שטופ צו אנקוקן די גאנצע טעמע ווי עפעס וואס איז פריוואטע חשבונות צווישן משפחות לבית אבותם, און עסקנים למיניהם, ריספעקטעוולי, און אינטערסירט מיר ווי פאראיעריגע שניי.

ס'איז נאריש (סארי, כ'מיין נישט פערזענליך) צו מוזן עפענען יעדע אשכול. לאז יענעם בלעבלען און בלעזלען, און ווי קען אלל מאוו אָן.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך Think and Thank »

עטס כאפטס נישט וואס @חלום חלמתי זאגט. ער ברענגט ארויס אז די לב טהור טעמע האט אהערגעברענגט מענטשן וואס וואלטן נישט אהערגעקומען, באלאנגען נישט אהער און שטעלן זיך נישט צו צו די היגע מנהגים נאר פירן זיך ווי מען פירט זיך ביי זיי אינדערהיים און חזר'ן אן די גאנצע וועבסייט - נישט נאר די לב טהור טעמע נאר אומעטום.

סאו לב טהור איז טאקע די שורש פונ'ם פראבלעם, אבער עס האט זיך שוין איבערגעגאסן צו אלע אנדערע טעמעס, ועל זה ידוו הדוים.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 512

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

Think and Thank האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 12:51 am עטס כאפטס נישט וואס @חלום חלמתי זאגט. ער ברענגט ארויס אז די לב טהור טעמע האט אהערגעברענגט מענטשן וואס וואלטן נישט אהערגעקומען, באלאנגען נישט אהער און שטעלן זיך נישט צו צו די היגע מנהגים נאר פירן זיך ווי מען פירט זיך ביי זיי אינדערהיים און חזר'ן אן די גאנצע וועבסייט - נישט נאר די לב טהור טעמע נאר אומעטום.

און וואס איז מיט אזיל רעכטן פאר אימיגראנטן פון אנדערע לענדער? ראסיזם!

פארגעס נישט אז ענק אליין זענען געווען אימיגראנטן, די גאנצע אידטיש איז געווארן געגרינדעט דורך אימיגראנטן!

דאס איז די שיינקייט פון אידטיש אז עס קומען זיך דא צוזאם דריעמער''ס (חלום'ערס) פון פלעצער ווי זיי ווערן באדראעט און זיי מאכן שיין דאס ארט

און די וואנט וואס ענק ווילן בויען? כא כא כא! עס גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן! און עס גייט נאר שאטן!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:01 am

יעדער איז וועלקאם אזוי לאנג ווי מען שטעלט זיך צו

און דא רעדט מען נישט פון פארטרייבן ניקס, מען רעדט פון צומאכן א סוער בעקאפ
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 512

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:10 am

ביי אונז אין חב''ד (מיט די אקצענט הידוע) האט מען געוויסט אז "מען שטאפט אים אן מיט אזויפיל גוטס און חכמה בינה דעת אז די רע גייט פון זיך אליינס אוועק"

אז די אלטגעזעסענע אידטיש שרייבערס און באריכטערס וועלן אנפילן דעם פלאטפארמע מיט אזוי פיל אור, און זיין די ראל מאדעל פאר די אינגע, אומרייפע, פרישע באנוצער - וועט די חשכות ממילא ווערן פארוואסערט! פול אים אן מיט גוטס, ווייז אים די שיינקייט פון די ריכטיגע וועג, וועלן אונז עס אליינס ווילן נאכטון!

שאל אביך ויגדך, זקניך ויאמרו לך
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1474

פאוסט דורך יאנטשי »

האסט ווייטער נישט געענטפערט אויף זיין לעצטע שורה.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:17 am

ליינדזשע ביטע איבער מיין ערשטע תגובה אין דעם טעמע. אויך די ספוילער.
פילייכט האט איר פארפעלט די נקודה וואס מען איז דא דן
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 512

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

כאפט א בליק אויף יענעם נושא, וועט איר זען אז דער טעמע שנארכעט אויף כוחות...

עפעס א השפעה האסטו שוין געהאט זעט אויס
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 1:43 am כאפט א בליק אויף יענעם נושא, וועט איר זען אז דער טעמע שנארכעט אויף כוחות...

עפעס א השפעה האסטו שוין געהאט זעט אויס
איך ארבעט אווער טיים...

אבער דעיס איז מיין עיקר פראבלעם (עיקר שכחתי) נישטא קיין רעלעוואנטע נייעס דארט. פארוואס איז דעיס נאך אפן?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6685

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך וואוילער »

כ'קען נישט פארשטיין וואס גייט איינעם אן אז יענץ איז אפן, קאנסידער עס ווי א צווייטער וועבזייטל.

וואס יא, 2 זאכן, איינס איז א געוויסע שמוץ קלעבט זיך אן איבעראל (וואס האט מיך שוין געשטערט מיט די אלע קרית יואל, בלומינגעראוו, בלומינגבורג, דירות, וכו' טעמעס), צווייטנס אז די שטותים ווערן אביסל צו זאך אז די גוטע חלקים ווערן פארלוירן און פארלירן פאוקעס, וואס דאס איז א שטארקע חסרון פאר די וואס האבן געגליכן א רואיג שטילע זייטל.

איך אפעליר צו יעדער וואס איז דא זאל באריכטן און אריינשיקן דירעקט צו די הנהלה ווען מ'שפירט אז איינער דארף צוריקגיין פון וואו ער קומט, און שלום על ישראל-טיש.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3977
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6685

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך וואוילער »

אז מ'רעדט שוין באמערק איך יעצט דיין אינטערשריפט ״נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס״
כ'וועל דיר זאגן וואס איז געשעהן מיט מיין נייעס ליינען, איך פלעג זייער הנאה האבן פון די קורצע און צומאל לענגערע נייעסלעך אין געוויסע טעמעס, און א שטיק צייט צוריק איז איינער צוויי אריינגעקומען מיט צענליגע פאוסטס מיט קאפי-פעיסט אויסזעהנדע נייעס, כ'ווייס נישט פון וואו ס'קומט, אבער ס'איז עפעס שרעקליך באורינג צו ליינען, אלעס קוקט אויס די זעלבע, מיט א טריקענע שפראך, זייט דעמאלטס איז די נייעס טעמעס נישט געעפנט געווארן.
יעצט וועל'ך פרובירן נאכאמאהל, ווייל כ'זעה דיין אינטערשריפט!

ייש״כ

הק' וואוילער, פון די ערשטע אידן ביים טישל.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1474

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך יאנטשי »

@וואוילער, פראביר אויס די נייעס טעמע פאר אפאר טעג, הנאה גאראנטירט. @חלום לייגט אראפ נייעס מיט א גאר געשמאקן ספייס, און אלעמאל צום זאך.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1796
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3181

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך הדסים »

נאכאמאזעל האסט אויסגעמעקט די נעמען...

כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אנהייב פון דער מערכה (קעגן דער טעמע); א ניק וואס שרייבט היציג זאל פארלירן רשות כתיבה אין יענער טעמע.

אבער אודה ולא אבוש, שמעוני שמעוני חנוני חנוני כי שגגה יצאה מלפני שעברתי על דברי חברי, לא שמעתי לקול @נקודות טובות בהתחננו אלינו עוד בתחילת הדרך. הוי, סברתי שזה יהיה די ועוד יחסמו את מי שאין לו די ודי יאָמר לצרותינו, שכחתי שתועה הוא ה'עונה' יתר מדאי (פארוואס נישט מדי @Think and Thank?) ואפילו במקום מצוה אין להאריך ית --- אקעי בקיצור הדברים:

נקודות טובות איז הייליג גערעכט געווען, חוץ מזה וואס עס איז נישט מעגליך געווען צו האלטן קאנטראל אויף די צעיושעטע מאסן און חוץ וואס דער היתר האט זיך איבערגעגאסן ובמקום שאמרו לקצר האריכו ובמקום שאמרו לחסום לא חסמו, האב איך פארזען איינס פון די נקודות וואס @חלום חלמתי האט ריכטיג ארויסגעברענגט אין זיין פתיחה דרשה ווי איך האב אים שוין מודה געווען לעצטנס.

אויך נאך איינער מיט וועמען כ'האב זיך גע'טענה'ט באישי איז גערעכט געווען אויף דער נושא פון גלייכבארעכטיגונג, איך האב מיך נישט צוגעהערט צו די וואס זענען דא געווען לענגער ווי מיר, געמיינט איך פארשטיי בעסער און ס'טוט מיר לייד אז איר זענט עפ"י רוב געווען גערעכט.

@נקודות טובות איך בין מקבל נזיפה, ווען קענעך אריבערקומען?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 748

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

אלס א ליינער האב איך נישט קיין אנונג פון וואס ענק רעדן. אפשר ארבעטן די מנהלים שווער אז איך קום שוין אן נאכן מעקן?

פון מיין זייט איז יענע טעמע א שטאלץ און איך טרעף נישט די שמיץ דארט. יגעתי ולא מצאתי. מיר קוקט אויס מער ווי א טרענד זיך אפצורעדן דערויף...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 8:00 am אלס א ליינער האב איך נישט קיין אנונג פון וואס ענק רעדן. אפשר ארבעטן די מנהלים שווער אז איך קום שוין אן נאכן מעקן?

שטומט
פיילס
Screenshot_20251128_102718_Chrome.jpg
Screenshot_20251128_102718_Chrome.jpg (139.87 KiB) געזען געווארן 554 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 5:04 am יתר מדאי (פארוואס נישט מדי @Think and Thank?)

לכאורה זענען מדי און מדאי די זעלבע זאך נאר מדי איז לה"ק (מרבים העם להביא מדי העבדה - שמות ל"ה ו') און מדאי איז לה"ק (אל תבכו למת יותר מדאי - מו"ק כז:).
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 748

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:27 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 8:00 am אלס א ליינער האב איך נישט קיין אנונג פון וואס ענק רעדן. אפשר ארבעטן די מנהלים שווער אז איך קום שוין אן נאכן מעקן?

פון מיין זייט איז יענע טעמע א שטאלץ און איך טרעף נישט די שמיץ דארט. יגעתי ולא מצאתי. מיר קוקט אויס מער ווי א טרענד זיך אפצורעדן דערויף...
שטומט
אודאי שטימט עס
פיילס
Screenshot 2025-11-28 102913.png
Screenshot 2025-11-28 102913.png (81.62 KiB) געזען געווארן 549 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:29 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:27 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 8:00 am אלס א ליינער האב איך נישט קיין אנונג פון וואס ענק רעדן. אפשר ארבעטן די מנהלים שווער אז איך קום שוין אן נאכן מעקן?

פון מיין זייט איז יענע טעמע א שטאלץ און איך טרעף נישט די שמיץ דארט. יגעתי ולא מצאתי. מיר קוקט אויס מער ווי א טרענד זיך אפצורעדן דערויף...
שטומט
אודאי שטימט עס
און פון דעם רעדט מען.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 748

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:30 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:29 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:27 am

שטומט
אודאי שטימט עס
און פון דעם רעדט מען.
לאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.

איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2763
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8552

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך האלט סתם אזוי אז די מערסט געלייקטע מעסעדשעס מעג מען שוין סטאפן פינען, שטייט סתם און וועג און מען זעהט נישט קיין חידושים דארט
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2591
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 12033

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:41 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:30 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:29 am

אודאי שטימט עס
און פון דעם רעדט מען.
לאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.

איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
כ'ווייס נישט וועגן יענעם.

די מהפיכה איז אווער, געראטעוועט איז געראטעוועט, סצייט צו פארמאכן דעם גארבידזש קאנע
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1474

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך יאנטשי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:44 am איך האלט סתם אזוי אז די מערסט געלייקטע מעסעדשעס מעג מען שוין סטאפן פינען, שטייט סתם און וועג און מען זעהט נישט קיין חידושים דארט
עס דארף ווען זיין די מערסט געלייקטע פון יענעם טאג, וואך און אפשר חודש, מער ווי דעם איז נישט אינטרעסאנט.
נאסע שמאטעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 748

Re: וואס איז אידטיש'ס צוקונפט? - חלום חלמתי.

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:51 am
נאסע שמאטעס האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:41 am
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 10:30 am

און פון דעם רעדט מען.
לאמיך רעדן קלאר. איך בין "נישט" אהערגעקומען פאר לב טהור. אבער דארט שרייבט מען די מערסטע ווייל דארט איז דא די מערסטע וואס צו שרייבן און פרעגן. ליינען ליין איך די מערסטע דיינע קורצע נייעס און נאכדעם לב טהור און נאכדעם סאטמאר.

איך האלט אז די וואס רעדן זיך אפ אויף לב טהור האבן אין זייער מיינד עפעס אנדערש (ווייל איינער פון די האט זיך שוין געטעהנט מיט מיר אין אישי), ווייל אויף אלע סארט גרופעס איז מען ביזי העצן אז די עסקנים פון יענע פרשה באגייען זיך נישט גוט און איך ווייס פון וואו עס קומט און ס'איז א גרויסע ווייטאג אויף די וואס טוען עס. נישט קיין חילוק. מיין פוינט איז אז דארט אין אשכול שטייט גארנישט שלעכט פון קיין שום זייט אדרבה מען האט שוין געראטעוועט צענדליגער אידן דורך דארט. די אפרעדן קומט פון אנדערע זאכן וואס דא שטייט עס נישט. עכ"פ איך זעה עס נישט.
כ'ווייס נישט וועגן יענעם.

די מהפיכה איז אווער, געראטעוועט איז געראטעוועט, סצייט צו פארמאכן דעם גארבידזש קאנע
איך האב נישט קיין פראבלעם אויב מען שפארט עס איך זאג סתם אז איך זעה נישט וואס עס שטערט. אפשר גיב מיר א לינק.
שרייב פאוסט