עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך בין נתבשר געווארן דורכ'ן ועד הקהלות, אז בקרוב ממש (במשך דעם קומענדיגן חודש) וועט ערשיינען אין די געשעפטן א גענצליך נייע באר-פאון (נישט פליפ, א מעלה ביי אסאך מענטשן) מיט'ן נאמען 'טק'. עס ווערט פראדוצירט דורך א טעכנאלאגיע פירמע פון ארץ ישראל, וואס קומט ספעציעל ארויס מיט א כשר'ע ענדרויד-סאפטוועיר פאון וואס זאל זיין גוט פאר יהדות אמעריקא.

שוין א האלבע יאר וואס דער ארויסגעבער זיצט מיט'ן ועד הקהלות, און ער האט אויסגעארבעט יעדע ריר צו זיין אויסגעהאלטן מיט אלע פארשריפטן און סערווירן דעם גאנצן כשר'ן מארקעט בס"ד, הויפזעכטליך אז עס האט נישט קיין שום עפפס נאר פאון, טעקסט, און אלע בעסיקס.

די מעלה פונעם פאון איז אז ס'איז זייער געשמאק הענדי, נישט גרויס, זעט נישט אויס ווי סמארטפאון (די ועד האט רולס פון מאקסימום גרויסקייט פאר באר-פאונס, דאס איז נאך עטוואס קלענער).

די סקרין גייט זיין "טאטש און סווייפ", אבער אן קיין שום עפפס כתקנת הועד.

די פאונס גייען זיין סיי אין "טאלק אנלי" און סיי אין "טאלק ענד טעקסט", עס האט א גוטע הארדוועיר, גאר א גוטע מוזיק פלעיער, און נאך.
Front.jpg
Front.jpg (414.65 KiB) געזען געווארן 970 מאל
Back.jpg
Back.jpg (387.91 KiB) געזען געווארן 970 מאל
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 960
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1342

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך נפתלי »

וויפיל גייט עס קאסטן?
און וואס טוט זיך מיט פיקטשערס אד"ג?
האקט א טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 180

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך האקט א טאג »

סווייפ???? רחמנא ליצלן.........
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א בילד פונעם פעקעדזשינג
BOX.jpg
BOX.jpg (424.08 KiB) געזען געווארן 901 מאל

און עס קומט מיט א אפציע פון א גאר גוטע "פראטעקטאר", ממש דורכזיכטיג מען דערקענט עס כמעט נישט:
Protector.jpg
Protector.jpg (391.47 KiB) געזען געווארן 901 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:47 pm וויפיל גייט עס קאסטן?
און וואס טוט זיך מיט פיקטשערס אד"ג?
איך ווייס נישט דערווייל די פרייז, כ'וועל אפדעיטן ווען כ'וועל וויסן. (איך קען נישט דעם ארויסגעבער, סוי דאסמאל וועט עס גיין כלי שני)

די קעמרע ארבעט זייער גוט, ס'כאפט פיינע בילדער.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

האקט א טאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 6:19 pm סווייפ???? רחמנא ליצלן.........
האלטסט נישט מיט? פאם באקומט שוין אויך סווייפ.

בעווה"ר...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

האקט א טאג האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 6:19 pm סווייפ???? רחמנא ליצלן.........

רחמנא ליצלן... טאקע...

אקעי, ערנסט גערעדט:

ווי כ'האב געשריבן ווען פאם איז ארויסגעקומען, האט די ועד הקהילות נישט גע'אסר'ט סווייפ, נאר פאם אליינס האט באקומען אזא פידבעק פונעם עולם און פון סטארס, אז די וואס זוכן כשר ווילן ענדערשט ס'זאל נישט זיין סווייפ.

במשך די נאכפאלגנדע חדשים זענען אנגעקומען עטליכע פירמעס, אריינגערעכנט אונזער חבר דאהי @ארי גרינפעלד און אריינגערעכנט דער פון 'טק' פון אר"י, אז זיי ווילן ארויסקומען מיט נייע פאונס לויט דעם הכשר. (ס'קומען נאך אי"ה! שפאנט מיט ווארטונג...)

ממש אלע האבן געפרעגט וועגן סווייפ, זאגנדיג אז די ענדרויד צו מאכן ארבעטן אן סווייפ איז ביטער שווער און כמעט אוממעגליך, און אן דעם גייען זיי נישט קענען ארויסקומען מיט'ן הכשר. איז געווארן א דיון ווייל טייל רבנים האבן אזוי הנאה געהאט אז פאם איז נישט סווייפ אז זיי האבן יא געוואלט אז ס'זאל יא ווערן א תקנה, מיט די טענה אז אויב פאם קען דארפן זיי אויך קענען.

די רבנים האבן גערופן פאם, און זיי האבן געזאגט אז ס'איז גארנישט אזוי גרינג, ס'קאסט זיי רבבות, און נאך ביז היינט האבן זיי באגס דערפון, עכ"פ מ'קען נישט אוועקמאכן די טענה פון די אנדערע קאמפאניס, מ'קען נישט זאגן אז ווייל פאם קען מוז עס יעדער טון.

ווי כהאב דא באריכטעט בשעתו איז געווען א גרויסע מיטינג פון ועד הקהילות דעם זומער, און דאס איז דארט געווען פון די הויפט גרויסע נושאים. דארט איז געבליבן אז ווי ס'קוקט אויס איז סווייפ היינט אזוי ווי קאליר סקרין אמאל... ס'איז די נייע מציאות פון יעדע כלי און גייט נישט דוקא זיין א מראית עין פון א סמארטפאון, אבער ס'איז געבליבן אז יעדע קהילה גייט נאך אנפרעגן ביי זייער מנהיג. צום סוף איז טאקע אזוי געבליבן, און דער TAK איז טאקע דער ערשטער צו זיין גרייט מיט זיין פראדוקשן שוין מיט'ן סווייפ.

(ואגב, השתא דאתית להכא, נאכ'ן זען די באגס, און די פארלאנגען פון אסאך, גייט פאם אויך האבן סווייפ ביי די קליינע פאונס (קלעסיק). ביי די גרויסע וועלן זיי מעגליך מאכן א סאפטוועיר אפדעיט ס'זאל ווערן א אפציע צו אויסוועלן וועלכע מען וויל, זיי ארבעטן יעצט דערויף, כ'וועל עס באריכטן ביי זייער אשכול וועט ס'וועט זיין קלארער)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 7:21 pm

כגעדענק נאך ווען כ'האב געשריבן אויף אייוועלט אז די וועד לאזט יא סווייפ און וואספארא קולות כ'האב געכאפט דערוועגן האבנדיג די ''חוצפה'' צו שרייבן אנדערש ווי געוויסע ניקס טראכטן...

נ.ב. כ'האב זייער הנאה פון אייוועלט פון אסאך חלקים, נאר געוויסע ניקס איז צומאל נישט געאייגענט פאר מיר...)
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
דיאמאנט סוחר
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:42 pm
x 9

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דיאמאנט סוחר »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:47 pm וויפיל גייט עס קאסטן?
און וואס טוט זיך מיט פיקטשערס אד"ג?
$450
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 163

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך מי שברך »

דיאמאנט סוחר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 8:59 pm
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:47 pm וויפיל גייט עס קאסטן?
און וואס טוט זיך מיט פיקטשערס אד"ג?
$450
זייער טייער
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 232

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

חבר טייערע אבער סווייפ איז א תקנה פונעם וועד, קען זיין זיי האבן זייער תקנות אפדעיטעט אין פארגעסן צו אפדעיטן די מאנופעקטשורערס.

איך קוק עס אן ווי א פאזיטיווע אנטוויקלונג.
אוועיטער
פינאנץ מיניסטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:29 am
Location: usa
x 111

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פינאנץ מיניסטער »

דיאמאנט סוחר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 8:59 pm
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:47 pm וויפיל גייט עס קאסטן?
און וואס טוט זיך מיט פיקטשערס אד"ג?
$450
פון ווי האסטו דאס געהערט?

דו האסט נאך דיטעילס פון די פאון?
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 232

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:25 am חבר טייערע אבער סווייפ איז א תקנה פונעם וועד, קען זיין זיי האבן זייער תקנות אפדעיטעט אין פארגעסן צו אפדעיטן די מאנופעקטשורערס.

איך קוק עס אן ווי א פאזיטיווע אנטוויקלונג.
יעצט באקומען א מודעה אז די נייע גייד ליינס זענען נאוואס נעכטן פארענדיגט געווארן, אין זיי האבן זיך אנטשולדיגט פארן עס נאכנישט האבן אריינגעשיקט צום מאנופעקטשורער.

קוק דאס מיינט אן אוועקגעשטעלטע וועד מיט אחריות, איך קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה אין די ארבייט וואס די וועד לייגט אריין צו אריינברענגען ווי מער טעלעפאנען אינטער א גוטע פארלעסליכע הכשר!
שמואל אליעזר ברילל
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:37 pm
Location: קרית יואל
x 78

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך שמואל אליעזר ברילל »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 11:06 am
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:25 am חבר טייערע אבער סווייפ איז א תקנה פונעם וועד, קען זיין זיי האבן זייער תקנות אפדעיטעט אין פארגעסן צו אפדעיטן די מאנופעקטשורערס.

איך קוק עס אן ווי א פאזיטיווע אנטוויקלונג.
יעצט באקומען א מודעה אז די נייע גייד ליינס זענען נאוואס נעכטן פארענדיגט געווארן, אין זיי האבן זיך אנטשולדיגט פארן עס נאכנישט האבן אריינגעשיקט צום מאנופעקטשורער.

קוק דאס מיינט אן אוועקגעשטעלטע וועד מיט אחריות, איך קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה אין די ארבייט וואס די וועד לייגט אריין צו אריינברענגען ווי מער טעלעפאנען אינטער א גוטע פארלעסליכע הכשר!
looking forward.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 11:06 am
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:25 am חבר טייערע אבער סווייפ איז א תקנה פונעם וועד, קען זיין זיי האבן זייער תקנות אפדעיטעט אין פארגעסן צו אפדעיטן די מאנופעקטשורערס.

איך קוק עס אן ווי א פאזיטיווע אנטוויקלונג.
יעצט באקומען א מודעה אז די נייע גייד ליינס זענען נאוואס נעכטן פארענדיגט געווארן, אין זיי האבן זיך אנטשולדיגט פארן עס נאכנישט האבן אריינגעשיקט צום מאנופעקטשורער.

קוק דאס מיינט אן אוועקגעשטעלטע וועד מיט אחריות, איך קוק שטארק ארויס אויף די הצלחה אין די ארבייט וואס די וועד לייגט אריין צו אריינברענגען ווי מער טעלעפאנען אינטער א גוטע פארלעסליכע הכשר!
יא ארי, ווי כ'האב געשילדערט האט די החלטה איבער דעם גענומען צייט, און די עיקר פרעשור צו אונטעריאגן די החלטה איז געקומען פון די קאמפאניס וואס זייער הארדוועיר איז שוין דעליווערט און זיי שטייען און ווארטן אויפ'ן פיינעל סאפטוועיר אפדעיט, וואס איז געווען געוואנדן אין די החלטה. ממילא האט מען זיי געאפדעיט ערשט וכו'.

און ווי זיי זאגן זאגן, איז @ארי גרינפעלד אין די פעסטע סטעידזשעס פון דעליווערן א פאון לויט אלע זייערע גיידליינס מיט'ן זיגל, וואס זאל זיין אזאנס און אזעלכס בע"ה. ארי, אונז קוקן ארויס מיט שפאנונג.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דיאמאנט סוחר האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 8:59 pm
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 18, 2024 5:47 pm וויפיל גייט עס קאסטן?
און וואס טוט זיך מיט פיקטשערס אד"ג?
$450
מהיכי תיתי? איך מיין אז היבש ביליגער.

כ'וועל מברר זיין אי"ה און שרייבן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פופציגער »

דער נייער פאון קוקט נישט אויס ווי די קווין פאון?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:28 pm דער נייער פאון קוקט נישט אויס ווי די קווין פאון?
קווין איז נישט גרויס אין סייז?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:37 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:28 pm דער נייער פאון קוקט נישט אויס ווי די קווין פאון?
קווין איז נישט גרויס אין סייז?
ניין, סאיז דא א פאון וואס קוקט אויס ממש אזוי - כ'מיין סאיז קווין אבער קען זיין איך מיש נעמען - וואס סאיז נישט אויסגעהאלטן, און אויך די כשר'ע ווערסיע טאר מען נישט האבן ווייל ס'קוקט אויס אייניג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:40 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:37 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:28 pm דער נייער פאון קוקט נישט אויס ווי די קווין פאון?
קווין איז נישט גרויס אין סייז?
ניין, סאיז דא א פאון וואס קוקט אויס ממש אזוי - כ'מיין סאיז קווין אבער קען זיין איך מיש נעמען - וואס סאיז נישט אויסגעהאלטן, און אויך די כשר'ע ווערסיע טאר מען נישט האבן ווייל ס'קוקט אויס אייניג.
נישט יעדע זאך וואס איינער אויפ'ן גאס זאגט אז ס'האט נישט קיין הכשר צוליב דעם און יענס, מיינט עס אז דאס איז די קעיס.

אז דו שרייבסט מיר קלארער פון וואס דו רעדסט, קען איך עס טשעקן.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 169

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

זייט ווען איז דער איסור פון סמארטפאון געוואנדן אין די אויסזען פון די כלי?

(מ'דארף פרעגן די וואס האבן עס געמאכט... וד"ל)
אוועיטער
ארי גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 7:12 pm
Location: Spring valley NY
x 232

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך ארי גרינפעלד »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:28 pm דער נייער פאון קוקט נישט אויס ווי די קווין פאון?
עס איז די זעלבע סייז, זעלבע סקרין (אפשר אויכעט די זעלבע גרין בארד) סים סלאט אויפן זעלבע פלאץ, קעמערע אויפן זעלבע פלאץ אין אויסשטעל.

נארוואס די פלעסטיק שעל איז אנדערש, אין עס האט וואליואם באטטענס אין די זייט, פראנט איז אן אנדערע קאליר באטאנס
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 169

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:05 pm

זעלבע קאמפעני אויך?

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:06 pm
ארי גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 2:05 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 1:28 pm דער נייער פאון קוקט נישט אויס ווי די קווין פאון?
עס איז די זעלבע סייז, זעלבע סקרין (אפשר אויכעט די זעלבע גרין בארד) סים סלאט אויפן זעלבע פלאץ, קעמערע אויפן זעלבע פלאץ אין אויסשטעל.

נארוואס די פלעסטיק שעל איז אנדערש, אין עס האט וואליואם באטטענס אין די זייט, פראנט איז אן אנדערע קאליר באטאנס
זעלבע קאמפעני אויך?
איך גלייב נישט, אבער א נביא בין איך נישט.
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 169

Re: עקסקלוסיוו - כשר'ע TAK PHONE (טק) קומט ארויס אין נאנטע טעג!

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2024 12:10 pm יא ארי, ווי כ'האב געשילדערט האט די החלטה איבער דעם גענומען צייט, און די עיקר פרעשור צו אונטעריאגן די החלטה איז געקומען פון די קאמפאניס וואס זייער הארדוועיר איז שוין דעליווערט און זיי שטייען און ווארטן אויפ'ן פיינעל סאפטוועיר אפדעיט, וואס איז געווען געוואנדן אין די החלטה. ממילא האט מען זיי געאפדעיט ערשט וכו'.
אין אנדערע ווערטער,

די גאנצע תורה אז פאמ'ס נישט האבן סווייפ איז א ביזנעס דעסישן, איז געווען פאר ס'זאל בכלל ארויסקומען א החלטה פון ועד הקהילות דערוועגן (און ביז יעצט וואס האט מען געזאגט פאר די קאמפעניס?)
שרייב פאוסט