בס"ד
"סאטמאר, סאטמאר, סאטמאר, סאטמאר, דאס איז סאטמאר קרית יואל." די באקאנטע תנועה וואס יואלי ברוין האט פרעזענטירט ביים מהרי”י מעמד הדינער אין קר"י שטימט אזוי פאסיג אריין ווען מען לאט זיך ארויס אויף די וועגן און שטעגן אויפן וועג ארויף קיין עיר רבתי, דארטן ווי די קדושה שפירט זיך אין די לופט און דרינגט אריין ביז די ביינער.
אויף אן מאנטאג נאכמיטאג האבן מיר געמאכט די גאנץ קורצע וועג קיין עיר הקדוש והטהור. זיך באקוועם געמאכט האבן מיר פארשטייט זיך אויפן מאנסי טרעילס באס ווי כאילו מען וועט יעצט פארן פאר די נעקסטע מעת לעת, אזוי ווי מען פלעגט אונז אויסלערנען אז מען צאלט שוין סיי ווי, זאל עס שוין זיין געשמאק און בא'טעם'ט. מיטגענומען אביסל צידה לדרך און געציילטע טעגליכע אויסגאבעס צו האבן וואס אונצוקוקן חוץ פון די ביימער און קארס וואס איז דא גענוג ביי מיר אין שטאט.
צו לאנג האט נישט גענומען און אונזער באס האט זיך ארויפגעדרייט אויפן עקזיט אריינצוגיין צום שטעטל. די באשיינדקייט פונעם שטעטל פאנגט זיך שוין שטייטליך אונצוזעהן אויף די גאסן ארום און די אוירא דמחכים שפירט מען שוין אין די לופט. מען האט געמאכט די וועג ביזן ביהמ"ד הגדול מהר"א ווי מען האט געגאנגען כאפן א מנחה צו קענען אונהויבן די טור ווי עס דארף צו זיין בסייעתא דשמיא, און אז מען איז שוין דא האט די פלאן געלויטעט צו אונהויבן די טור דייקא דא אין ביהמ"ד מיטן זיך ארומקוקן אין אלע חלקים און זיך מאכן באקוועם ווי א תושב שוין פון יארן.
צום ערשט האבן מיר אופגעשטעלט א חשובע אינגערמאן און געפרעגט אפאר איינצלהייטן איבער די ארומיגע בנינים צו וויסן ווי מען דארף לאקערן פאר היינט בעז"ה, אונגעהויבן האבן מיר מיטן דעקן אלע שטיבלעך – חלקים פונעם ביהמ"ד הגדול וואס ווערן צו איינס שבת. די צענטער חלק איז דארטן ווי די ארון קודש און די עמודים געפינען זיך, א רייכע און מאיאסטעטישע ארון קודש וואס שרייט ארויס "ובהיכלו כולו אומר כבוד", ווי אויך די צוויי עמודים וואס זענען ביידע א ביישפיל פון "זה קלי ואנוהו" אין פילן זין פון ווארט.
זיך ארומדרייענדיג אינעם היכל טרעפן אונז א וואנט פיל מיט צדקה פושקעס, בכל אופן, איז דא דארטן א סטאנציע פון מי כעמך ישראל, יעדע פושקע מיט זיין צוועק און זיין תכלית, און דאס איז נאר פון די אונהייב פון די לאנגע רייזע וואס מיר האבן געהאט דורכאויס דעם צייט אינעם ענין פון חסד, איך בין כמה וכמה פעמים געווארן גאר גאר איבערגענומען פון די אבנערמאלע סכום פון חסד וואס ווערט דא געגאסן ווי וואסער.
האבן מיר נאכגעגאנגען א אידל און מיטגעהאלטן זיין עבודה פון ארומגיין נאך געלט פאר עפעס גאר א חשובע ארגענעזאציע, און ממש יעדער איינער האט זיך משתתף געווען בגוף ובממון ובדמים תרתי משמע, יעדער נעמט אויף מיט אן שמייכל און מיט די אמת'דיגע "בסבר פנים יפות", איך קום אריין אין ביהמ"ד, און איך ווער באגריסנד מיט א שלום עליכם פון א אומצאלבארע מספר. די ציבור איז פרייליך און אנגענעם, עס געט אריין א חיות און א געשמאק אינעם טאג. דאס ציט מיר אזוי שטארק אן, אזש איך וויל מיך דא שוין אריבערציען מיט די גאנצע משפחה אינאיינעם..
מיר האבן זיך ארופגעזעצט אינאיינעם פון די שטיבלעך צו עסן א קלייניקייט, און נעמן די כוחות צו ווייטער ארומגיין בעזת השם. מיר האבן אונגעהויבן מיט חדר ליימיזידער און אזוי ארומגעגאנגען אין אלע שטיבלעך אביסל צו נאשן פון די הייליגע ווענט, אין איינער פון די שטיבלעך האבן מיר געזעהן א איד זיך אויסרוען אויף איינער פון די בענק, זעט זיך אויס א משולח וואס גייט שוין ארום פון פינעף אזייגער פארטאגס און ער דארף זיך עטוואס צוריק קומען צו זיך, שוין מיר וועלן אים לאזן שלאפן און ח"ו אים שטערן, מיר האבן געמאכט א בואי בשלום און ווייטער געגאנגען מיט אונזער באזוך.
אופציילנדיג אפאר שטיבלעך שנעלערהייט וויפיל זיצן עס איז דא, טרעפן מיר שטיבלעך מיט עטליכע הונדערט זיצן, איינס צוויי הונדערט, און איינס גאר דריי הונדערט, ברוך השם מען זעהט אז די ביהמ"ד וואקסט און די עולם טריפלט מאל אזוי סאך, די איינציגסטע זאך וואס מען קען זאגן איז אז כן יפרה וכן יפרוץ מער און מער אן קיין ענדע.
אינעם דורכגאנג טרעפן מיר דעם ליכט סטאנציע, לויט וויפיל אויסגעברענטע ליכט עס ליגט אין די זייטן, קוקט אויס ווי דאס איז גאנץ א שיינע פרנסה... אבער דאס יא, זייער מסודר און נישט אונווארפענדיג, עס קומט זיך טאקע קרעדיט פארן וועד ביהמ"ד.
מיר האבן געוואלט ארויפגיין אויבן באזוכן די עזרת נשים, אבער פרובירנדיג די הענטל בין איך געבליבן מיט א פארמאכטע טיר אינפארענט פון מיר, און בלית ברירה האב איך ארופגעגאנגען צוריק צום ביהמ"ד אריין. נאכן פארוויילן אביסל זענען מיר ארופגעגאנגען אונטן, ווי מען האט מיר פארגעזאגט אז דארטן איז א וועלט פאר זיך און נאכמער ספעציעיל איז די היכל התורה וואס איז א מחזה הוד שבהדר וואס איך טאר נישט פארפאסן בשום פנים ופרצוף.
מיר זענען ארופ אונטן און נישט לאנג האבן מיר געדארפט גיין ווען אונזערע אויערן זענען מקבל געווארן דורך א באמבערדיגע קול תורה און א קלאנג פון ריתחא דאורייתא'ס. איך קום אריין אין היכל התורה און איך בין ממש געווארן געפלעפט. זיצן דארטן אפאר הונדערט אידן – בעלי בתים, און הארווען אריין על התורה ועל העבודה, אופגעשיידערט פונעם גאנצן הו-הא, און זענען זיך מדבק בהשם ובתורתו. אידן ציפן ארופ פון זייער צייט אינמיטן טאג און קומען אריין אינעם היכל און נעמן א זיץ אינעם ים התלמוד. אין אומר ואין דברים..
געוואלט האב איך, זיך צו מצטרף זיין און אונהויבן אריינצוהארעווען, אבער די צייט לויפט אויס און אונז דארפן נאך ארומלויפן אהאלב שטאט.., מיר דרייען זיך ארום און מיר זעהן די הערליכע ריזיגע באמבאסטישע און געניאטישע אוצר הספרים מיט צענדליגע טויזענטע ספרים פון אלע מקצעות אין כל התורה כולה, ווי איינער האט זיך ביי אונז אונגערופן, "מען האט ארויסגעפרינט דעם גאנצן אוצר החכמה".. ווי אמת עס הערט זיך, איז עס נאך מער אמת ווען מען זעט עס פארנט פון די אויגן.
מיר האבן געמאכט די וועג אריין אינעם קאווע צענטער, מיר פלעגן שטענדיג אין שטוב רעדן איבער די ווינקל ווי עס גייט הערליכע שיעורים צו קענען געניסן ברחניות אין די צייט וואס מען געניסט בגשמיות, אבער לא זכיתי אז איך זאל דאס באמת פארשטיין ביז איך בין אונגעקומען יענע טאג, דאס איז נישט סתם א פשוט'ע קאווע צענטער ווי מען נעמט א קאווע און מען גייט ווייטער, דא רעדט מען פון א געהעריגע שמש גראסעריי, קודם די דענישעס, טרונקען און נאך גאר גאר אסאך מכל מיני מטעמים כנוסח סטאמאר וכמנהג אונגארן.
אונז געניגן זיך מיט א גלעזל סאדע און נאך א ערליכע נאך-ברכה ארויסגעטרויטן פונעם קאווע שטיבל צוריק אריין אין די ווירבעלידע קארידארן. די בילבאורד אין די לינקע זייט קוקט אויס צו זיין אונגעפאקט מיט כל מיני פארשידענע ערליי מודעות, זעט זיך אן אז מען רעדט דא פון א פילע וואך מיט פילע שמחות און מאורעות מכל הבא ליד. די צייט לויפט אויס, מיר גייען צוריק אריין אין ביהמ"ד, מיר נעמן אונזערע פעקלעך און מיר גייען ארויס צו די הייליגע קרית יואל'ע געסעלאך.
*
געמאכט די וועג ארופ אפאר בנינים און אונז זענען אריינגעגאנגען אינעם נייע סאטמארע מהרי”י ביהמ"ד – דאס מאל אויף גארפיעלד נומער 5, א הערליכע ביהמ"ד ווי לויט וואס מיר הערן פון מתפללים חשובים דארט, איז די גאנצע ביהמ"ד הכל בכל מכל כל געבויט געווארן אין בערך 10 חדשים! וואס דאס איז גאר א גרויסע שאק נאכן זעהן די פראכטפולע בנין וואס קוקט אויס ווי מען ארבעט שוין דארטן נאך פאר קרית יואל איז באשאפן געווארן...
די געשמאקע און פאזיטיווע אטמעספערע נעמט איבער אלע אריינקומענדיגע, יעדע איד וואס גייט אריבער אין די קארידארן איז אונגעטון מיט א ווארעמע, היימישע און בא'חן'טע שמייכל וואס דערווארעמט די טיפענישן פונעם הארץ.
נאך עטליכע מינוט זיך ארומקוקן אויף די געניאטישע בנין האבן מיר געמאכט די וועג אריין אין ביהמ"ד הגדול ווען מיינע אויערן האבן דעגרייכט א באמבערדיגע קול תורה וואס דינערט און איז מרעיש אלע עולמות, א קול נעים ונאה, מען שפירט די נאסטאלגישקייט פון אונזערע אמוראים אריינגעברענגט דא אין ביהמ"ד. א קול וואס מי שלא שמע לא שמע מעולם.
מיר האבן געפענט די טיר און ווי שווער עס איז צו שרייבן איז נאך מער שווער עס צו מסביר זיין, עס פעהלט אויס אן אייגענע באזוך און מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן, אבער וויפיל מען קען ארופמאלן אויפן פאפיר, זיצן דארטן אן אונגעשטאפטע ביהמ"ד מן הקצה אל הקצה מיט די חשובע כולל אינגעלייט, יעדע בענקל ממש איז אונגעפילט מיט א לומד וואס זיצט דארט און איז זיך מעיין בתורתינו הקדושה.
די עולם איז פארטון ווי אויף אן אנדערע וועלט, מען רעדט שוין דא פון א קנאפע האלבע שעה / פינף און פערציג מינוט פארן ענדיגן סדר, אבער ניין, די זכר מאכט נישט קיין חילוק און ווי פארגעסן פון אלעס זיצן דארטן פ-י-נ-ע-ף ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט אידן און הארעווען אריין. דאס איז א אבנערמאלע בילד וואס איז ווערד צו קומען פונעם אנדערע עק וועלט מיטצוהאלטן. מיר האבן זיך אוועקגעזעצט מיט א חומש און אונגעהויבן אביסל ארומקוקן און זען אבער קיין אויגן קאנטאקט האבן מיר נישט געקענט מאכן מיט קיינעם, ווי אריינגעשלייכעט אינעם ספר זענען זיי.
עס שרייט זיך ארויס פון מיר אליין "אשריכם ישראל ואשריכם חסידי סאטמאר", און ווי געשריבן פריער ביים ביהמ"ד פונעם הייליגן ברידער שליט"א אז ווען מיר וואלטן געהאט צייט צו קאנטראלירן די צייט און מאכן פויזע, וואלטן מיר דאס געבליבן און זיך אומקוקן אויף די אינגעלייט, אבער הזמן קצר והמלאכה מרובה און מען וויל נאך שעפן הנאה פון די לויטערע קרית יואל'ע לופט, אלזא, דארף מען זיך אביסל צויאגן. נו, געגאנגען.
*
מיר האבן ארויס אין גאס גייענדיג צום גרויסן מאל אנטקעגן איבערן ביהמ"ד אין די בעק און געגאנגען אביסל באזוכן די קרית יואל'ע געשעפטן וואס זיי האבן צו פארקויפן. מיר זענען אריין על פי סדר פון רעכטס צו לינקס. אונגעהויבן מיט די "גרענד פוד גראסעריי", א בא'טעם'טע און שיינע גראסעריי, און אריבער צו (כמעט) יעדע געשעפט, זיך אביסל ארומגעקוקט און געגאנגען ווייטער, אחרון אחרון חביב איז אבער געווען די גרויסע און רייכע לאנדא'ס גראסעריי וואס קומט זיך באמת א עקסטערע קאפיטל פאר זיך, גאר אפדעיטעד אויפן 2026 סטאנדארט. גרויסע און רחבות'דיגע אייעלס און גאר מסודר און ריין, ספעציעיל האב איך הנאה געהאט פון די קלוגע בייפאל צו לייגן די רעכענערס אין א עקסטרע שטוב, וואס דאס איז גראדע גאנץ קריעטיוו. ווארטן מיר אז די געשעפטן אין אונזער געגנט זאלן זיך אויך אזוי אונהויבן פירן, אפשר איין טאג...
*
מיר האבן גערופן א קאר סערוויס, און פון דארטן ארויסגעפארן צו אונזער שמחת החתונה יענע נאכט אין געגנט. א הערליכע שמחה געווען, צו סאך הערות האב איך נישט וועגן דעם, ווארשיינליך איז ביי יעדע חתונה דא די אינגערמאן ביי קבלת פנים וואס האט נישט זיין מייק ביי די גראמען, די עלטערן פירן די חתן און כלה אונטערן חופה (איך מיין אזוי.. ביי ענק אויך?...), און נאכן סעודה ברענגט מען אריין די חתן אויפן בענקל און די מנין מעריב שטעלט זיך שמונה עשרה גלייך ווען די חתן קומט אריין... שטימט?...
נאכן זיך באטייליגן פארן חתונה פאר אפאר שעה, האבן מיר געמאכט די וועג אהיים מיט א קאר סערוויס אויפן וועג צוריק צו אונזער היים זיך אביסל אויסצורוען פון די לאנגע טאג און פון אזויפיל בילדער וואס איז געקומען צו אונזער ריכטונג דורך די לאנגע רייזע און שעפן אביסל כוחות פארן קומענדיגן טאג.
הלואי ווען מיר וואלטן געהאט מער צייט, וואלטן מיר ארומגעגעגאנגען אין מער פלעצער צו באזוכן אין קרית יואל, אבער בעז"ה ועוד חזון למועד, האפן מיר צו מאכן א באזוך חלק ב' בסייעתא דשמיא.
*
מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט.
די עיקר, אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא!
כל טוב וטוב!
א גוטע נאכט!
ווי עס וואונטשט אייער פריינט, @זיידענע העמדל.
בריך שמיה דקרית יואל — קרישקעלעך און אנעקדאטן פון מיין באזוך אין עיר רבתי
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
- x 29
Re: בריך שמיה דקרית יואל - קרישקעלעך און אנקעדאטן פון מיין באזוך אין עיר רבתי
זייער שיין!!
מיין נישט ווייל די האסט געזעהן 2 שוהלן מיט א גראסערי האסטו שוין געזעהן גאנץ קרית יואל...
ס'נאך דא אסאאאך צו זעהן...
מיין נישט ווייל די האסט געזעהן 2 שוהלן מיט א גראסערי האסטו שוין געזעהן גאנץ קרית יואל...
ס'נאך דא אסאאאך צו זעהן...
Re: בריך שמיה דקרית יואל - קרישקעלעך און אנקעדאטן פון מיין באזוך אין עיר רבתי
נישט דא קיין חדר ליימזדיגער אין ביהמ''ד הגדול מהר''א
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
- x 29
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5112
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 16447
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 04, 2025 9:00 pm
- x 66
Re: בריך שמיה דקרית יואל - קרישקעלעך און אנקעדאטן פון מיין באזוך אין עיר רבתי
איך קען קוים ווארטן אויף די חלק ב'
Re: בריך שמיה דקרית יואל - קרישקעלעך און אנקעדאטן פון מיין באזוך אין עיר רבתי
שיין שיין!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל