מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 359

מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

איז אזוי, לאמיר אנהויבן מיטן ערשטן מאמר.. דער שטאפן הוט, ווי איז דאס צושטאנד געקומען אז א גאנצע שמעניע כעוורע פון אייראפא האבן באשלאסן צו געבן אזא זעץ אריין מיטן פויסט אינעם דאך פון די שטאפן הוט, און דאס האט געדינט אלץ איינשווערונגס צערעמאניע אז מ'קען שוין באנייען דעם חפץ.. די ביבער הוט לדוגמא האט דאס נישט, וואס עפעס האט דער שטאפן הוט זוכה געווען צו דעם זעץ פונעם מלאך פארן געבוירן ווערן, הא?

האמיר זיך אראפגעזעצט מיט די אייניקלעך פון די זיבן פרות וואס האבן געשטערט פרעה אינמיטן די נאכט, און מ'האמיר דן געווען אינאיינעם בשל מי הרעה הזאת..
צום ערשט האב איך געקלערט צו דער ערשטער וואס איז געגאנגען מיט דעם הוט, האט פשוט געהאט אמאל א סכסוך מיט איינעם, און יענער האט אים דערלאנגט אזא זעץ אריין אינעם הוט, און דער מקבל האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן א נייעם הוט, איז ער געבליבן גיין דערמיט.. די קינדער און אייניקלעך האבן נעבעך געמיינט אז ס'ליגט אונטער דעם די עשר ספירות, איך ווייס עפעס א קבלה זאך, און זיי האבן באשלאסן עס נאכצומאכן.. מעגליך דאס איז אויך די סיבה פון די וואס גייען מיט א פראק אינעם רעקל, איינע פון די אנדערע זייט טעגלאש האט אים געוואלט מסדר זיין, און אזוי אינמיטן דאווענען ווען ער איז געשטאנען אונטער זיין רעבין און זיך געשאקעלט ערליך, איז יענער צוגעגאנגען מיט א שערל און געמאכט אלטערעישאנס אויף זיין רעקל אזוי שמיר נישט דיר.. און עריז נעבעך געבליבן אזוי דערמיט, און די אייניקלעך מיינענדיג אז דאס האט עפעס מיט כתבי אר''י האבן עס אנגעהויבן נאכמאכן..

אדער קען גאר זיין, דער באטרעפענדער איז געווען אין מארק איינקויפן ביים יריד, ער האט זיך דערזעהן מיט עטליכע שווערע פעקלעך צו שלעפן, און מ'דארף דאך האבן עפעס צידה לדרך האט ער איינגעקויפט איך ווייס, מאראנצן, פלוימען, עפלעך און ס'גאנצע שבעת המינים, נו אידאך נישט דא קיין פלאץ אינעם האנט עס אהיימצוטראגן, איז ווי לייגט מען דאס? א איד אידאך קיינמאל נישט פארלוירן, אלץ אידא אנייצע.. מ'מאכט א לשם יחוד, אריין א זעץ מיטן פויסט אינמיטן פונעם הוט, און יאלא, אריין מיט די גרינצייג! און מיר הייבן נישט אן צו כאפן וואסערע אוצר מיר פארמאגן דארטן.. א געהעריגע קעשענע צו האלטן די בריל'ן דארטן ווען מ'גייט אויף די גאס, שמירת עינים ניין? אדער קען מען דארטן האלטן טישוס ווען די נאז רינט, ס'דא אסאך וואס מ'קען דארטן מסדר זיין..

נאך א זאך וואס איז אינטערסאנט אנצומערקן, די אמאליגע שטאפענע הוט'ן האבן געהאט א פיינעם קראך אינמיטן, מ'האט נישט געקארגט, געווען א רחבות.. האסט געהאט וואס צו מאכן דערמיט, האסט געקענט אריינלייגן דארטן איך ווייס?! דיין גאנצע פסח ארדער, אפילו די פוירנישטער וואלסטו געקענט אריינלייגן דארטן... היינט? נע, וואס קענסטו טוהן דארטן, ממש גארנישט.. קענסט האלטן פאסט דארטן אויב דו ווילסט.. איך קלער אפשר צו פארדינגען מיין לאך אינעם הוט פאר א פאסט קעסטל.. גיימער מארגן לייגן א צעטיל אין סמעדרעש.. א געהעריגע פרנסה, עטץ האטס שטאפענע הוטן? עטץ זענטס גרייט צו פארדינגען די לעכער? איך וועל זיין די בראויקער..

איך קלער נאך א זאך, ביי חסידים האט מען געוויסט איינמאל מ'טוט א מצוה מיט א זאך, טוט מען דערמיט נאכאמאל א מצוה, פארדעם האבן אידן געמאכט בשמים האלטער'ס מיט די לולב וכו' וכו'.. די היט'ן איז דאך אויך א חפץ של מצוה, איז פארוואס זאל עס ליגן אין שאנק שבת ויום וטוב? פארוואס נישט טוהן דערמיט נאך א מצוה, צום ביישפיל שבת קען מען נוצן דעם לאך אריינצולייגן די בשמים אין דעם, אדער עס נוצן אלץ א זאלץ מעסטל, נא לכבוד שבת קודש ארויף אויפן טיש.. חנוכה פאר די וואס צינדן מיטן שטריימל קענען עס נוצן צו לייגן דארטן די נעכטיגע קנויטן, מ'לייגט שיין דעם היט אויפן נר מצוה טישל, און מ'לייגט אריין די קנויטן, מ'קען גיין דערמיט גאנץ חנוכה קיינער קוקט עניוועיס נישט אריין אינעם לאך פון די היט.. פורים קען מען עס נוצן פאר שלויעך מאנעס.. פסח וועט מען עס דארפן באדעקן מיט זילבער פעיפער, און נאכדעם קען מען עס נוצן פאר די חרוסת האלטער.. שבועות קען מען עס איבערדרייען אויף די אנדערע זייט און אריינלייגן דערינען בלומען.. סוכות קען מען עס נוצן פאר א אתרוג פושקע.. הא וואס זאגט איר צו דעם? דא תורא דא כא חחחחחח מע...

ביינאכט איז דאך ממש א שאד אוועקצולייגן דעם היט ווען מ'קען עס נוצן פאר נאך א דבר של מצוה.. העמער פרובירן עס צו נוצן פאר א נעגל וואסער שיסל.. מ'דרייט איבער דעם היט, און מ'לייגט אריין דערינען די טעפל וואסער, און לשנה הבאה בירושלים..

נאך א מעלה האט די לאך אינעם שטאפן הוט, אויב ווילסטו איינעם גוט מסדר זיין, למשל דיין לענדלארד וואס האלט נישט ביים פארעכטן דעם יושב בסתר, אדער דיין טענענט וואס האט נאכנישט באצאלט דעם הלל די ראש חודש, אויב גייט ער מיט א שטאפן הוט, דאן שאפט מען די קליינע קערנדלעך וואס מ'קויפט צו געבן צו עסן פאר די פייגלעך, זיי גלייכן דאס זייער, פון דערווייטענס ווען זיי זעהן דאס אדער אפילו שמעקן עס ווערט גלייך אזא קיבוץ נדחי.. און ווען דער באטרעפענדער קומט ארויס פון זיין שטוב, גייט מען אונטער זיין רוקן, און מ'לייגט אריין אין זיין צדקה פישקע ס'גאנצע בעג עסן.. און יע... ער וועט האבן א שיינעם באגלייטן צום סמעדרעש.. אה גוט מארגן נחמן, האסט דריי פייגלעך אויף דיין הוט, געב אכט.. ווווווואאאאאאאאאאף די פראסק וואס די שכן גייט כאפן ווען ער גייט אראפטראסקענען דעם הוט זיינעם.. אדער אויב מאכט ער צופעליג א בר מצוה, גיי אריין אים געבן מזל טוב, ווארט דער פאטאגראפירער זאל זיין אויף א גוט פלאץ, און לאז אריין דארטן אינעם פיגי בענק כ'ווייס? א אויפגעשניטענע קענטעלאויפ.. אדער א האלבע אויפגעריסענע מעלאוינע..

נאך א נקודה, שוין אמאל געזעהן די טלתים שבת? יעדן טלית קען מען דערקענען אויף די עטרה, דאס איז א וויזניצע, א סאטמארע עטרה, א זידיטשוב עטרה וכו'.. דער קראך אין די הוט איז נאכנישט מסודר געהעריג.. צייט צו מאכן א סאטמאר'ע קראך, א סיגוט'ע קראך, פאפא'נע קראך, קאשוי'ע קראך און זוי ווייטער.. אה קוק אן דער האט א פיינעם קראך אינעם הוט, ווער האט דיר געמאכט דעם קראך? ביי וועמען בוזטו געווען? דעס איז א צאנז'ע קראך, ריכטיג? פיינע נייעס..

חוץ מזה זענען די שטאפענע היטן באלד דאפעלט העכער אדער אפשר מער ווי דאפעלט ווי די פלאכע ביבער היטן, יע... מ'קען דארט מאכן ביזנעס.. כ'פארשטיי נישט פארוואס קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט די געדאנק צו מאכן דערויף בילבאוירדס.. יע, אדווערטייזמענטס, אויף די היט, אלע פיר זייטן, יעדע זייט קען ווערן פארדינגען פאר א אנדערע קעהילע.. נאר די יעלא קעבס מעגן האבן בילבארדס און שארן גאלד? צייט צו ברענגען פרייהייט אין אמעריקא, ווילסט אדווערטייזן דיין פיש סטאר אויף מיין היט? $25 א וואך.. אז נישט וועט דיין קאמפעטישאן נעמען די פראנט ספאט.. דיין רעבע פירט טיש דעם שאבעס? שטא קיין בעסער פלאץ ווי עס צו מודיע זיין ווי מיין הוט.. די צייטונג ליינט מען איינמאל און מ'טראסקעט עס אין גארביטש.. מיין הוט זעהט מען יעדן טאג אויף אלע גאסן, און צומאל עטליכע מאל אין טאג.. איך קען קוים ווארטן ווען די טאג וועט קומען און מ'וועט אריינקומען אין סמעדרעש זיך אנקוקן איינער דעם צווייטן, ווער האט אדווערטייזט ביי דיר די וואך? אה, נערישע אדווערטייזמענט.. דעם רעבינס הוט וועט שטייצעך זיין אסאאאאאאאאך טייערער צו אדווערטייזן.. קוק פלאמ'ס האט אדווערטייזט די וואך אויפן רעבינס הוט, פשיהא, ער האלט פונעם רעבין? טערעסאנט.. ווער האט די וואך די פראנט ספאט אויפן רעבינס הוט? אה, גרינס רעסטעראנט.. וויל זיך לעקן צום גבאי'ן, נו שוין.. שטעל דיר פאהר אויפן רעבינס הוט אזא שיינע אדווערטייזמענט פון א ריזיגע פיי פיצא און איינער שטייט און האלט אזא סלייס מיטן עטרה צו דרום פונעם צעטיל, און דעם שפיץ פונעם לולב גרייט אריינצוגיין אינעם אויווען לעשעם מאצעס מיצוועס.. אוי טאטע, געהעריג מעשיעכס צייטן..

אקעי געונג פאר היינט..
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1250
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3280

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך רואה חשבונות »

:D :) :lol: :lol:
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6200

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol: :lol: :lol:

מיינע חברים האבן מיר נעכטן געווארנט.

און שוין. כ'האב זיי נישט געגלייבט.

אוי מאניש מאניש. הער מיך צו.

די לאך אינעם שטאפן הוט קומט בלויז פון איין זאך. אמאל איז נישט געווען קיין קאר, האט מען זיך געזעצט אויפ'ן וואגן, און די ווינט האט געבלאזן אזש די הוט איז שיעור געפלויגן, האט מען אים צוגעבינדן פון ביידע זייטן. האט מען געזען אז דער ווינט איז נאכאלס שטארקער און ער קען רואיג פליען זייטיג אויף ארויס, האט מען געמוזט מאכן א גראבע קשר פון אויבן, און אריינגעקוועטשט אינעם הוט אריין אז ס'זאל זיך נישט קענען רירן פון ארט.

א ראי' האסטו, ווייל זעהסטאך אז די בובער הוטן זענען גלאט. פארוואס? ווייל די שיינע אידן האבן געהאט גבאים צו אנכאפן דאס הוט.

עניוועי, דאס איז נאר בדרך פשט, ס'בלייבט ווייטער פלאץ פאר דיינע טעמים נפלאים בדרך פרד"ס התורא. נאר איין זאך זייט וויסן, אז דער עולם דא האט נישט קיין בלאסע מושג ווער ס'איז די קהילה פון וועמען דו רעדסט. וואס האסטו געזאגט? עפעס טעגליך? ניין, עפעס גולאש? ניין. אה, כ'מיין אז געטלאש. שקאנאנונג וואס דאס איז :roll:

אלנספאל, מ'זעט ווי די דורות פאלן, ווייל אמאליגע צייטן וואלט נישט בייגעפאלן פאר א אינגערמאן אזעלכ השגות ווי אריינלייגן "בשמים" דארט אויבן אז דער הוט זאל שמעקן. שמעקן האט עס געשמעקט אן קיינע געווירצן! אבער נאך ווי. שווייס מיט רעגן מיט שטויב געמישט, איי איי.
נאו לעיבל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 182

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך נאו לעיבל »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

שלום עליכם מאניש, פיין צוזאם געלאכט.
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 295
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 480

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך צייטווייליג »

:lol: :lol: :lol:
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 632
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 1957

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

טעגלאש?
דאס איז אן אימפארטירטע ווארט
מען זעהט אז איר זענט נאך ניי...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 930
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 1875

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

:lol: :lol: :lol:

כ'האב נישט געוואוסט אז ביי די @בנבנשתי'ס גייט מען אויך מיט שטאפענע. כ'האב געמיינט אז דארט גייט מען מער מיט אזא מצנפת סטייל, ניין?
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3000

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך פופציגער »

בּאָנבּאָנאַבּאַנאַבּענעבּעשתי!!!!!!!!!!

ס’גיסט זיך.... ווי וואלט מאניש געזאגט? יע, פיין געלאכט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 632
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 1957

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

:D :) :D :) :D :D :) :o
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:16 am בּאָנבּאָנאַבּאַנאַבּענעבּעשתי!!!!!!!!!!

ס’גיסט זיך.... ווי וואלט מאניש געזאגט? יע, פיין געלאכט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
מאנטרעאל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 154
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:52 pm
x 16

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך מאנטרעאל »

אונז פלעג מיר זיך פרייען אז מיר טראגן שטאפענע היטן, עס פלעגט אריינגיין מער ציגרעטלעך אינעם היט...

אלטע זכרונות #
בקיצור...
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1192

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך ווינטעלע »

:lol: :lol: :lol: :lol: נאך סמייליס וועט מער ארויסברענגן מיין פארשטיגטע אטעם געלעכטער? געגאנען! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוי שעפער איינציגע........
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 295
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 626

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך איטשע »

שלום עליכם @מאניש בנבנשתי

מיין בויך טוט וויי...

:lol: :lol: :lol:
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 175

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך לאקאלער רב »

וועלקאם @מאניש בנבנשתי !! ווען לערנט מען פאר פרק די וואך?
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 359

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:31 pm וועלקאם @מאניש בנבנשתי !! ווען לערנט מען פאר פרק די וואך?
שאבעס נאך מיטאג..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6200

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מאניש בנבנשתי ווען איז מיטאג?

(סתם, כ'וויל אויסרענכען ווען ס'איז נאך מיטאג)
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 359

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:13 am @מאניש בנבנשתי ווען איז מיטאג?

(סתם, כ'וויל אויסרענכען ווען ס'איז נאך מיטאג)
ווען כ'עס די בונדלעך.. רעכן אויס.. שיק אריין די ענטפער צום מערכת, און וועסט קענען אריינגיין אין גורל אויף א קנאבל ברויט..
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 988
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1544

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך פארפאלענער »

איטשע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:58 pm שלום עליכם @מאניש בנבנשתי

מיין בויך טוט וויי...

:lol: :lol: :lol:
נאר אזעלכע ווייטאגן,

דרך אגב וועלכע גזע איז די קעסטלדיגע שטאפן...
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 295
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 626

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך איטשע »

פארפאלענער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:43 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:58 pm שלום עליכם @מאניש בנבנשתי

מיין בויך טוט וויי...

:lol: :lol: :lol:
נאר אזעלכע ווייטאגן,

דרך אגב וועלכע גזע איז די קעסטלדיגע שטאפן...
טשאלנט טאפ הוט?
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 988
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1544

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך פארפאלענער »

איטשע האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:59 pm
פארפאלענער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:43 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:58 pm שלום עליכם @מאניש בנבנשתי

מיין בויך טוט וויי...

:lol: :lol: :lol:
נאר אזעלכע ווייטאגן,

דרך אגב וועלכע גזע איז די קעסטלדיגע שטאפן...
טשאלנט טאפ הוט?
יאפס
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 203

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך אחת למעלה »

OMG נאר וואס יעצט באמערקט @מאניש'ן דא!

יוש האמיר צאם געלאכט! :lol: :lol:

ווילקאמען זי מיין פריינד
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 233

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך דאפלטער »

:lol: :lol: :lol: ווי מאניש איז לאכט מען
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
בן מנחם
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 5:03 am
x 22

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך בן מנחם »

מאניש איז עה קינג
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1064
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1254

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך טיפע טאשן »

:lol: :lol: :lol:
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 295
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 626

Re: מיין לאך אינעם שטאפן הוט, וואס טוט מען דערמיט?

פאוסט דורך איטשע »

@מאניש בנבנשתי we want more
שרייב פאוסט