וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 167

וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך טישטוך »

יאסעלע! די גליקליכע אנהייב
יאסעלע איז געווען גאר אן ערליכער און איידל קינד וועמען אלע האבן באוואונדערט. ווען מען האט אים געזען דאווענען איז זיס געווארן אויפן הארצן, און ווען מען האט אים געזען עוסק זיין בתורה האט עס געגעבן א רייץ זיך אויך אנידערצוזעצן מיט א ספר׳ל. זיינע מחנכים האבן אים באצייכנט אלס מצוין. ער איז געווען אנגענומען צווישן די חברים, האט געהאט גוטע צייטן מיט די מלמדים, פלעגט זיך צושטעלן צו אלע פראגראמען, און באמת געווען דער חלום פון א גוטער תלמיד.

יאסעלע האט געשיינט און געלייכט אלע זיינע חדר טעג, ביז יענעם שווארצן טאג, געציילטע טעג נאך וואס ער האט געפראוועט די בר מצוה למז״ט און אפגענומען די גריסן מיט די מתנות אזוי ווי יעדער געווענליך קינד.

א הייימישער מלאך המשחית
א געוויסער באדרענגער פארשלייערט אין א היימישער לבוש האט באשלאסן, אז ער וועט אויסנוצן דעם לב טוב פון אונזער באליבטער יאסעלע פאר זיינע אייגענע צוועקן. ער האט פון אים אוועקגענומען דעם תמימות אין אן אויגנבליק, גערצח׳עט זיין נפש מיט א פייערדיגן שפיז, צומישנדיג דאס קינד אויף שטענדיג. יאסעלעס אויגן זענען מיטאמאל פארלאשן געווארן, און פונעם גלאנץ אויף זיין געזיכט איז געבליבן א פארכמארעטער מינע. יאסעלע איז שוין מער נישט געווען דאס איידל קינד. יאסעלע איז געווען פארשוועכט.

אזוי האט יאסעלע דורכגעשטופט די ערשטע יאר אין ישיבה קטנה, שלעפנדיג מיט זיך דעם גרויסן געהיימעניס.

זעענדיג ווי דער פארשוועכער זיצט אין שול און ווערט מכובד מיט עליות און דרשות. האט יאסעלע עטליכע מאל זיך געוואלט אויפשטעלן און פון אים ארויסרייסן דאס בארד מיט די ציין און אים פארשיקן פון געגנווארט, אבער ווען ער האט נאר דערפון געטראכט האט זיך אים גענומען טרייסלען אין אלע ביינער. יאסעלע איז געווען פארשוועכט און דערציטערט, שפירנדיג ווי אן איינזאמער קינד קעגן א מאשין פון שלעכטס. ״ווער וועט מיר דען גלייבן?״ האט ער געזאגט צו זיך אלע טעג, געבנדיג זיך אן ענטפער פארוואס ער נעמט נישט קיין ערנסטע שריט דעם באדרענגער צו דערווייטערן.

די הייליגע ליכטיגקייט הייבט אן שיינען
ווען יאסעלע איז אלט געווארן פופצן יאר אלט האט ער זיך באקענט מיטן לעכטיגער אור פון די ברסלב׳ע ספרים. ער האט געשלינגען די דברי התחזקות מיט דארשט, און האט אנגעהויבן צוריק צו לעבן ווי אמאל. מ׳האט שוין נישט אויף אים געקענט דערקענען זיין שווערע איבערלעבעניש. די הייליגע ספרים האבן אין אים אריינגעשיינט אזא קדושה, אזש יאסעלע האט אנגעהויבן אראנזשירן חבורות אין ישיבה וואו מען האט געלערנט אינאיינעם שיחות הר״ן און ליקוטי עצות. יאסעלע האט געשפירט ווי ווען נישט די הייליגע ספרים וואלט ער גענידערט אין שאול תחתית ממש.

ביז איצט, איז די געשיכטע פון יאסעלע א גאלדענע. ווי פון א קינד וואס האט געלאכטן איז ער פארוואנדלט געווארן אין א שפאצירנדער שאטן, און ווי פון זיין קלעם האט ער זיך ארויסדערזען און ווידעאמאל אנגעהויבן שטראלן און לייכטן. אבער ליידער איז דער גורל פון יאסעלע געווען פארשריבן, און עס איז נאר שווערער געווארן.

ווען יאסעלע איז אנגעקומען אין ישיבה גדולה, האט זיך צו אים צוגעטשעפעט א קבוצה פון שלעכטע פריינט. זיי האבן אים פארקויפט אז זיי ווילן נאר לערנען מיט אים און שעפן פונעם נחל נובע מקור חכמה, אבער אין אמת׳ן אריין האבן זיי געהאט שוידערליכע פלענער.

נאר איין ׳שלעפ׳
איין טאג אינמיטן זייער קביעות׳דיגער שיעור וועלכער איז פארגעקומען אין קעלער פון א לאקאלער שול, האט משה שמחה - פון די שיעור באטייליגטע - ארויסגעשלעפט פון קעשענע די שלעכטע געווירצן, און אנגעהויבן פאררויכערן מיט געשמאק. יאסעלע האט געשטוינט צו זען אז אויך די איבריגע ׳משתתפי השיעור׳ האבן אנטיילגענומען אין דעם שפיל, און ביז עטליכע מינוט איז דער שיעור פארוואנדלט געווארן אין א מושב לצים, ווען עלטערע באבערדלטע בחורים זיצן און קוילערן זיך פאר געלעכטער פון נארישקייטן, זייענדיג פארטייבט, און נישט פון תורה.

עס האט נישט לאנג געדויערט ביז ווען יאסעלע האט זיך געטראפן אלס טייל פון די גרופע. יא, עס האט אויסגעזען פונדרויסן ווי עס האט נישט אויף אים קיין אפעקט, אבער יאסעלע איז ליידער ווידעראמאל פארשלעפט געווארן, און דאסמאל אויף א וועג פון וועלכן מען קומט נישט אזוי גרינג צוריק. פון יאסעלע איז געווארן יאסי, א בחור וואס איז געקומען אין ישיבה מיט רצונות צו שטייגן, א בחור וואס האט געלעבט מיט תורה וחסידות, און דא איז ער פארוואנדלט געווארן אין א בחור וואס זוכט נאר ווען מען קען כאפן דעם קומענדיגער ׳שלעפ׳, און אז דער משגיח זאל אים נישט כאפן ווען ער איז ׳הויעך׳.

אזוי זענען אריבער דריי פיינפולע יארן אין ישיבה גדולה. יאסעלע האט אזויפיל מאל פרובירט זיך צו נעמען פון פריש, אבער די סחורה האט אים געהאלטן אראפגעבינדן. אין אנהויב איז עס טאקע נאר געווען די גרינע געווירצן וואס מען פאררויכערט, אבער עס האט נישט לאנג געדויערט ביז ווען ער האט זיך באקאנט געמאכט מיטן ׳דיעלער׳ וואס האט אים אנגעבאטן הארבערע סחורה וואס זענען פארבאטן צו פארקויפן אין יעדע פארגעשריטענע מדינה.

יאסעלע׳ס אלטע וואונדן פון דעם ביטערן פארשוועכונג וואס ער איז אדורך האבן זיך אנגעהויבן ערוועקן. ער איז אריינגעפאלן אין א טיפע דעפרעסיע פון וועלכן ער האט זיך ממש נישט געקענט ארויסזען. פאר וואכן לאנג איז ער אפגעליגן אין בעט מיט ביטערניש, און האט שטענדיג געגלוסט און געגארט זיך ארויסצוזען פון דעם זומפ אין וועלכן ער איז אריינגעפאלן. יעדע פאר וואכן פלעגט ער כאפן א תהלים׳ל און אנהייבן וויינען דעם תיקון הכללי מיט א לעכצעניש וואס האט געמאכט א שטיין צוגיין. ״אֲנִי אָמַרְתִּי ה׳ חָנֵּנִי, רְפָאָה נַפְשִׁי!״ האט ער געוויינט מיט ביטערליכע טרערן וועלכע האבן אנגעפולט א קוואל. ״שַׂמְּחֵנוּ כִּימוֹת עִנִּיתָנוּ, טאטע!״ האט זיין קול געדונערט אין די פארטאגס שעה׳ן איבערן ליידיגן היכל הביהמ״ד ״שְׁנוֹת רָאִינוּ רָעָה, דו ווייסט דאך יא!״ האט ער אויסגעפלאצט פון פריש אין א בכי מר, לויפנדיג זיך איינהילן אינעם פרוכת.

געענדיגט תהלים זאגן, זיך פארגענומען פון פריש, ביזן קומענדיגער דורכפאל.

שבע יפול צדיק, איך הייב אן!
איין טאג האט זיך יאסעלע גענומען, געפאקט פעק און געפארן צו א רב וועלכער זאל אים העלפן היילן זיין נפש. ער האט אפגעהאקט מיט די שלעכטע חברים, און זיך מקבל געווען קבלות טובות פון פריש - צום וויפילטן מאל. און יא, ב״ה אז עס האט זיך אויסגעארבעט, און לויט די קלארע הדרכה פונעם מורה דרך זיינער, אינאיינעם מיט פראפעסינאלע הילף, האט ער באוויזן זיך ארויסצוזען פון דעם שעדליכן דראג אדיקציע.

און נאכמער ווי דעם, יאסעלע האט ב״ה באוויזן צו טון א הערליכן שידוך, אזוי ווי עס איז זיך אים געקומען. צו זיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ ווען ער איז אנגעקומען צום משפיע אין הויף מיטן זעקל אין וועלכן עס איז געליגן א טאץ לעקאך מיט ברוינפן. ״איך בין א נייער מענטש, אבער דאסמאל בלייב איך שוין אזוי״ האט ער געזאגט ״איך האב אונטערגעשריבן א קאנטראקט, איך בין אויפן וועג צו בויען א בית נאמן בישראל״ האט ער געזאגט מיט עקסטאז ביים קליינעם לחיים אין הויף פונעם קהילה פון רב.

די חתונה פון יאסעלע איז געווען גאר א פרייליכע. ווייניג האבן פארשטאנען פשט אין די לאנגע תפילת מנחה, און אין די בכיות נוראות וואס ער האט פארגאסן אונטערן חופה, אין יענע הייליגע מאמענטן, ווען ער האט געוואלט פארגעסן פון זיין שווערן פארגאנגענהייט און זיך פולקאם קאנצעטרירן אינעם גלעצנדער עתיד. יאסעלע׳ס חתונה איז אוממעגליך צו באשרייבן, ווייל אלס איז געווען אין דער לופטן. מ׳האט זיך געהויבן מיט אן אמת׳ער שמחה, דען יאסעלע האט געדינט אלס מוסטער אז עס איז שטענדיג דא האפענונג, און שטענדיג איז דא א וועג ארויס, און איבער אלעם, אז עס איז נישטא קיין תירוץ אויפצוגעבן.

יאסעלע האט חתונה געהאט, און איז אריין אין ביזנעס ווי ער האט אנגעהויבן זען גרויס הצלחה. דאן איז ער געבענטשט געווארן מיט א צווילינג למז״ט, און צו זיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ. יאסעלע איז געווארן א שיינער בעה״ב, א אינגערמאן מיט אפאר דאלאר, אלע מוסדות און כוללים האבן גענאסן פון זיינע ברייטהארציגע נדבות. יאסעלע איז נישט געווען דער נגיד וואס האט געזוכט אויפמערקזאמקייט, נאר האט באמת געלעבט ווי א פארצייטישער בעה״ב מיט קביעת עתים לתורה מיט א פונקטליכקייט, און אוודאי שבת האט ער נישט אויפגעהערט לערנען, ווי צו דעקן אויפן גאנצער וואך פון ימי המעשה.

אזוי זענען זיך פארלאפן פינף יאר וואס יאסעלע שטייגט און וואקסט, און דאן האט עס ליידער נאכאמאל פאסירט.

און צום דריטן מאל
א שלעכטער ביזנעס דיעל האט גורם געווען פאר יאסעלע׳ן אז דאס רעדל זאל זיך א דריי טאן. ער האט פארלוירן זיין געלט און איז אריינגעפאלן אין א שווערע מצב. פארשטייט זיך אז דאס האט נישט גוט אויסגעקלאפט אויף אים, און נאך א שטיק צייט פון ׳סורווייוון׳ האט זיך יאסעלע ווידעראמאל געטראפן אין א מצב ווי ער איז פארבינדן געווארן צו די שלעכטע סחורה פון וועלכע ער האט זיך ארויסדערזען מיט ניסים, בעפאר זיין חתונה.

אן אריינגיין אין צופיל דעטאלן, האט זיך יאסעלע געמוזט שיידן נאך א קורצע צייט, שפאלטנדיג דעם הערליכן שטוב וואס ער האט נארוואס אנגעהויבן וועבן, און איבערלאזנדיג צוויי לעבעדיגע יתומים׳לעך וועלכע האבן נישט געוואוסט וואוהין זייער באליבטער טאטע איז אהינגעקומען. יאסעלע האט פארלוירן זיין גאנצער האב און גוטס, און יעדער דאלאר וואס ער האט נאר פארדינט איז באלד געשווענדעט געווארן פאר די שעדליכע סחורה.

נאכן ווערן געעצה׳ט דורך עטליכע גוטע פריינט, האט יאסעלע מחליט געווען אריינצוגיין אין א רעהאביליטאציע צענטער זיך צו אויסקורירן און ווידעראמאל זיך אפגעוואוינען פון די שעדליכע דראגס. עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז זינט א מענטש גייט אראפ פון דראגס וועט ער שוין קיינמאל נישט פטור ווערן פון דעם רייץ און דראנג דערצו. די איינציגסטע מהלך צו פטור ווערן פון דעם אדיקציע איז נאר דורכן איבערצייגן דעם מח אז עס לוינט פשוט נישט די עטליכע מינוטן פון קורת רוח, און אז עס לייגט אוועק דאס לעבן אויף שטענדיג. דאס קען אבער א מענטש נאר עררייכן ווען ער האט טאקע אויף וואס ארויסצוקוקן, אבער ווען א מענטש געפינט זיך אין א שפל המצב איז עס אים פילפאכיג שווערער.

יאסעלע האט באמת פרובירט. יאסעלע האט פרובירט זיין גאנץ לעבן, און עטליכע מאל געוואונען. אבער דעם לעצטן קלאפ האט ליידער דער מלאך המוות געגעבן.

די טראגישע ענדע
נאך א לענגערע תקופה פון זיך האלטן ריין און ׳סאובער׳ שטייענדיג אוועק פון די שעדליכע דראגס, אין יענעם פארכמארעטן פארנאכט, האט די סחורה גובר געווען איבער יאסעלע׳ן, און אים פארשניטן פון דער וועלט אויף וועלכן ער האט אזויפיל געליטן נעבעך, און האט ענדגילטיג צוגעברענגט אז די פארוואגלטע נשמה וואס האט ליידער נישט געוואוסט פון קיין רו, זאל אנקומען למנוחה נכונה אין א יונגער עלטער.

יענע ביטערע נאכט האבן אלע הימלען געוויינט, א שלאקס רעגן האט געגאסן בעת וואס די חברים און פאמיליע האבן באגלייט יאסעלע׳ן אויף זיין לעצטער וועג. ״השם ינקום דמך, יאסעלע״ האבן די ליפן געשעפשעט ״זאל דער רבש״ע זיך נוקם זיין אין די אלע וואס האבן אנטייל גענומען אין דיין פיינפולן און ענדלאזער טויט״ האבן די מוחות געקלערט. יאסעלע איז שוין אין א רואיגער פלאץ,און זיין נשמה רוט זיך אפ פון אזויפיל בלאנזשען און וואנדערן. אינדערהיים זיצן נעבעך די פיצינקע יתומים׳לעך און ווייסן ניטאמאל פון זייער טראגישער פארלוסט, דען זיי האבן נאכנישט דעם שכל צו פארשטיין.

און מיר זאגן צו יאסעלע׳ן: דיין בלוט איז נישט אויף הפקר פארגאסן געווארן. מיר וועלן זיכער מאכן אז כאטש עמיצער איבער דער וועלט זאל צוטרייסלט ווערן, און פארזיכערן זיך אפצוהיטן, זאל עס טאקע זיין לעילוי נשמתך. תנוח בשלום על משכבך, ותהא נשמתך צרורה בצרור החיים.

--

עפילאג

א נייער בראשור איז צושפרייט געווארן איבער די היימישע גאס מיטן נאמען ״וואו איז יאסעלע?״ אין וועלכן עס ווערט פאכמאניש געשילדערט די געשיכטע פון אסאך דורכשניטליכע בחורים וועלכע לערנען אין אלע ישיבות, און עס לייגט אראפ די אינערליכע מלחמות וואס זיי אלע פירן צווישן זיך און דעם יצר, איבער כל מיני ענינים. בעיקר באציט זיך דער בראשור איבער דעם ענין פון ווידעא קליפס, וועלכע בחורים קוקן זיך אן. עס פארציילט די געשיכטע ווי עס הייבט זיך אן מיט א מצוה טאנץ קליפ, און ענדיגט זיך ביי דאס ארגסטע ה״י.

מיר מעגן אבער חלילה נישט פארפאסן צו רעדן איבער אלע יאסעלעך, און אלע משה׳לעך, און אלע רבקה׳לעך, און אלע טויבא׳לעך, און אלע אידישע קינדער וועלכע ווערן נעבעך פארפאלן טאג טעגליך אויפן מזבח פון פארשוועכונג און דראגס. די שטריכן וועלכע ציען פון פארשוועכונגס, שלעפן אויף די קייטן פון דראגס, און פירן אריין די נשמות קדושות אין אן ענדלאזער געראנגל מיטן שטן המשחית.

די ימים פון טרערן וואס זענען שוין פארגאסן געווארן, און ווערן פארגאסן, סיי דורך די באטרעפנדע יאסעלעך וכדו׳ און סיי דורך אלע זייערע באקאנטע. עס פאדערט און נאגט. טוט עפעס, מאכט עפעס. רודערט עפעס אויף. די שטילקייט מאכט אונז טויב, מיר קענען מער נישט שווייגן. בחוץ תשכל חרב ובחדרים אימה, עס איז נישט נאר אן אויסשפריך, נאר דאס טוט זיך פאקטיש אפשפילן אין די גאסן.

אידישע קינדער, יא יא, היימישע, מיט שטריימל און בעקיטשע, טוען זיך ראנגלען מיט געפערליכע אדיקציעס וועלכע זיי האבן נישט געוואלט אויף זיך ברענגען, נאר מיטן הילף פון די שלעכטע ׳חברים׳ וועלכע קענען זיך נישט זען אליינס אין פעקל, צו ווייל זיי האבן א רייץ צום דאלאר, קומען זיי ליידער אן אויפן גליטשער וואס טראגט אראפ ביזן טויטליכן ענדע. עס איז שוין גענוג צייט פאריבער פון שווייגן, די צייט פון פועל זיין און עוסק זיין בעניני נפשות איז שוין באלד פארביי. פון אלע ווענט איבער די בתי חיים שרייט זיך: ״הצילו בעוד מועד!״ לאמיר זיך ראטעווען ווילאנג עס איז נאך דא וועמען צו ראטעווען.

עשה למענך אם לא למעננו. טוט פאר זיך אליינס, אויב נישט פאר כלל ישראל. קיינער איז דערפון נישט אויסגעשלאסן, יעדער קען חלילה דארט אנקומען. עס איז שוין היינט א וועלט ווי אלס קומט אן ביזן טיר, מען דארף שוין נישט זוכן דעם שווערד, מען קען באשטעלן דעם שטאך צו זיך אין שטוב ה״י. און דער וועג איז גרינג און נישט לאנג.

די נשמות שרייען אראפ צו אונז פון כסא הכבוד: ״זאגט זיי, שטייט ווייט! אנטפלעקט זיי, שלא ימותו כדרך שמת יאסעלע!״.

--

זאל דאס זיין לע״נ די הייליגע און טייערע נשמה פון יאסעלע ז״ל, אונזער טייערער חבר.

ת.נ.צ.ב.ה.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 448

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך צווייטער »

כ'וויין מיט דיר
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8785

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW, WOW.

אוי, אוי.

הייליג, ביטער.

הייליג גערעכט, ביטער פארציילט! זאל זיך דער בורא עולם מרחם זיין. אוי, קוק אראפ הימל און זע דעם פייער וואס אזויפיל אידן מאכן דאס מיט.

---

נ.ב. פערצענטועל איז מסתמא דא מער יוסעלעך וואס די SD קארטל כאפט אים אריין. און, פון דארט קען עס אנקומען צו אזא שיעור אויך.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 781

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך מאטאווירט »

אוי געוואלד!

מיינע אויגן זענען נאס! איך געדענק נישט ווען איך האב זיך לעצטע מאל צעכליפעט אינמיטן ליינען אן ארטיקל!

איי ווי גערעכט... דער יאסעלע פון וועמען איר רעדט איז דאך שוין יעצט אויף א גוט פלאץ. אבער וויפיל אזעכע יאסעלעך בעטן זיך ביי אונז, און וויינען פאר הילף!!

די וועלט דארף אויפשטיין פון שלאף, און אלע העפטיגע אקטיוויטעטן דארפן געפרוירן ווערן פאר א וויילע.
מען דארף ריכטן די אויגן, קאנצעטרירן דעם פאקוס, און ברענגען א דערלייכטערונג פאר די הייליגע אומשולדיגע יאסעלעך!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 248

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך באשיינפערליך »

@טישטוך אין מילים! באמת, נישט דא וואס צוצולייגן!

מיר געדענקן נאך ווען אויף יענע וועלט האסטו פארפירט קעגן די משחיתים וואס דרייען אריין אומשולדיגע נשמות אינעם ענדלאזן חשחות׳דיגע סייקל, אלעס פאר אפאר פארשטינקענע דאלער.

אבער דא האסטו עס גענומען צום קומענדיגן שטאפל, דאס הארץ רייסט!
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1857

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך ווינטעלע »

יוששש.... אראפ געטישטוך'ט א נארטיקעל, און ארויס געטישטוך'ט א וויי געשריי!

#גאו טישטוך גאו

א נקודהלע. נאך יוסעלע האט ליידער פארלאזט אונזער עולם, האבן די קיפקעס געגאסען נעגעטיוויטי, און פארסטעמפעלט יוסעלע אלץ א נישטיגע אוי' טי' די',
שטייצעך די אויסגאבעס האבן נישט געמאלדען איבער די הייליגע נשמה, נישט וועלענדיג אנרירען א קאנטראווערשיל נושא....
פארהאקט א בוך.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 167

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך טישטוך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:08 pm נ.ב. פערצענטועל איז מסתמא דא מער יוסעלעך וואס די SD קארטל כאפט אים אריין. און, פון דארט קען עס אנקומען צו אזא שיעור אויך.
אוי למען ה׳, וואו קומט אריין פראצענטואל ווען מען רעדט פון דיני נפשות?

איז דען איין אזא געשיכטע נישט גענוג צו אויפרודערן א וועלט? אויף וואס ווארט מען?

און אויב רעדט מען שוין פון פראצענטן, קומען ניינציג פראצענט בחורים ארויס אומבארירט פון די SD קארטלעך, און ניינציג פראצענט יאסעלעך פון דראגס קומען ליידער נישט ארויס. עס איז א לעבנסלענגליכער געראנגל אין וועלכן מען ענדיגט ע״פ אין טורמע אדער אין בית העלמין, ה״י.
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 86

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך שמערלינג »




באקומען אויף א חברים גרופע.

מצוה לפרסם!
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 259

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך פשוטער איד »

באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:29 am @טישטוך אין מילים! באמת, נישט דא וואס צוצולייגן!

מיר געדענקן נאך ווען אויף יענע וועלט האסטו פארפירט קעגן די משחיתים וואס דרייען אריין אומשולדיגע נשמות אינעם ענדלאזן חשחות׳דיגע סייקל, אלעס פאר אפאר פארשטינקענע דאלער.

אבער דא האסטו עס גענומען צום קומענדיגן שטאפל, דאס הארץ רייסט!
א לייק פאר די אוסדריק *יענע וועלט*
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 272

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך world champion »

שרעקלעך!
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 167

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך טישטוך »

שמערלינג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:03 am


באקומען אויף א חברים גרופע.

מצוה לפרסם!
א דאנק פארן עס אזוי הערליך מסדר זיין. קודאס צום דעזיינער, געמאכט א הערליכע ארבעט. לאמיר האפן אז דאס זאל צירקולירן און ברענגען אז כאטש זאל מען נישט פארשווייגן און שטופן דעם ברענעדיגן אישו אונטערן טעפיך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8785

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שמערלינג גוט! נעקסט לעוול! יישר כח גדול, יעצט דרוק איך עס ארויס פאר די משפחה.

@טישטוך כהאב אודאי נישט געמיינט צו פארמינערן, נאר א לימוד זכות פארוואס איינער זאל ביזי זיין מיט יענע יוסעלעך בעפאר ער טוט וועגן די יוסעלעך.

לגבי וויפיל פראצענט ווערן געשעדיגט פון SD קארטלעך לאמיר לאזן פאר א צווייטן אשכול, איך ווייס אויך נישט דעם אמת, אבער יתכן אז אפילו אויב עס שעדיגט נישט 90 פראצענט בחורים אויף הונדער פראצענט, שעדיגט עס אבער 90 פראצענט בחורים מיט 10 פראצענט. והבן ואכמ"ל.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3506

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך נקודות טובות »

א גרויסען ייש כח @טישטוך . געווענדליך ליין איך נישט קיין לענגערע ארטיקלען, אבער דאס איז פון די געציילטע ארטיקלען וואס איך בין יא אנגעקומען צו ליינען. זייער א ווארים הארציגער ארטיקעל, שיין געשריבען, מיט א גוטע חומר.

מצד אחד קענסטו בלעימען די פארשוועכערס, וואס לויט ווי די מעשה גייט איז נאר די אלטע פיין פון די פארשוועכונג איז דאס וואס האט גורם געווען אלעס אויף שפעטער, און מיט רעכט. די נושא איז זייער ווייטאגלעך, און דאס איז א פראבלעם וואס האט ליידער ליידער נישט קיין סעלושען כעת. מען קען אסאך דן זיין אויב די מהלך וואס די יהדות החרדית האט געננועמן צו דעם איז טאקע די ריכטיגע, און לויט אלע ווארשיינליכקייטען איז עס קלאר נישט.

מיין שאלה איז ווי קומט דאס אן צו דראגס? דאס אז א בחור זאל זיך לאזען אריין נער'ן אין פעקל צוליב פארשוועכונג, איז נישט די געווענליכע פרשה. נאר עפעס מער טריגערט אים. דער בחור האט נאך אן אינערליכע דראנג וואס ער קען נישט אפשטילען, און דעריבער איז ער נישט ביכולת צו זאגן ניין!

צו בלעימען די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה איז אויך נישט ריכטיג. דער סוחר איז נישט מער ווי די מיטל. דאס אז מעקדאנעלד פארקויפט חזיר פלייש, האט נאכנישט אריינגעלייגט קיין איין היימישע איד אין א נסיון. די נסיון קומט פון א צווייטע טריגער, און מעקדאנעלד'ס איז נאר די מיטעל. וכן הכא.

א מענטש וואס איז באקוועם מיט זיין טאג טעגליכען לעבן, איז בדרך כלל נישט אין קיין סכנה אפילו אויב איז ער אריבער שווערע תקיפות אין לעבן. דאס זיין אויסגעשטעלט צום נסיון איז די צריך עיון, וואס טאקע טריגערט די מענטשען?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 882

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm
צו בלעימען די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה איז אויך נישט ריכטיג. דער סוחר איז נישט מער ווי די מיטל. דאס אז מעקדאנעלד פארקויפט חזיר פלייש, האט נאכנישט אריינגעלייגט קיין איין היימישע איד אין א נסיון. די נסיון קומט פון א צווייטע טריגער, און מעקדאנעלד'ס איז נאר די מיטעל. וכן הכא.

א מענטש וואס איז באקוועם מיט זיין טאג טעגליכען לעבן, איז בדרך כלל נישט אין קיין סכנה אפילו אויב איז ער אריבער שווערע תקיפות אין לעבן. דאס זיין אויסגעשטעלט צום נסיון איז די צריך עיון, וואס טאקע טריגערט די מענטשען?
די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה גייען ארום אריין נארען אזעלכע יוסל’עך משא”כ מעקדאנעלד
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3506

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך נקודות טובות »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:59 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm
צו בלעימען די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה איז אויך נישט ריכטיג. דער סוחר איז נישט מער ווי די מיטל. דאס אז מעקדאנעלד פארקויפט חזיר פלייש, האט נאכנישט אריינגעלייגט קיין איין היימישע איד אין א נסיון. די נסיון קומט פון א צווייטע טריגער, און מעקדאנעלד'ס איז נאר די מיטעל. וכן הכא.

א מענטש וואס איז באקוועם מיט זיין טאג טעגליכען לעבן, איז בדרך כלל נישט אין קיין סכנה אפילו אויב איז ער אריבער שווערע תקיפות אין לעבן. דאס זיין אויסגעשטעלט צום נסיון איז די צריך עיון, וואס טאקע טריגערט די מענטשען?
די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה גייען ארום אריין נארען אזעלכע יוסל’עך משא”כ מעקדאנעלד
זיי ווייסען וועמען צו נער'ן, וואס דאס מאכט קלערן אז די פראבלעם הויבט זיך נישט אן דא.

איך בין נישט דא צו פארענטפערן די סוחרים בכלל.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 781

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך מאטאווירט »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:06 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:59 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm
צו בלעימען די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה איז אויך נישט ריכטיג. דער סוחר איז נישט מער ווי די מיטל. דאס אז מעקדאנעלד פארקויפט חזיר פלייש, האט נאכנישט אריינגעלייגט קיין איין היימישע איד אין א נסיון. די נסיון קומט פון א צווייטע טריגער, און מעקדאנעלד'ס איז נאר די מיטעל. וכן הכא.

א מענטש וואס איז באקוועם מיט זיין טאג טעגליכען לעבן, איז בדרך כלל נישט אין קיין סכנה אפילו אויב איז ער אריבער שווערע תקיפות אין לעבן. דאס זיין אויסגעשטעלט צום נסיון איז די צריך עיון, וואס טאקע טריגערט די מענטשען?
די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה גייען ארום אריין נארען אזעלכע יוסל’עך משא”כ מעקדאנעלד
זיי ווייסען וועמען צו נער'ן, וואס דאס מאכט קלערן אז די פראבלעם הויבט זיך נישט אן דא.

איך בין נישט דא צו פארענטפערן די סוחרים בכלל.
פון צווישן די אין יענע צירקל איז זיכער אז די סוחרים זענען שולדיג. יעדע מענטש קען האבן אמאל א שווערע מצב, און אין אזא מצב קען מען אים גרינג פארכאפן, און די חברה קענען דאס גוט.

די פראגע איז צי מיר דארפן נישט קלאפן על חטא, אבל אשמים אנחנו, אז מ'רעדט נישט גענוג פון דעם נושא און מ'דרייט נישט איבער וועלטן איבער די נעבעכדיגע אומשולדיגע נשמות וואס גייען דורך א לעבן פון פיין און יסורים.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 167

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך טישטוך »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm א גרויסען ייש כח @טישטוך . געווענדליך ליין איך נישט קיין לענגערע ארטיקלען, אבער דאס איז פון די געציילטע ארטיקלען וואס איך בין יא אנגעקומען צו ליינען. זייער א ווארים הארציגער ארטיקעל, שיין געשריבען, מיט א גוטע חומר.

מצד אחד קענסטו בלעימען די פארשוועכערס, וואס לויט ווי די מעשה גייט איז נאר די אלטע פיין פון די פארשוועכונג איז דאס וואס האט גורם געווען אלעס אויף שפעטער, און מיט רעכט. די נושא איז זייער ווייטאגלעך, און דאס איז א פראבלעם וואס האט ליידער ליידער נישט קיין סעלושען כעת. מען קען אסאך דן זיין אויב די מהלך וואס די יהדות החרדית האט געננועמן צו דעם איז טאקע די ריכטיגע, און לויט אלע ווארשיינליכקייטען איז עס קלאר נישט.
פארשוועכער זענען א גרויסער פראבלעם, אבער היינט צוטאגס (האף איך אז) נעמט מען קעיר דערפון, עכ״פ סאך מער ווי אמאל. אבער דאס איז געווען דער אנהויב צום טראגישן ענדע. יאסעלע האט נעבעך קיינמאל נישט איבערגעלעבט דעם פארשוועכונג.
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm מיין שאלה איז ווי קומט דאס אן צו דראגס? דאס אז א בחור זאל זיך לאזען אריין נער'ן אין פעקל צוליב פארשוועכונג, איז נישט די געווענליכע פרשה. נאר עפעס מער טריגערט אים. דער בחור האט נאך אן אינערליכע דראנג וואס ער קען נישט אפשטילען, און דעריבער איז ער נישט ביכולת צו זאגן ניין!
יעדער דיעלט מיט טראומא אנדערש. עס ווענדט זיך אויך וואס פונטקליך עס האט פאסירט. א גרויסע מערהייט פון מענטשן וועמען איך קען, זייענדיג אביסל פארמישט אין דעם נושא, זענען אנגעקומען צו דראגס נאכן האבן טראומא פון פארשוועכונג (אויך אנדערע זאכן, אבער דאס בעיקר) און זייענדיג וואלנערעבל זענען זיי די גרינגסטע פלייש אריינצוכאפן אין זאק.
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm צו בלעימען די אגענטען וואס פארקויפן די סחורה איז אויך נישט ריכטיג. דער סוחר איז נישט מער ווי די מיטל. דאס אז מעקדאנעלד פארקויפט חזיר פלייש, האט נאכנישט אריינגעלייגט קיין איין היימישע איד אין א נסיון. די נסיון קומט פון א צווייטע טריגער, און מעקדאנעלד'ס איז נאר די מיטעל. וכן הכא.
דארפסט קענען דעם אופן וויאזוי מען פארקויפט דראגס. עס הייבט זיך אן אז דער באטרעפנדער יאסעלע זוכט די סחורה, אבער דער דיעלער האט דאן די כוחות אים צו איבעררעדן אז ער זאל קויפן גרעסערע קוואנטומס, און אנהייבן פרובירן נייע און מער שעדליכע סארט. עס איז זייער אנדערש ווי דיין מעקדאנעלדס משל.
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:41 pm א מענטש וואס איז באקוועם מיט זיין טאג טעגליכען לעבן, איז בדרך כלל נישט אין קיין סכנה אפילו אויב איז ער אריבער שווערע תקיפות אין לעבן. דאס זיין אויסגעשטעלט צום נסיון איז די צריך עיון, וואס טאקע טריגערט די מענטשען?
און אויב איך וועל דיר זאגן אז איך קען ליידער אזויפיל קעיסעס פון ׳מענטשן וואס זענען באקוועם מיטן טאג טעגליכער לעבן׳ וועלכע פילן נעבעך אן די גייסטישע אנשטאלטן נאכן זיך איבערפולן מיטן סם המוות?

נאר יעצט זיצט נעבעך א חשוב׳ער ראש המשפחה פון וויליאמסבורג אין א גייסטישער אנשטאלט, אויך צוליב דעם. יאסעלע איז אויך נעבעך אפגעזעצן אין אזעלכע מקומות. ווען איך בין אמאל געגאנגען באזוכן א יאסעלע אין אן אנשטאלט האב איך דארט געטראפן באקאנטע געזיכטער אויף וועמען מ׳האט געשמועסט אז זיי זענען געפארן אויף וואקאציע...

טאקע דערפאר בין איך דא צו פרובירן אונטערהייבן דעם שטויביגער טעפיך וואס איז שוין ממילא שיף.
אוועיטער
לחידודא
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:36 am
x 40

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך לחידודא »

הארץ רייסנד.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3506

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך נקודות טובות »

טישטוך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:04 pm
די מציאות איז אז די פארשוועכערס וועלן אין מערסטענס פעלער זיכען צו רייטען אויף אזוי געריפענע וואלנערבעל קינדער/בחורים. און די סיבה דערצו איז ווייל זיי ווייסען אז אזוי זענען זיי באשיצט...
די חברה אין אלגעמיין ארבעטען זייער קלוג, כמאמר העולם יעדע שמויגער פאר זיך טויג ער. אודאי איז דא מציאות'ען וואס איז נישט אזוי, אבער איך רעדט בדרך כלל. (פארשטייט זיך אז איך רעד פון די שיינע אידן פארשוועכערס א שטייגער ווי ביי יאסעלע, און נישט ביי די וואס יעדער ווייסט אז כמתחוי קשת איז ביי זיי נישט גענוג...)

די זעלבע איז אויך ביי דראגס, יעדער פארשטייט זיין קלייענטעל. דער סוחר ווייסט וועמען צו טארגעטען, ווייל ער קען זייער גוט זיין ביזנעס און ער פארשטייט ווער זיינע קונים זענען. איך שטעל מיך פאר אז א געלונגענע אגענט וועט נישט צו גיין צו אן אלגעמיינער בחור. נאר דוקא צו אזא בחור אזוי וויי דיין יאסעלע וואס ער געווארן מקושר צו ר' נחמן, און לערנט שיעורים מיט עלטערע בחורים...
איך בין נישט מזלזל אין ברסלב בכלל, אבער דאס אז ברסלב איז א מקום מוכן ל****** פאר בחורים איז נישט קיין סוד. פון די ערשטע פלעצער וואו א סוחר גייט צו טרעפען נייע קלייענטס איז ביי אזעלכע חבורות...

די טבע פון א מענטש איז, אז ווען ער האט א שוואכקייט וואס א צווייטער ברענגט ארויס צום אויבערפלאך וועט ער אנשטאט זיך שעלטען, שעלטען דער וואס האט גורם געווען אז די חסרון זאל אורויסגעברענט ווערן.
דאס אז א בחור אינגערמאן לאזט זיך איבער רעדן צו דראגס, איז זיין פראבלעם און נישט דעם סוחר'ס פראבלעם. אודאי די סוחרים דארף מען מחרים זיין אלץ דער וואס געבט די מעגליכקייט פאר דעם, און דאס האט שוין ליידער געקאסט נפשות יקרות מישראל. אבער די עוולה איז געטוהן געווארן דורכ'ן באטרעפענדער, און נישט דער סוחר!
איך בלעים נישט דעם בחור/אינגערמאן פארן זיך לאזן נער'ן מיט דראגס, ווייל אויב גייט ער אריבער א שוועריקייט איז ער נישט אינגאנצען בעל הבית אויף זיך. אבער פארט איז ער דער שולדיגער, וכמאמר הגמרא אין אדם חוטא אלא א''כ נכנס בו רוח שטות. ווען מען טוט אן עבירה געבט מען אויף דעם א דין וחשבון, און די תירוץ פון נכנס בו רוח שטות העלפט גאנץ קנאפ!

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז די פראבלעם פארוואס מען הערט זיך אן מיט אזוי פיל האר אויפשטעלנדע געשיכטעס איז נישט די סיבה דערצו די סוחרים, ווייל אויב אזוי קענסטו אויך בלעימען די שמשים פארן פארקויפען אלקהאל לכבוד שבת. ליידער איז די מחלה פון אלקהאליקס שטארק געשטיגען אין די לעצטע צעהן יאר. אבער ניין די שולדיגער איז דער באטרעפענדער זעלבסט וואס האט זיך נישט באהערשט, און נישט דעם משמש!

די פראבלעם איז אז מענטשען היינט לעבן מיט סטאנדארטען וואס זיי קענען אליינס נישט נאלויפען, סיי די בודזשעט ערלויבט אים נישט, און סיי זיין גייסטישע פרעשור. דאס מאכט חרוב זיין גייסט, און די איינציגע מהלך זיך ארויסצוזעהן אויף א שעה צוויי פון די נאכאנאדער פרעשור איז א גלעזעלע ברוינפען, אדער א טשאקלעד... דאס איז די פראבלעם!
ביי בחורים אין ישיבה איז די פראבלעם אז ער איז נישט צופרידען מיט זיך, ער ברענגט אן טעג, וואכען, חדשים, יארן!!! מיט זאכן וואס ער טרעפט נישט קיין סיפוק אין דעם, און צוליב דעם ווערט זיין גייסט צוקלאפט, און ער זוכט אויך א קורץ טערמיניגער וועג ארויס. דאס איז די פראבלעם!!!

משא''כ פארשוועכערס, וואס נעמען אידישע קינדער שלא טעמו טעם, און ניטאמאל חלומ'ען זיי זיך אז אזאלכע מחשבות קענען זיך דרייען ביי ערוואקסענע מענטשען, און נאך ביי אזעלכע שיינע אידן. און פארשוועכען זיי פאר'ן אייגענעם אגענדע, אנדעם וואס דער באטרעפענדער אומשולדיג וויקטעם זאל בכלל איינקעשן עפעס פון דעם חוץ פון א שטענדיגע טראמע!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8785

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW

@נקודות טובות דו קומסט דא צווישן די ווערטער מיט א גאר גאר הארבע שווערע לגבי א געוויסע חבורה, פון פראקטישן שטאנדפונקט.

בין איך נייגעריג צו דאס קען ווערן אונטערגעשטיצט דורך מומחים מיט עקספיריענס? אדער ס'איז נאר אן השערה.
אוועיטער
Yankel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 495
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 480

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך Yankel »

יאפ מטאר נישט פארגעסן די מצב איז אזוי וויטאגלעך די פאפיר דא איז דאך אזא סבלן
@טישטוך יא נעילד איט
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 620
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 497

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך קיינמאל »

Wow נישט דא קיין ווערטער

וואס איז טאקע די עצה פאר דעם
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 31

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך ר' דן »

מען דערקענט אז עס ווערט ארויסגעשריבן פון אן אפענע וואונד

די האסט א גרויסע זכות מיט דיין שרייבן הרב @טישטוך האסט שוין אסאך אידן צוריק געהלטן דערפין לויט וויפיל איך זעה און הער.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
שמשון הגיבור
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 3:22 am
Location: נ’’י
x 11

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך שמשון הגיבור »

עס איז א מצוה צו מפיץ זיין דאס ארטיקעל ס׳קען איינשפארען פיל עגמת נפש און אויך ראטעווען מענטשען פון טויט.
ליידער פאריאר איז געוועין אריבער 200 אידישע קרבנות הי׳׳ד [מענער און פרויען] פון דראג׳ס ה׳׳י רח׳׳ל
און מצד שני מחזק און מקרב זיין אן אדערע אדער אפילו זאגען א גוט ווארט קען אויך אויפטיען א געוואלד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5037
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8785

Re: וואו זענען די יאסעלעך?! הי״ד!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך בין שאקירד געווארן דעם שב"ק ווען מ'האט געשמועסט אין שול איבער דעם ארטיקל, און כבין געוואויר געווארן בתוך הדברים אז מ'רעדט דא פון א לעבעדיגע יעצטיגע געשעעניש!

כ'האב געהעריג געמיינט ס'איז א משל!

אוי, עס רייסט שטיקער!
שרייב פאוסט