ווען א פייער שטורעם באקומט פליגלען - מיליטערמאן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מיליטערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 1197

ווען א פייער שטורעם באקומט פליגלען - מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

מיליטערמאן אטיקל - קעפל אפדעיט 2.jpg
מיליטערמאן אטיקל - קעפל אפדעיט 2.jpg (320.14 KiB) געזען געווארן 164 מאל
די דראמאטישע ארעסט פונעם ווענעזועלער דיקטאטאר ניקאלאס מאדורא דורך די פאראייניגטע שטאטן, דעם פארגאנגענעם דריטן יאנואר,
האט געברענגט גאר אסאך אויפמערקזאמקייט צו איינע פון די מערסט אינטערעסאנטע מאשינען,
וואס די "ספעציעלע אפעראציעס קאמאנד" (SOCOM) פארמאגט:

די רעדע איז פונעם "דירעקט עקשאן פענעטרעיטאר" (DAP) מאדעל, פון די אמעריקאנע ארמיי'ס MH-60M "בלעק האק" העליקאפטערס,
וואס די סארט מעכטיגע העליקאפטערס דינען אלס די שווערע באוואפנטע "גאנשיפ" העליקאפטערס
פאר די עליטע 160'סטע ספעציעלע אפעראציעס אוויאציע רעגימענט (SOAR), וואס זיי זענען אויך באקאנט אלס די "נייט סטאלקערס" (Night Stalkers),

די נייט סטאלקערס באשטייט פון די מערסטע עליטע פילאטן אויף די וועלט,
מיט איין קלארע און ספציפישע מיסיע: אריינצפירן און ארויסנעמען בשלום די העכסטע ספעציעלע איינהייטן וואס די אמעריקאנער מיליטער פארמאגט
– ווי למשל די "דעלטא פארס" און "סיל טיעם 6" – אין די מערסט געפארפולע זאנעס דורכצופירן העכסט ריזיקאלישע אפעראציעס.
די מיסיע אין ווענעזועלע איז געווען א פערפעקט ביישפיל פאר די סארט אפעראציעס פאר וועלכע די DAP העליקאפטערס זענען געמאכט געווארן: צו געבן שטיצע פאר די ספעציעלע אקציעס.

די העליקאפטער ביים שיסן ראקעטן.

בילד

כאטש וואס דורכאויס די יארן האבן פארשידענע לענדער שוין גענוצט שטארק-באוואפנטע מאדעלן פון די "בלעק האק" פאמיליע,
זענען אבער די DAP העליקאפטערס וואס די 160'סטע רעגימענט נוצט אן קיין ספק די מערסט פארגעשריטן און די בעסטע אויסגעשטאט.
און דאס איז אפילו ווען מען פארגלייכט עס צו די געווענליכע MH-60 העליקאפטערס וואס די 160’סטע רעגימענט פארמאגט.
וואס כאטש יענע העליקאפטערס ווערן בעיקר גענוצט פאר לייכטע טראנספארט, און אליין זענען אויך זייער מאכטפול, און פארגעשריטען,
דאך קומען זיי אפי’ נישט נאנט, צו די ספעציעלע אפגרעידס און די וואפנס וואס די DAP מאדעל פארמאגט.

די 160'סטע רעגימענט נוצט שוין די ספעציעלע DAP בלעק האק העליקאפטערס בערך זייט יאר 1990,
און זייער הויפט מיסיע איז צו באגלייטן אנדערע העליקאפטער, און צו געבן קלאוז עיר סופארט (קאמפן פון די נאנט) .
היינט-צו-טאגס נוצט די איינהייט נאר די פארבעסערטע MH-60M מאדעל.

די העליקאפטערס ארבעטן אינאיינעם מיט די M/AH-6M "ליטל בירד" העליקאפטער, וואס איז א קלענערע סארט גאנשיפ מאדעל,
און מיט די MH-47G "טשינוק" וואס איז בעיקר א מאדעל פאר שווערע טראנספארט.
(ס'איז כדאי צו באמערקן אז די MH-47G טשינוק מאדעל איז אויך גענוצט געווארן ביי די אקציע צו פארכאפן מאדורא)

ווידעאוס פון די אפעראציע עבסאלוט ריזאלוו האבן געוויזן דעם MH-60M DAP העליקאפטער אין עקשאן, און עס איז באריכטעט געווארן אז מ'האט עס גענוצט ביי די מאסיווע אטאקע אויף "פארט טיונא" (Fort Tiuna) אין קאראקאס,
דאס איז די גרעסטע און מערסט באפעסטיגטע מיליטערישע קאמפלעקס אין ווענעזועלע, וואס דינט אלץ די הויפטקוואטיר פאר די ווענעזועלע פירערשאפט.

ווען ס’רעגנט פייער.

א ווידעא פון א DAP העליקאפטער אין עקשן (אין אפגאניסטאן).

כאטש ס’איז געווען געוויסע באריכטן וואס האבן בטעות אידענטיפיצירט דעם העליקאפטער אלס אן ’’AH-1Z ווייפער" פון די מארינס,
האט זיך אבער שפעטער ארויסגעשטעלט אז דאס איז באמת געווען א DAP העליקאפטער, וואס די סארט העליקאפטערס זענען ספעציעל דיזיינט פאר קלאוז עיר סופארט,
און זייער הויפט טאקטיק איז א קאמבינאציע פון שיסן מיט מאשין-געווער און ראקעטן ביידע אויפאיינמאל.

די היינטיגע DAP סטרוקטור באשטייט פון א ספעציעלע "MH-60M" העליקאפטער וואס איז אויסגעשטאט מיט קליינע פליגלען אויף די זייטן, וואס דאס לאזט אים טראגן א ברייטערע אויסוואל פון וואפן. די פליגלען קענען האבן איינס אדער צוויי האלטערס אויף יעדע זייט וואו מ'קען אנהענגען די וואפן.
א וויכטיגע זאך איז, אז די MH-60M פליגערס זענען "דואל-ראל" דהיינו אז זיי דינען צוויי צוועקן,
און מ'קען זיי איבערמאכן פון א DAP קאמף דיזיין, צוריק צו א פשוט'ע טראנספארט העליקאפטער אין בערך צוויי שעה אדער נאך ווייניגער, דורכן אראפנעמען אדער ארויפלייגן די פליגלען.
די דאזיגע פלעקסיביליטי געבט א שטארקע מעגליכקייט צו טוישן די פלענער לויט די נויט, מיט'ן זעלבן העליקאפטער.

לעצטענס האט די MH-60M העליקאפטערס פון די 160'סטע אפטיילונג פארבעסערט די מעגליכקייט,
דורך נייע לייכטע פליגלען וואס הייסט די MLASS.
די פליגלען זענען פיל לייכטער ווי די אלטע מאדעלן, און עס איז אסאך גרינגער פאר די טעקנישנס אויפ'ן גראונד עס ארויפצולייגן אדער אראפנעמען לויט'ן געברויך, ווי אויך ערלויבט עס אנשטאט דעם צו טראגן מער וואג פון עקוויפמענט און וואפן.
דאך קען מען אבער נאך אלס ניצן די אלטע ESSS פליגלען אדער די פשוט'ע פליגלען וואס אטאקע העליקאפטערס נוצן אלס אנדערע אפציעס.

די פליגלען וואס קענען האלטן א ברייטע אויסוואל פון וואפנס.

בילד

וועגן די וואפן וואס עס טראגט:
די DAP העליקאפטערס קענען פירן א קאמבינאציע פון 70-מילימעטער ראקעטן,
AGM-114 לופט צו ערד העלפייער מיסילס,
סטינגער ATAS לופט צו לופט מיסילס,
די GAU-19/B וואס איז א 50 קאליבער מאשין גאן
און 30-מילימעטער M230 קאנאנען.
(די M230 קאנאן איז די זעלבע וואפן וואס מ'געפינט אויף די באקאנטע "אפאטשי" (AH-64 Apache) אטאקע-העליקאפטערס)
און צוגאב צו דעם, האט די DAP צוויי 7.62-מילימעטער מיניגאן ביקסן אויף ביידע זייטן פון די העליקאפטער,
וואס מ'קען אנשטעלן אז זיי זאלן שיסן גראד אויף פאראויס צו פארשטערקערן די פייער-פאוער.
די 70-מילימעטער ראקעטן רעכענען פארשטייט זיך אריין די פארגעשריטענע "APKWS II" ווערסיעס, וואס פארמאגן לעיזער-גיידענס סיסטעמען,
וואס דאס העלפט די DAP העליקאפטערס צילן מיט אן אויסערגעווענליכע פינקטליכקייט (ווי דערמאנט דא)

דא קען מען זען די 30 מילימעטער M230 מאשין גאן אויף די פליגל, און העכער דעם די 7.62 מילימעטער מיניגאן.

בילד

אויסער די כח פון די וואפנס וואס די 'DAP' מאדעל האט, איז די געווענליכע MH-60M אויסגעשטאט,
מיט א גאנצע רייע ספעציעלע טעכנאלאגיע און פארגעשריטענע סיסטעמען וואס זענען קריטיש וויכטיג פאר אירע שווערע מיסיעס,
וואס קומען אפט פאר אונטער זייער שווערע אומשטענדן, בעיקר אין די טונקלקייט פון די נאכט.

צווישן די וויכטיגסטע סיסטעמען איז דא א ספעציעלע ראדאר וואס קען נאכפאלגן דעם שטח (terrain-following radar), צו קענען פליען גאר נידריג אין טאלן צווישן בערג, אפי’ ביינאכט ווען ס’איז שטאק פינסטער און ס’איז נישט מעגליך צו זעהן מיט די אויגן,
אויך פארמאגט עס א אפאראט וואס אויסגעשטאטעט מיט פילע קאמערעס וואס קענען זעהן סיי בייטאג און סיי ביינאכט,
וואס איך וועל שפעטער מער מסביר זיין.
וואס די טעכנאלאגיע ערמעגליכט פאר די DAP העליקאפטער צו קענען גרינג אפערירן ביינאכט און פליען זייער נידריג אפי’ צווישן הויכע בערג און פעלזן שטיינער.

אחוץ פון דעם געניסט די 'DAP' מאדעל אויך פון כסדר'דיגע 'אפגרעיד' פראגראמען וואס פארזיכערן אז די MH-60M זאל שטענדיג זיין אפ-טו-דעיט, און קענען ארבעטן אויפ'ן בעסטן אופן נאר מעגליך.
למשל, די לופט פילטערס וואס מען זעהט היינט אויפ'ן מאטאר זענען צוגעלייגט געווארן ספעציעל כדי צו פארמיידן שאדנס וואס קומען פון פרעמדע זאכן וואס ווערן אריינגעצויגן אין די מאטארן. די פראבלעמען פלעגן אין די פארגאנגענהייט ספעציעל באטרעפן די DAP מאדעלן, וויבאלד עס פלעגט פאסירן אז רויך פון די ראקעטן און ליידיגע 'שעלס' וואס די העליקאפטער שיסט,
זאלן ווערן אריינגעצויגן אין די עפענונגען פון די מאטארן בשעת די העליקאפטערס האבן דורכגעפירט אטאקעס מיט'ן קאפ.

א ליסטע ארויסגעשטעלט דורך די ארמיי פון די לעצטערע אפגרעידס.

בילד

חוץ פון דעם געפינט זיך אויפן נאז פונעם MH-60M העליקאפטער נאך א ספעציעלע ראדאר סיסטעם וואס איז אויסגעשטעלט פונקט אינדערמיט, וואס העלפט דעם פילאט צו פליען גאר נידעריג און אויסמיידן סיי וועלכע שטערונגען אויפן וועג.
די נייערע און מער פארגעשריטענע "סיילענט נייט ראדאר" AN/APQ-187 האט שוין כמעט אינגאנצן איבערגענומען דעם פלאץ פון די אלטע AN/APQ-174 מאדעל.

די פארגעשריטענע סיסטעם ווערט אויך גענוצט אין די באקאנטע "נייט סטאלקער" MH-47G העליקאפטערס, HH-60 העליקאפטערס,
ווי אויך אין די MC-130J קאמאנדא II טראנספארט פליגערס פון די אמעריקאנער עירפארס, וואס ווערט אויך גענוצט דורך די נייט סטאלקער’ס

די ראדאר איז קריטיש וויכטיג פארן MH-60M צו קענען דורכפירן גאר נידעריגע פלי רייזעס ממש נאנט צו די ערד, אפילו ווען די וועטער איז שווער אדער אינמיטן די טונקלקייט פון די נאכט.
אזעלכע טאקטיקן זענען גענוצט געווארן אין ווענעזועלא און אין איראן,
וואס האט געהאלפן די העליקאפטערס זיך ארויסדרייען פון די שונא'ס לופט פארטיידיגונג סיסטעמען כדי מ'זאל זיי נישט קענען אויפכאפן.
עס ווערט באריכטעט אז בלויז איין העליקאפטער איז געשעדטיגט געווארן דורכאויס די אפעראציע צו כאפן מאדורא, אבער עס האט דאך באוויזן צו ענדיגן די מיסיע מיט סוקסעס,
און די זעלבע מיט די אפעראציע אין איראן ארויס צו ראטעווען די וואפנס אפיציר פון א אראפגעשאסענע F-15 פייטער זשעט,
ווי בלויז 2 HH-60 העליקאפטער זענען געשעדיגט געווארן אין די מיסיע און קיין איין העליקאפטער איז נישט אראפגעשאסן געווארן.
(און צוגאב צו 4 קליינע MH6 ליטל בירד העליקאפטער, וואס אמעריקע האט דעסטרויעד נאכן געשעדיגט ווערן, אבער נישט פון דעם רעדט מען יעצט.)

די AN/APQ-187 ראדאר.
בילד

גלייך אונטערן ראדאר אויפן נאז געפינט זיך די AN/ZSQ-2 סענסאר טורעט, וואס אונז האבן פריער דערמאנט,
וואס דאס פארמאגט ספעציעלע קאמערעס וואס ארבעטן מיט אינפרא-רעד טעכנאלאגיע צו קענען זען אלעס וואס טוט זיך אפ, אינאיינעם מיט א לעיזער וואס מעסט אפ די מרחק פונעם ציל.
און ביי די "דירעקט עקשאן פענעטרעיטאר" (DAP) מאדעלן, פארמאגט די סיסטעם אויך א לעיזער וואס דינט צו גיידן די ראקעטן און מאשין ביקסן פונקטליך צום ציל.

נאך א וויכטיגע סענסער צו קענען פליען אין שווערע אומשטענדן ווי שטויב, זאמד, שניי אדער נעפל, איז די DVEPS סיסטעם.
די סיסטעם נוצט א קאמבינאציע פון קאמערעס און "ליידאר" (LIDAR) וואס איז פארבונדן צו א דאטא-באזע פונעם שטח,
און די סיסטעם רעכנט כסדר אויס און שטעלט צאם וואס ס’זעט מיט די קאמראס און סענסארס פון די העליקאפטער,
מיט וואס די דאטא באזע ווייזט וויאזוי די שטח קוקט אויס.

אין די קומענדיגע בילד אינטערן ראדאר וואס איז אינמיטן פון די נאז קען מען זען די AN/ZSQ-2 און אויף די לינקע זייט פונעם AN/ZSQ-2 קען מען זען די סענסאר וואס ארבעט מיט די DVEPS סיסטעם.
מערקט די פילע אנדערע סענסארס ביי די זייטן און ווי אויך העכער די AN/APQ-187 ראדאר און אינטערן העליקאפטער.

בילד

בכלל די גאנצע פלאטע פון די 160'סטע SOAR איינהייט פארמאגט די מערסט באשיצטע העליקאפטערס אין די וועלט.
און דער MH-60M מאדעל איז נאר א גוטע דוגמה דערצו, היות ער איז אויסגעשטאט מיט א גאנצע רייע פארטיידיגונג סיסטעמען וואס ארבעטן צוזאמען מיט די אלע קעמראס אין סענסארס.

דהיינו אז זיין פארטיידיגונג-סיסטעם פארבינדט סענסארס וואס ווארענען איבער אינפרערעד מיסילס, ראדארן, און לעיזערס.
די אלע ארבעטן אינאיינעם מיט אקטיווע "דזשעמערס", עלעקטראנישע מלחמה סיסטעמס, לעיזער קאנטער-מיטלען,
און ספעציעלע "דיספענסערס" וואס געפינען זיך אויף ביידע זייטן פון די עק פונעם העליקאפטער, וועלכע שיסן ארויס מיטלען צו פארדרייען די אינפארעד מיסילס.

פארוואס דארף מען די אלע סענסארס?

די סעלף-פראטעקשן סיסטעמען וואס די 160'סטע SOAR פלאטע ניצט, ווערן כסדר אפדעיטעד צו קענען בייקומען פרישע סארט סכנות וואס ווערן כסדר אנטוויקלט.
און איינס פון די נייעסטע פארבעסערונגען פארן MH-60M איז די CIRCM סיסטעם. דאס איז א "דיירעקשאנעל אינפרערעד" פארטיידיגונג סיסטעם וואס ניצט לעיזער שטראלן צו בלינד מאכן און צעמישן די "אויגן" (seekers) פון מיסילס וואס זוכן היץ (אינפרא-רעד).
די סיסטעם איז פראדוצירט געווארן דורך נארטראפ גראמען און אינטעגרירט מיט די עקזיסטירנדע ווארענונג-סענסארס, וואס מעלדן פאר די לעיזערס וואו זיך צו דרייען קעגן די אינפרא-רעד מיסילס.
די זעלבע סיסטעם ווערט יעצט אויך אינסטאלירט אויף די געווענליכע ארמיי בלעק-האק העליקאפטערס, ווי אויך אויף די CH-47 און AH-64 מאדעלן.
די CIRCM סיסטעם איז גאר עפעקטיוו ווען עס קומט צו נייטראליזירן מיסילס וואס ווערן געשאסן פונעם אקסעל
און איז שוין אויספרובירט געווארן אין מלחמה און ארבעט גאר גוט קעגן אינפרא-רעד מיסילס ווי אר פי זשי’ס און דאס גלייכן.

און אויב די MH-60M ווערט געצילט דורך פיינטליכע ראדארן, אדער אויב א מיסיל פליט אין זייער ריכטונג, וועלן די סענסארס גלייך ארויסגעבן א ווארענונג.
און די סענסארס וועלן אויך אויטאמאטיש אנהייבן די עלעקטראנישע דזשעמינג, ארויסשיסן "פלעירס" (decoy flares) אדער "טשעף" (Chaff), און אקטיוויזירן די CIRCM סיסטעם.
די מאסיווע קאארדינאציע פון די אלע סיסטעמען פארזיכערט אז דער העליקאפטער זאל קענען איבערלעבן די אטאקעס אויפן בעסטן אופן.
(’פלעירס’ איז גאר הייסע מעטאל וואס א פליגער שיסט ארויס קעגן היץ-זיכער מיסילס ווייל די פלעירס איז הייסער פון די פליגערס היץ,
און דאס פאר’נער’ט די מיסיל צו אראפשיסן די פלעיר, און ’טשעף’ איז די זעלבע געדאנק נאר געמאכט אנטקעגן מיסיל וואס ארבעטן מיט ראדאר)

א ווידיאו פון נארטראפ גראמען איבער די CIRCM סיסטעם.



פארשטייט זיך אליין אז חוץ די אלע עלעקטראנישע סענסארס האט די העליקאפטער נאך אסאך סיסטעמען אויפצוצוכאפן געפארן מיט אנדערע סארט מיטלען,
און מיט די אלע סענסער און קאמראס ואס פיטערן כסדר פרישע אינפארמאציע פאר די פארגעשריטענע און גאר שנעלע קאמפיוטער סיסטעם,
רעכנט עס אייביג אויס אין א אויגן בליק, וואס עס וואלט געווען די בעסטע קאונטער-מעזשער צו נעמען קעגן די ספעציפישע סכנה, דהיינו וועלכע וואפן צו נוצן אדער גאר צו אנטלויפן וכ’,
וואס דאס איז קריטיש וויכטיג כדי צו קענען איבערלעבן, אין אזא שווערע ענווייראמעט, ספעציעל ווען ער פליט אזוי נידריג, און פון ווען ער כאפט אויף א סאלדאט מיט א פשוט'ע אר. פי. זשי. ביז די ראקעט קומט אן צום העליקאפטער, נעמט בלויז געציילטע סעקונדעס.

ווי אויך איז נאך א וויכטיגע מעלה פונעם DAP אז ס’איז דיזיינט צו קענען ארבעטן סיי מיט א פולקומע קאארדינאציע אלס א טייל פון א גאנצע פלאטע פון די 160'סטע SOAR איינהייטן, און סיי צו פונקציאנירן אלס א זעלבסטשטענדיגע גרופע אפילו אין די שווערסטע אומשטענדן.

דער MH-60M DAP מאדעל, פונקט ווי אלע אנדערע "בלעק האק" העליקאפטערס פון די ספעציעלע אפעראציעס קאמאנד,
פארמאגט א ריזיגע אויסוואל פון קאמוניקאציע מכשירים. מ'קען דאס קלאר זען פון די פילע אנטענעס וואס שטעקן זיך ארויס פון אויבן און פון אונטן פונעם פליגער. א גרויסע סאטעליט אנטענע געפינט זיך אויך פונקטליך העכער דעם קאקפיט.
און אויך איז עס אויסגעשטאט צו קענען סיי אפערירן מיט א גאנצע גרופע דורך קאארדינאציע סיסטעמען,
אין סיי צו קענען אפערירן אליין און זעלבסטשטענדיג אן קיין דרויסענדיגע שטיצע.

די אנטענע העכער די קאקפיט.

בילד

אחוץ פון דעם אלעם, עקספערימענטירט שוין די ארמיי פאר יארן- ספעציעל די 160'סטע SOAR איינהייט - מיט'ן ארויסשיקן "לאנטשד עפעקטס" (launched effects) פון זייערע H-60 העליקאפטערס.
הגם דאס ווערט נאכנישט גענוצט אין פראקטיק, רעדט מען דא פון פארשידענע סארט דראונס וואס מ'קען לאנטשן פון די העליקאפטערס,
וואס קענען פליען צענדליגער אדער אפילו הונדערטער מייל צו באמבאדירן ווייטע צילן, צומישן פיינטליכע סיגנאלן, אדער צו זשעמען לופט פארטיידיגונג סיסטעמס,
צווישן אנדערע זאכן ווערן די "לאנטשד עפעקטס" גערעכנט אלס א צוקונפטיגע אפדעיט וואס איז קריטיש פארן עתיד פון העליקאפטערס כדי זיי זאלן קענען אפערירן אין די צוקונפט.
מען פלאנט שוין היי-יאר צו אנהייבן אריינצושטעלן די "לאנטשד עפעקטס" אין די געהעריגע "בלעק-האק" פלאטע פון די מיליטער, אבער די "נייט סטאלקערס" יוניט, ספעציעל די DAP ווערסיע פונעם MH-60M, גייען דאס באקומען די ערשטע.

אין א מצב ווי למשל די אויבנדערמאנטע רעסקיו מיסיע אין איראן, וואלטן די אזאלכע לאנטשד עפעקטס געגעבן פארן DAP די מעגליכקייט צו אטאקירן צילן אומדירעקט און זיך ספראווען מיט די לופט-שיץ סיסטעמען דורך שיסן מיסילס,
און אזוי ארום רייניגן דעם וועג פאר די איבעריגע העליקאפטערס אנצוקומען צום ציל.
ס'איז דא געוויסע באווייזן וואס ווייזן אז מען האט עס מעגליך גענוצט צום ערשטן מאל אין א עכטע מלחמה בשעת די אפעראציע צו פארכאפן מאדורא, אבער ס’איז נישט באשטעטיגט געווארן.

די ווידיאו וואס די ארמיי האט ארויסגעגעבן אין יאר 2021, ווייזט ביי 0:34 ווי איינע פון די 160'סטע SOAR'ס MH-60 בלעק האק העליקאפטערס פירט אזא האלטער פאר אזא "לאנטשד עפעקט" אונטער זיין רעכטע פליגל.



ס’איז כדי צו באמערקן נאך א וויכטיגע זאך, אז אלס א סארט MH-60M מאדעל, איז די DAP העליקאפטער אויך אויסגעשטאט מיט א ספעציעלע פייפ וואס שטעקט ארויס פון פארנט צו קענען נעמען גאזאלין אינמיטן פליען. די פייפ קען זיך אויסציען און איינציען לויט וויפיל מען דארף, כדי צו מאכן זיכער אז די ריפיולינג פליגער בלייבט גענוג ווייט פון די פראפעלערס פונעם העליקאפטער.
די מעגליכקייט העלפט שטארק ארויס אז דער העליקאפטער זאל קענען פארן אסאך ווייטער, און אז זיין רענדזש זאל ווערן אנלימידעט.
געווענליך נעמען די העליקאפטערס גאזאלין פון די MC-130J עראפלאנען, וואס איז א מולטי-ראל פליגער וואס קען אויך טראגן קארגא און פארשידענע וואפנס.

א MH-60M העליקאפטער בשעת'ן ווערן ריפיולט, מערקט ווי די פייפ איז אויסגעצויגן משא’’כ די פאריגע בילד.
בילד


בקיצור, די DAP ווערסיע פונעם MH-60M קען מען רואיג רופן די מערסט-באוואפנטע און די בעסט באשיצטע סארט בלעק-האק וואס עקזיסטירט,
כאטש ס'האט נישט די אלע גרויסע טוישונגען וואס די "סטעלט" בלעק-האק - וואס מען קען כמעט נישט זען אויף רעדאר - האט,
(די ערשטע מאל מען האט געהערט דערפון איז געווען ביי די אפעראציע צו הרג’ענען בין-לאדין)
מיט דעם אלעם זענען אבער די מעגליכקייטן און אלע דעטאלן ארום יענע העליקאפטער דערווייל גאר שטארק אין געהיים און מען ווייסט נישט פונקטליך וואס טוט זיך דארט.
דאס געבט אונז א שטיקל איידיע אז די אלע מעגליכקייטן וואס אונז האבן אויסגערעכנט דא איז נאר זאכן וואס זענען פובליק,
און זיכעראיז דא נאך אסאך מער מעגליכקייטן און פיטשערס פון וואס אונז ווייסן בכלל נישט.

דער MH-60M DAP העליקאפטער, מיט זיין מעכטיגן אויסוואל פון שווערע וואפנס, ראדארן, און אנדערע פארגעשריטענע סענסארס, אינאיינעם מיט די שטארקע סעלף דעפענס סיסטעמס און קאמוניקאציע סיסטעמען, איז די מערסט מאכטפולע העליקאפטער ווען עס קומט צו ספעציעלע אפעראציעס.
און ביי די ספעציפישע אקציע אין ווענעזועלע האבן די DAP העליקאפטערס אפגעשלאגן די טרופן וואס זענען געקומען צו הילף ביים קאמפלעקס וואס איז געווען אונטער אטאקע, און זייער מיסיע איז געווען צו באזייטיגן צילן ווי געפאנצערטע טרעקלעך און אנטי-עירקראפט קאנאנען, און אויסרייניגן סיי וועלכע אידענטיפיצירטע געפאר גלייך פאר די דעלטא פארס איז אריינגעפלויגן אינעם קאמפלעקס.

סתם א שיין בילד.
בילד

מ'האפט אז אין די צוקונפט וועט מען אנטדעקן מער דעטאלן און אינפארמאציע איבער די MH-60M DAP העליקאפטער,
און בכלל איבער די גאנצע 160'סטע SOAR, און איבער די געהיימע מעגליכקייטן וואס זיי פארמאגן.
מנחם קארפינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
x 111

Re: ווען א פייער שטורעם באקומט פליגלען - מיליטערמאן

פאוסט דורך מנחם קארפינקל »

WOW
שרייב פאוסט