ווער בין איך?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
דער טויגליכער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:29 pm
Location: א"י
x 15

ווער בין איך?

פאוסט דורך דער טויגליכער »

דער גליקליכע בער



א גרויסע בער שפאצירט זיך אויפן ראו"ד. ער איז שרעקליך לאנגוויליג, הינגעריג, און איינזאם, ער שטייט ממש אויס א שרעקליכע דעפרעסיע.

עס קומט ארויף אין זכרון דער לעכטיגע זמנים ווען ער האט געוויילט בשבת אחים מיט זיינע ליבע חברים אינעם זו, און יעצט זעהט ער זיך טראגיש אנע חברים, אן זיין קהילה און אן זיין באליבטע קרו וואס ער פלעגט אזויפיהל פאברענגען מיט זיי. קיין עסן, קיין בעט, און ניטאמאל א דאך איבערן קאפ.

דער מעשה האט זיך עכט אנגעהויבן עטליכע טעג צוריק ווען דער אייגעטומער פון זיין געוועזענע זו האבן באשלאסן אז אים צוזאמען מיט זיינע חבירים - צו טראנספאמירן צו א צווייטע זו. אבער היות אונזער בערעלע איז פון שטענדיג געווען א שווערע אויבער חכם און זיך קיינמאל נישט געקענט צושטעלן צו וואס מ'הייסט אים, דערפאר האט ער בשעת דער טראנספארמירונג אויך אנגעהויבן צו מאכן פאן. ער האט זיך גענומען מאכן פאני קונצן און בעק פונעם דרייווער, דערנאך האט ער גאר געניט אנגעהויבן נאכצומאכן דער שטימע פונעם זו-קיפער, און ווי אויכעט האט ער ביטערליך געבוליעט דער יונגערע בערן, שרעקליך געשפעט פון דער מיטליאריגע בערן, און מיט אן אויסענארנדליכע גאטץ זיך מתחצף געווען צו דער ישישי הבערן.
דער עסקנים האבן געזעהן אז עס איז נישטא מער וואס צו טוהן, און זענען געצווינגען געווארן צו טוהן א זאך וואס זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט טוהן. זיי האבן מיט א שווער הארץ ארויסגעווארפן דעם טראבלמעיקער פון זייערע פמליא, און אים געלאזט איינזאם אויפן ראו"ד.

און דא שטייט ער.

ער וואקט ווייטער אויפן גאס ווען פון יעדער פון זיינער פאקסן גיסן זיך טייכענעס פון יאוש. ווען פלוצלינג זעהט ער זיך פארנט פון א ריזיגע שולד ווי עס שטייט געשריבן "זו". ער פוילעט זיך נישט, ער גייט צו צום זו קיפער און הייבט זיך אויסצורעדן. "איך בין שטרעבליך הינגעריג!" הייבט ער אן זיין גאר טרויעריגע דרשה, "איך האב נישט קיין דאך איבערן קאפ און איך בין שרעקליך לאנגווייליג - איך האב נישט וואס צו טוהן מיט מיין טאג!" ענדיגט ער צו זיין הספד מר.

"הער צו" ענטפערט אים דער זו קיפער, "כרגע קען איך דיר נישט געבן א פלאץ ביי דער בערן, אבער אין דער מאנקיס שטייג איז לעצטענס ליידיג געווארן א סלאט, גיי אריבער צו דער מאנקיס און מאך דיך דארטן באקוועם".

אנקומינדיג זעהט ער ווי דער מאנקיס האבן א גוט לעבן, זיי שפרונגען ארום, קריכען אויף הויכע שטאנגען מיט לוסט, הענגען זיך אויף שוואכע צווייגעלעך גאר קונצליך מיט א לייכטקייט און געשמאק, זיי טשילן זיך א פיינעם לעבן."ס'איז נישט אזווי מ'האט אונז בערן אייביג איינגערעדט אז נאר אונזער פוילע פאפעדיגע לייפסטייל איז געשמאק, נאר גאר פארקערט אינגאנצן, דער מאנקיס פארמאגן דער ריכטיגע טשילינג טולס".

מיט א שמחה קומט אונזער בער אריין, ווען זיין פנים שטריילט פון שמחה לכבוד דעם אנהייבן דער נייע טשילערישן לייפסטייל. מיט אימפעט לויפט ער צו צום גרויסן שטאנג אין צענטער פונעם שטייג, ער כאפט זיך פעסט אן און הייבט אן דער עבודת הקריכן. ווען ער איז אנגעקומען צו צווי אהאלב אינטשעס הויעך, האט ער אנגעהויבן פילן אפיסת הכוחות ממש און מיט א שווערען אימפעט אראפגעטראסקעט פון זיין שווערע עבודה.

נאכן זיך אפרוען פאר עטליכע מינוט באשלוסט ער צו פרובירן דער קומענדיגע אטראקציע, נעמליך אז ער גייט זיך גיין הענגען אויף דער צווייגעלעך און הנאה האבן פון דער געשמאקע פאנעראמעס און אויך שעפן אטענטשן פון אלע זו באזוכער, "טאמער נישט קריכן, כאטש זיך הענגען אין דער לופט" זאגט ער צו זיך מיט קאנפידענט; ער קען דאך נישט זיין אנדערש פון דער אנדערע מאנקיס. ער שפאצירט שווערליך ארויף אויף איינע פון דער פלאטפארמעס בעת וואס זיינע אויגן גייען נישט אראפ פון דער מאנקי דערנעבן וואס ר' בער גייט אים אט אט נאכמאכן מיט א סוקסעס. דער לעצטע בליק אויף זיין שכן ווייזט ווי ער געבט א לייכטע שפרונג פונעם פלאטפארמע ארויף צום צווייג און דארטן הענגט ער אראפ מיטן פילסטן רואיגקייט און געשמאק. הגם אז אינערליכע געפיהלן האט אים געווארנט אז זאכן גייען זיך נישט גוט ענדיגן, אפ"ה האט זיין גרויס שמחה און עקסטאז צום נייעם דרך הטשיל אים נישט געלאזט ווערן אוועקגעשלעפט פון די אלע מחשבות,נאר ער האט זיך תיקף גענומען צום שפרינג.אין א תוך כדי דיבור איז עס געשעהן ווען ער האט זיך געטראפן ליגן פלאך און צושאסן אויפן קרקע צום שפאט פון זיינע מאנקי קאלעגעס.

שפרינגן און זיך ליפטערן איז נישט פאר אים. פינטל.

נאכן ליגן אשטיקל תקופה אויפן ערד דיפרעסט און פארביטערט, זעהט ער פלוצלינג ווי אלע אנדערע מאנקיס וועראן אינגאנצן פרייליך; "ולשמחה מה זו עושה?" פרעגט ער מיט א ערנסטע טאטע - אבער דאך נייגעריגע מינע; "דו וויסט נישט?" פרעגן זיי פון אים מיט שפאס, "ס'קומט פווווד!!!" שרייען זיי מוט א שמחה.

זיך דערמאנענדיג פונעם פרשת האכילה קומט ארויף געגיעים פון אהבה צו דער שווערע פליישן און פון דער זמנים באכלינו על סיר הבשר מיט וואס ער פלעגט געפיטערט ווערן. "מעט אור דוחה הרבה מן החושך" טרייסט ער זיך מיט דעם אט - אט'עדיגע אכילה הממשמשים ובאים.

ווען דער עסן זענען אריינגעקומען זענען זיינע וואונדער קנייטשן ארויפגעקומען צום שטערן, "וואס זענען דער געלע געדרייטע שטעקענס, פון וועלכע פלייש איז דאס פראדוצירט געווארן?" ער פראבירט נאכצומאכן דער איבעריגע חלק קרו און הייבט אפצושיילן דער באנענעס. נאך אזא קנאפן דריי שעה פון זיך אוספליקן דער נעגל פון דער הענט און דער פיס, אנדעקט זיך ענדליך דעם לאנג ערווארטעטע אכילה. מיט א בערישן בייס וועט דער גאנצע געוויקס נעלם. "הזאת נעמי?" געבט א ביטערע געשריי, "פון ווי קומט דער רעכט אנצירופן דער געלע גראזעלע בשם פוד!" איז ער ממשיך,"דער בענאנאס זענען דאך גוט פאר א דיזערט פאר דער טשיקענס!!" פירט ער אויס מיט גרויס ווייטאג אויף דער חילול הקודש והמקדש.

"דאס איז עס" מאכט ער אפ צו זיך מיט א שטארקייט, אין דער זו איז זיכער אויך פארהאן א בערן קעידזש", מ'גיימיר אנטלויפן פון דער אומגליקיכע מאנקיס, און זיך צוריקקערן צום ארגינעלן לייפסטייל". "חדש ימינו כקדם" ענדיגט ער צו מיט טייכן בענקעדיגע טרערן.

"יגעת מצאת תאמין" לערנען אונז חז"ל, וכך הוה. ער קומט אריין אין דער בערן שטייג און טרעפט דארטן איין איינצעלע בער וואס זיצט ביי דער זייט אינגאנצן אנגעווייטאגט און דיפרעסט. אונזערע בער פוילט זיך נישט, ער גייט צו צום נעבעכדיגן חבר און זאגט אים, "דאגה בלב איש ישחנה, זיי אזוי גוט און דערצייל מיר דיין פיין". "כ'וועל דיר אנטדעקן א גרויסן סוד" זאגט אים דער טרויריגע בער "עכט בין איך א מאנקי, איך בין בכלל נישט קיין בער!" אונזער בער נעמט זיך קוקן מיט ריזיגע אויגן ווי צו זאגן "איך בין נייגעריג פאר דיין מעשה". דער בער - מאנקי לאזט אים נישט קיין סאך ווארטן און ער הייבט אן זיין געשיכטע.

"אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב זיך אויף גאר א שענדליכע פארנעם מתחצף געווען צו דער עלטערע און חשוב'ער פון דער מאנקי קאמיונעטי. שוין יארן וואס איך בין דארטן דער לעגענדארן מחוצף און טראבל מעיקער. מ'פלעגט מיר אגאנצן צייט סטראשענען אז נעקסטיים גייט מען מיר ארויסטראסקענען בשם ועין פונעם קהילה. אבער ליידער ליידער האט מיין גאווה זיך מתגבר געווען אויף מיין מוח און מיך געשטיפט ווייטער אנציגיין מיט מיינע ביטערע מעשים". און דא פלאצט דער מאנקי אויס אין א ביטערע געוויין, "איינמאל איז עס געווען, נאכן אפטוהן מעשים אשר לא יעשו האבן דער ראשי קהילה מיך אנגעכאפט און פשוט און פראסט מיך ארויסגעטראסקעט נאכשרייענדיג אז כ'קען מיר גיין זוכן א נייע זו".
"נאך עטליבע טעג זיך וואלגערן לאנגוויליג און הינגעריג ווי א היימלאזע אויף דער גאסן, האב איך געטראפן דעם דאזיגן זו און זיך נאכגעפרעגט טאמער זיי האבן א פלאץ פאר מיר. זיי האבן מיר באיזה סיבה נאר געוואלט לייגן צווישן דער בערן". דער געוויין ערוועקט זיך צוריק "עס בענקט זיך צו דער אלטע צייטן ווען מ'פלעגט אזוי געשמאק קריכן און ארומשפרינגן און יעצט געפין איך זיך אין אזא פוילע אנגעזעצטע מקום ווי חוץ פאפן איז גארנישט פארהאן. עס קומט מיר ארויף דער שפייעכץ ווען איך דערמאן זיך פון דער נארהאפטיגע געשמאקע רייפע בענאנאס וואס מ'פלעגט אונז פיטערען און יעצט געבט מען מיר הארטע רויע פליישן - מאכל בהמה ממש."

דער בער הערט זיך צו, ווען פליצלונג נעמט ער זיך שטראלן פון גרויס שמחה "כ'האב א געניאלען איידיע, אזאנס מיט וואס מיינע זיידעס וואלטן זיך שטאלצירט!" שרייט ער אויס מיט א לומדישע מינע. "אונז גיימיר זיך צוזאמען ווענדן צום זו-קיפער און אים דערציילן אונזערע צוזאמטרעף און אים פארשלאגן צו פראקטאצירן א טויש - מ'זאל אונז ביידע צוריקשטעלן צו אונזערע ארגינעלע ערטער, מיך דער בער זאל מען שטעלן ווי איך באלאנג - אין דער בערן שטייג. און דו דער מאנקי זאל מען שטעלן צווישן דיינע חבירים - אין דער מאנקי שטייג." "אוי ווי קלוג און געראטן זענט איר!" שרייט אויס דער מאנקי מרוב התפעלות. אומר ועושה, אן קיינע פוילערייען.

מיט פיל דרך ארץ איז דער בער מסביר דער סעטואציע וואס איז דא פארגעקומען, אבער אן ערפאלג; דער זו-קיפער זעהט נישט קיין פראבלעם דערין, "גייטס ביידע צוריק ווי מ'האט ענק געשטעלט און טרעפטס א צווייטע משוגע צו מאכן" זאגט ער מיט א נערוועזע שטומע. "טייערע זו-קיפער" רופט זיך דער מאנקי אן "אונז ווייס מיר אז דו ביסט דאך א גוטע פון שטענדיג אן, דאן ביטע, דו פארשטייסט דאך אז עס איז א פשוטע מיספארשטענדעניש און אונז האמיר ניטאמאל קיין טענות אויף דיר, אבער ביטע, זאל מען כאטש יעצט אנערקענען אין דער דעמאלסטיגע פראבלעם און אונז לייגן אים דער ריכטיגע פלעצער". ענדיגט ער צו מיט א קול געשטיקט פון טרערן. "איך הער" רופט זיך אן דער זו-קיפער, "אבער דער תירוץ איז ניין" זאגט ער מיט א קאלטקייט. "דו פארשטייסט נישט אונזער צער?!" פרעגן זיי ביידע מיט ווייטאג. איך פארשטיי זייער גוט ענקער צער, אבער עס קען נאכאלץ נישט טוישן מיין פסק".

אינגאנצן אנטוישט שפאצירן זיי אוועק בעת וואס דער כעס קאכט און זיהט. דער בער קען זיך נישט איינהאלטן און שרייט צוריק "דו האסט א קאפ פון אן אייזל!" שרייט ער אויס מרוב פארלוירענקייט.

"אז דו שרייסט אז איך האב אן אייזל קאפ - וויל איך דיר דערציילן א געשיכטע" ריפט זיי דער זו – קיפער צוריק. "עס איז געווען אמאל אן אייזל וואס האט שפאצירט מיט זיין גאנצע סטאדע אויף דער וועגן. דורכאויס דער שפאציר האט זיך דער אייזל שטענדיג מתחצף געווען צו זיינע חבירים, ביז מ'איז געצווינגען געווארן אים ארויסציווארפן פון דער קבוצה. דער אייזל האט זיך לאנגע שעות ארומגעדרייט אויף דער גאסן הונגעריג, איינזאם אין לאנגווייליג. ביז ער איז ענדליך אנגעקומען צו א זו. ער האט זיך דארטן נאכגעפרעגט צו זיי האבן עפעס פאר אים, און זיי האבן אים געגעבן דער ערשטע ליידיגע פלאץ וואס זיי האבן געטרארפן."

"דער אייזל בין איך" זאגט זיי דער זו- קיפער. "און דערערשטע ליידיגע פלאץ איז געווען דער זו - קיפער פאזיציע".

"איך קען פעסט פירן א זו. אבער מיט אן אייזל קאפ וועל איך בלייבן".

*

"ר' בערל, איך בעט אייך" וויינט הערש יאסל אריין אינעם טרייבל", מיין זוהן געבט זיך נישט קייו עצה אין חדר, ער קומט זיך נישט דורך מיט חבירים און ער איז זיך געפערליך מתחצף אינדערהיים. איר מוזט מיר פארשאפן אן עפוינטמענט ביי ר' גבריאל דער מחנך".

"אלעס איש מסודר", טראכט הערש יאסל צו זיך מיט א רואיגקייט, אביסעלע פרעשור אויף ר' בערל און דער פרשה וועט זיין מסודר.

"מיין צדיק'ל וועט מיר נאך איין טאג פארשאפן אסאך נחת".

*
"כדי דער פראיעקט זאל אדורכגיין מיט דער מערסטע סוקסעס, ברויך מען מאכן פעסטע חנופה צו דזשעימס פון דער מעיאר'ס אפיס" זאגט יענקל מיט טיפע קאנסאלטישע אויגן, "לכאורה וועט משה חיים עסקן עס קענען ערלעדיגן", לייגט ער אראפ מיט א פשטות. אבער וואס כ'דארף פון דיר יוסי", הייבט זיך אן דער טובות בעטעריי "אז דו זאלסט לייגן דער נויטיגע פרעשור אויף משה חיים אז ער זאל נוצן זיין כח צו בייאנפלוסן דזשעימס". "דאכט זיך אז משה חיים איז דו שילדיג א שטיקל טובה - נאך פון זיין ארעסט פרשה, ניין?" ענדיגט ער צו מיט זיין טיפע ידועה.

"אויפן שענסטן בעסטן אופן גייט אלעס זיין מסודר" זאגט יענגל צו זיינע ארומיגע.

*

"דער צער וואס מיין טאטע גייט דורך אין שפיטאל איז אימגעהויער, בעצם געבט ער זיך פיין אן עצה, אבער דער ארטיגע דאקטורים פייניגן אים אן א שיעור מיט זייערע משיגעת'ן. איך וויל אים שוין פון לאנג זעהן אין דער באקאנטע היי קלעס האספיטעל, אבער זיי טענה'ן אז זיי קענען נישט אננעמען מיין טאטע מיטן אויסרייד אז עס איז נישטא קיין פלאץ".

שמועסט זיך חיים וואלף אדורך מיט זיין גוטע פריינט הערשי. "גיי אריין צו היי קלעס האספיטעל מיט א טשעק פון 50,000$ לייג עס אראפ ביים אויפנאמס טישל, וועסט זעהן אז אלע תירוצים ווערן בטל ווערן כעפרא דארעא, און זיי וועלן ארייננעמען דיין טאטע אין זייערע שפיטאל אנע פראבלעמען" זאגט הערשי זיין אפיניאן. " און אז דו פארמאגסט נישט דער נויטיגע קעש דערפאר קען איך דיר עס פאבארגן " טראגט זיך הערשי אן.

"טאטי גייט שיין אסאך בעסער שמועסט זיך חיים וואלף אדורך מיט זיינע געשוויסטער. איך גיי אריינוואקן אין שפיטאל מיטן פילן קאנפידענט, אראפלייגן הערשי'ס טשעק, ארויסנעמען טאטי פונעם דריטן וועלט לאנד שפיטאל, אריינלייגן אין היי קלעס האספיטעל, טאטי גייט זיך אנהייבן בעסער צו שפירן ביז ער גייט ווערן געזונט און שטארק!" לייגט חיים וואלף אראפ זיין געניטן פלאן.

"טאטי איז מסודר".

*

דער בער געפינט זיך אין א פלאנטער, הערש יאסל דארף טובות, יענקל דארף הילף, יוסף וואלף געפינט אין א פראבלעם.
הגם אז עטס גייטס מיר זאגן אז דער בער איז דער מערסטע אובד עיצות און אימבאהאלפן, און הערש יאסל, יענקל, חיים וואלף – הגם זיי געפינען זיך אין אן ענגשאפט – אבער זיי האבן למעשה א קלארע מהלך וויאזוי זיך צו זעהן ארויס פון זייערע פלאנטער; גיי איך נעמען דער חוצפה און זיך שארף מחלק זיין מיט אייך.

דער בער ווייסט זיין סעטואציע מיט א קלארקייט; אבער דער אנדערע געשיכטעס - הגם אז זיי האבן א קריסטאל קלארע פלאן זיך ארויסצוזעבן פון זייער ענגשאפט, קענען זיי אבער נישט זייער סעטואציע, זיי זענען נישט קלאר אין דער סטאטוס זייערע.

יעדער איינער איז טאטאל אימבאהאלפן. דער גרעסטע עסקנים, דער טיפסטע מחנכים, דער סוקסעספולסטע דאקטורים, דער העכסט ראגינגע אינעם מעיאר'ס אפיס - ווי אויך דער מעיאר אליין; קיינער קען דיך נישט העלפן אפילו זייער ווילן דערצו איז אויפן העכסטן גראד.

דער בער ווייסט עס און ער איז גליקליך דערפאר. דער אימגליקליכע זענען דער קליגע סוסעספולע וואס נעמען עס נישט אין אכט.

אל תבטחו בבן אדם שאין לו תשועה.

*

דו זעה נאר צו זיין פון צווישן דער גלקליכע.


*

א לייק באגלייט מיט א גוט ווארט וועט מיר שטארק מהנה זיין!
צבי וחמיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 73

Re: ווער בין איך?

פאוסט דורך צבי וחמיד »

דא האסטו דיין לייק באגלייט מיט א גוט ווארט.
איך האב פשוט נישט וואס צוצולייגן.
שיין רייך אינפארמאטיוו!!!
שרייב פאוסט