בלומבערג, דיבלאזיא, עדעמס, טוט אן בארד און פיאות!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

בלומבערג, דיבלאזיא, עדעמס, טוט אן בארד און פיאות!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

גיי ווייס וואס איך האב געזינדיגט, כ'בין דאך אזוי וואויל, איך טריי עטליעסט.

כ'בין ממש זיכער אז ס'איז צוליב עוונות פון פריערדיגן גלגול, דאס אז איך האב אין די לעצטע 2 וואכן געמוזט עטליכע מאל אריינפארן קיין וויליאמסבורג הבירה. גראדע ענדזשוי איך שטארק צו דרייוון לאנג דיסטענס. אלע מיטינגס און פון קאנפערענסעס וואס כ'אהב שוין אפגעשטיפט אין די לעצטע 4 חדשים אויף לכשירחיב, געשעט אין אזא צייט.

אבער דאס אלעס איז נאר ווילאנג מען פארט אין אפסטעיט ניו יארק, אדער אין ניו דזשערסי. איינמאל מען דערנענטערט זיך צו די סיטי, מען קומט אן אינעם לעצטן מייל נאנט צום וואשינגטאן ברידזש, טוישט זיך די גיסטע מן הקצה אל הקצה. ס'ווערט א נייע עקספיריענס. אך און וויי ווער ס'איז דעמאלס אויפ'ן אנדערן זייט טרייבל אויב ווארט ער אויף א פאזיטיווע ענטפער. ער קען פארגעסן... אויפ'ן FDR זאל איך אים אויסהערן און פארטיין געמיטלעך?! כמיין... קאם אן. זיצנדיג אין טרעפיק אויפ'ן וועגעלע ארויס צום RFK זאל איך וואס? רעשן ווייטער און צוריקלאכן פון זיין דזשאוק? ביים שיעור-פארפאסן צו זיין אויפ'ן רעכטן לעין ביים ארויסגיין צום ביקיואי דארט (גיי זיי מסביר) און כ'דארף יעצט איבערהיפן אפאר חברה און שיעור ווערן צוקנאקט אויף אייביג, און יעצט זאל איך זיין קאנצעטרירט אויף דעם קאסטומער אויפ'ן ליין. כ'הער.

אבער וואס בין איך דא מחדש? ס'דאך יעדן באקאנט, אויב זוכסטו צו דרייוון א מאטאר סייקל, איז ניו יארק דיין פלאץ צו וואוינען. אז נישט, מוף קיין פלארידא וועסטו האבן הייוועי'ס מיט 5 לעינס + 2 עקפרעסס לעינס. נישט דא, דא וואטשט מען אויף פעלושן...

מיין עיקר יעצטיגע אויפרעגעניש איז אויף וויליאמסבורג.

איך קום שוין ענדליך אן אויפ'ן BQE נאנט צו ווייט עוועניו, און איך ריק מיך - ווי א נער - צום רעכטן לעין, און פה תשב. אדער פוי תשב. נעם ארויס דיין זייגער, און יעצט איז 5:00? אקעי! אי"ה 5:15 האסטו א טשענס צו זיין איף ווייט עוועניו! יא! בעליוו איט אר דאונט, אין 15 מינוט ארום קען זיין אז די גאאאאאנצע ליין פארנט פון דיר וועט שוין זיין אין ווילימאסבורג און דו וועסט זיך שוין קענען איינדרייען אויף ווייט עוועניו צו ווארטן אויפ'ןם נעקסטן רויט לייט בלויז 3 מינוט, ביז'ן קענען פארן 'גרין' ווייטער גראד, כמובן אויב ביסט גרייט צו איבערפארן די קאר'ס וואס שטייען פארנט פון דיר.

איך טראכט אזוי צו מיר... א וועג ארויס פון א הייוועי אן קיין וועג צו פארן נארמאל, א לכתחילה'דיגע טרעפיק אויב ס'איז נישט אין א שטילע נאכט. ווי אלט איז שוין דער פראבלעם?! ס'האט נעכטן פאסירט? אייער נעכטן?! לעצטע יאר?! 2 יאר צוריק? זייט קאוויד? זייט די קראך אין '08? זיין 9/11? זייט Y2K???

וואס עפעס... א אאאלטע זאך! אזוי איז עס!. וואס הייסט? פארוואס? אזוי איז עס. הערסט? פרעג נישט. אזוי קומט עס.

העלא?! איך וואוין אין אפסטעיט, אין קרית יואל. במשך די אלע יארן האט מען שוין דא געטוישט 100 ראודס, פארברייטערט, געבויט נייע און צעווארפן אלטע, די 32 פון אמאל איז שוין היסטאריע, דאס אריינפאלן אין בעיקערטאון איז שוין עפעס וואס נאר גרעיע בערד געדענקען, די טרעפיק אריין צו וואודבורי קאמאנס איז א פארגאנגענהייט, די ראוד'ס אין קרית יואל האבן שוין טורנינג לעינס, דעעש ראוד איז שוין געבוירן געוארן און איבערגענומען האלב טרעפיק פון עיקערס, ואטו כי רוכלא ניזל ונחשוב.

און דא, א אנזעץ פון א עקזיט, און? גארנישט. גארנישט. אה, עפעס יא, מ'האט שוין אראפגענומען איין לעין פון ווייט עוועניו פאר א בייקלעין. מזל טוב.

העלא???

נאר וואס. נישט דער פראבלעם זעלבסט באדערט מיר. ס'לעבן גייט נישט ווי מ'וויל, כ'ווייס. אבער איין זאך וואס איז ממש נישט צום אויסהאלטן.

געוואוינט בין איך אז איך האב אלס איינעם צו די האנט ווער ס'איז שולדיג און דער חרון אף גייט אויף אים. ס'שוין נישטא קיין קאווע אין שול? פרידלענדער איז שולדיג. די ראוד אויפ'ן וועג אהער האט געהאט א פאט האול? שטערן איז קעירלעס. כ'האב נישט קיין רענט פאר דעם חודש? ועד הקרי' זענען גנבים. די סקול באס האט געמאכט א שארט סטאפ? פאלאטשעק מענעדזשט שרעקליך. מאונטעין פארעסט איז נאך צופארן? סעגעדין איז חרוב. די מקוה איז געלונגען קאלט? עקשטיין איז קארג. מיין אינגל'ס מלמד איז נישט וואס כ'האב געוואלט? הירש טויגט אויף כפרות. די פלייש איז טייער? די מוסדות זענען רוצחים.

הקיצור, דארפסט די גאנצע ליסט?.. די פוינט איז, אונז האמיר דא אידן מיט בארד און פיאות, וואס עניטינג מיר גייט נישט גוט, גייט ארויס דער חרון אף אויף אים! שייגעץ ארויס! גנב! רוצח! דו דורכפאל! דו ווייסעכוואס!

דאס איז טעראפי. ס'ארבעט גוט אויף מיר. ס'בארואיגט.

אבער דא, איך זע אידן לעבן מיט די אישוס, מ'האט נישט קיין קאר ווייל ס'שנעלער צו וואקן, מ'לעבט מיט שמוץ, די גאסן קלינט מען נישט אבער פארקינג טיקעטס טיילט מען, מ'זיצט אין טרעפיר און גאאאארנישט טוישט זיך נישט, ניטאמאל איז דא א רעדע פאר די וואלן אז "מ'גייט צולייגן א לעין", "מ'גייט טוישן די רויט לייטס", גארנישט גארנישט, ניטאמאל פאלט עס איינעם ביי, און? איך האב נישט וועמען צו שעלטן!!!!

דאס איז ס'ארגסטע.

כ'בין געקומען צו די החלטה, יעדע מעיאר פון ניו יארק סיטי מוז זיך לאזן וואקסן בארד און פיאות, אונטון א קאפל, און א ציצית לכתחילה א וואלענע, און פארטיג! דארט וועט זיך אלעס ענדיג.. כ'מיין.. אנהייבן. עדעמס! טרעפיק! עהרסט?! דער ר' עמרם עדעמס הי"ו, א שיינער מעיאר, א שיינער איד איז ער מיר געווארן! "ער פארט זיך מיט לעלוס, ער וואוינט זיך אין א 3 שטאקידעג הויז, און אונז זיץ מיר דא ווי קעלבלעך! ווי לאנג העמיר זיין קעלבער פאר ר' עמרם! לאמיר פטור ווערן פון עמרם עדעמס! גנב דער!!"

אה, דעמאלס העט זיין זיס. דעמאלס העלעך אפאטעמען ביים אנקומען צום וואשינגטאן ברידזש.
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך אחת למעלה »

העי! כ'מיין אז דו זאלסט זיך אנטאן בארד און פיאות... ווער ווארט די לאנגע ליין? מען גיבט זיך א דריי אריין אויבן ביי די עקזיט ביי די ווייסע ליין...

כ'זאג נישט. ס'משלוח מנות האט זיך צובראכן ווען כ'האב דאס געטוען, אבער ההכרח לא יגונה... ס'אנדערע וועג איז טאקע נאר אנטאן בארד און פיאות פאר די נידריגע פענסטער...

---

פיין געשריבן !
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3635

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך רואה חשבונות »

אוי זאגט איר גוט!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2927
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך פופציגער »

🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣

גוט געשריבן!!

כ'האב אויך לעצטנס געהאט דעם מחשבה'לע, גראדע אין בארא פארק... א מין אנזעצעניש די סיטי גאסן!

איך רעד אויפ'ן פאון מיט דער וואס איך דארף זיך טרעפן אין בארא פארק און איך זאג אים אז גוגל מאפעס האט מיר געגעבן א 2 שעה'יגן וועג, למעשה איז שוין איבער 3 שעה, וואס א גאנצע שעה דערפון זיץ איך שוין נאנט צו בארא פארק... זאגט ער מיר "יא, דאס איז די סיטי. מ'פארט שטייטער ווי מ'וואקט"... און איך טראכט צו מיר, שטעל זיך פאר דער גאס וואס איך פאר יעצט הייסט בעיקערטאון... שטעל זיך פאר ווען די אייביג-אונטער-קאנסטראקשאן FDR הייסט פארעסט... שטעל זיך פאר ווען די הונדערטער דאבל פארקט קארס דא אין בארא פארק זענען ווען אין קרית יואל פארנט פונעם ביזנעס סענטער...

יוי... א מזל מ'האט אויף וועמען צו שרייען...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2375
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7439

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

א פעסטע ארטיקל!!!
איך בין מער געוואוינט צו ליינען פון מעלת כבודך קורצע אויסקלארונגען, נישט אויף אזוינע לענגערע זאפטיגע ארטיקלען...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 151

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

וועלכע איד שטייט אין די ליניע ביי ווייט עוועניו רבוש"ע? מ'פארט ביז די עק און שוין.

און אויך, געווענליך איז שוין דא א לאאאנגע ליניע ווען די רעכטע לעין איז נאך א געהעריגע לעין, נישט א עקזיט לעין, דעמאלטס איז נאך געהעריג לכתחילה צו פארן ווייטער און אריינגיין שפעטער אין די ליין אזוי ווי א געווענליכע לעין. ס'מאכט ממש נישט קיין סענס צו שטיין אין די שורה. אבער אפילו ווען ס'קומט שוין נענטער צום עקזיט געשעט נישט גארנישט אז מ'שטעלט זיך אריין ממש ביים סוף, די פאליציי ווייסט פון דעי לופהאול וואס גייט פאר טעגליך דארט און זיי איגנארירן עס 99.9 פראצענט. הנח להן לישראל....

לגבי דיין עצה איז סאך מער געשמאקער אזוי, איך גרויל מיך אסאך מאל פון די קרית יואלע שמועסן ווי מ'איז כסדר פארנומען זיך אפצורעדן אויף דעם און יענעם. ס'איז א מוראדיגע מעלה אז מ'האט זיך נישט אויף וועם אפצורעדן ווייל מ'געוואוינט זיך נישט איין צו זיין א אפרעדער און נעגאטיוו, וויליאמסבורגע אידן וואקסן אויף פיל מער פאזיטיוו ווי קרית יואלע לענ"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יישר כח אלע.
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:51 am א פעסטע ארטיקל!!!
איך בין מער געוואוינט צו ליינען פון מעלת כבודך קורצע אויסקלארונגען, נישט אויף אזוינע לענגערע זאפטיגע ארטיקלען...

אין די זיסע אייוועלט צייטן פלעג איך עס טון אפטער. מ'איז ב"ה עלטער געווארן און מער פארנומען...
מטות
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 83

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך מטות »

:D :D :D :D :D :D
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 250

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך חיים יוסף »

איך פאר אסאך קיין CT איך קען פארן צוויי שעה אין איך הער דרשות שעורים שיינע מוזיק א מחיה. איך קום אן קיין ברוקלין די wase הייבט אן צוצולייגן 15 מינוט נאך יעדע 3 מינוט, ער זוכט נייע וועגן, אין פארלעש אלעס, יעדער זאל זיין שטיל מען גראד זיך אויס דעם ריקן אין מען פלאצט. א מין מיטמאכעניש.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2927
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8361

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך פופציגער »

חיים יוסף האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:47 am איך פאר אסאך קיין CT איך קען פארן צוויי שעה אין איך הער דרשות שעורים שיינע מוזיק א מחיה. איך קום אן קיין ברוקלין די wase הייבט אן צוצולייגן 15 מינוט נאך יעדע 3 מינוט, ער זוכט נייע וועגן, אין פארלעש אלעס, יעדער זאל זיין שטיל מען גראד זיך אויס דעם ריקן אין מען פלאצט. א מין מיטמאכעניש.
טאקע ביי מיין רייזע קיין בארא פארק הנ"ל האב איך אינמיטן געלאזט וויסן אז איך הייב אן בעקן... יעדע מינוט וואס איך פאר קומט צו נאך 2!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך א טויב »

א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:45 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68536
מאדנע, שטייט נישט חפץ חיים זייטל, זעהט אויס ס'זענען עטוואס אונטערגעוואקסן.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך א טויב »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:46 pm געוואוינט בין איך אז איך האב אלס איינעם צו די האנט ווער ס'איז שולדיג און דער חרון אף גייט אויף אים. ס'שוין נישטא קיין קאווע אין שול? פרידלענדער איז שולדיג. די ראוד אויפ'ן וועג אהער האט געהאט א פאט האול? שטערן איז קעירלעס. כ'האב נישט קיין רענט פאר דעם חודש? ועד הקרי' זענען גנבים. די סקול באס האט געמאכט א שארט סטאפ? פאלאטשעק מענעדזשט שרעקליך. מאונטעין פארעסט איז נאך צופארן? סעגעדין איז חרוב. די מקוה איז געלונגען קאלט? עקשטיין איז קארג. מיין אינגל'ס מלמד איז נישט וואס כ'האב געוואלט? הירש טויגט אויף כפרות. די פלייש איז טייער? די מוסדות זענען רוצחים.
זייער פיין!
ברויך ערשטע נעמען, פאר די קאווע שטיבלעך פון אנדערע שטעט, די זענען בלאונד צו די גאנצע פארעגרעף.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 932

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך וואלף »

שטייפע קוגל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 10:35 am לגבי דיין עצה איז סאך מער געשמאקער אזוי, איך גרויל מיך אסאך מאל פון די קרית יואלע שמועסן ווי מ'איז כסדר פארנומען זיך אפצורעדן אויף דעם און יענעם. ס'איז א מוראדיגע מעלה אז מ'האט זיך נישט אויף וועם אפצורעדן ווייל מ'געוואוינט זיך נישט איין צו זיין א אפרעדער און נעגאטיוו, וויליאמסבורגע אידן וואקסן אויף פיל מער פאזיטיוו ווי קרית יואלע לענ"ד.
איך בין מוחה אויף דעם, ס'איז כלל נישט אזוי, יעדער האט זיך זיינע זאכן וואס אינטערעסירן אים, אז פאר דיר איז עס א גרויל, איז עס ווייל ס'אינטערעסירט דיר נישט די זאכן ווייל דו וואוינסט נישט דארט.

גיי אין וומ"ס וועסטו טרעפן ענליכע און די זעלבע אמפערייען, א יעדער אין זיין קרעמל מיט זייערע וויכטיגע פראבלעמען און דאגות.

די אונגערישע זענען נאראנים ווייל זיי גלייבן די פוילישע איז זיי זענען געריבן... די קרית יואל'ער זענען מענטעליטעיטעד ווייל זיי גלייבן די וומ"סע אז זיי זענען ''נארמאל''...

אסאך האבן א שוואכקייט צו דעם, אריינגערעכנט אונזער קאנאן @דער תהלים איד ס'איז שוין צייט צו האבן אביסל מער אייגענע רעספעקט, ווילאנג ק"י איז געווען א מינאריטעט האט מען געשלינגן און געשוויגן - און זעט אויס אז ס'איז אריין אין קאפ - אבער מ'מעג זיך כאפן אז ק"י איז שוין היינט אין פיל הינזיכטן איבערגעשטיגן די סיטי און מ'קען זיך שוין אויסלאכן...

די ספרדים אין א"י זענען געווען סעקאנד קלעס, זיי זענען דאך א אנדערע מענטאליטעט ווי די מאיאריטעט, איינמאל זיי האבן זיך געכאפט אז זיי זענען גרויס און מעכטיג לאכן זיי פון די אשכנזים, און ס'איז דא גענוג וואס צו לאכן פון יעדעם, ס'טאפט'ס די שטות.

בכלל, אלעס ארום מענטאליטעט טוישט זיך יעדע צוויי סקווער פיס, יעדע משפחה, קרעפלער מיט ווייסגרויך האבן אויך אנדערע מענטאליטעטן, ווען זיי זענען זיך משדך ווערט געבוירן א פרישע... מיר זענען נאנט און פון די זעלבע אפשטאם, ס'מאכט נישט קיין מעלער.

מ'קען מאריך זיין און אויסברייטערן ווען צייט וועט זיין מער נאכגעביג, דערווייל האטס א פרייליכן און א ליכטיגן און א כשר'ן פסח

[שכוח פאר די ניק וואס האט געשיקט און פארראכטן די ספעלינגס]
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3922
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5094

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך שמח »

א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:34 pm
א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:45 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68536
מאדנע, שטייט נישט חפץ חיים זייטל, זעהט אויס ס'זענען עטוואס אונטערגעוואקסן.
מ'דארף וויסן וויאזוי עס צו שרייבן...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 623

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך הר ההר »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:51 pm
א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:34 pm
א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:45 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68536
מאדנע, שטייט נישט חפץ חיים זייטל, זעהט אויס ס'זענען עטוואס אונטערגעוואקסן.
מ'דארף וויסן וויאזוי עס צו שרייבן...
אידטיש
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1937
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2317

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך שבת קודש »

זייער ריכטיג

ווען איך האב א פראבלעם אין ביהמ''ד איז נישט אזוי געפערליך איך קען שרייבן אין אידטיש מיין פראבלעם וואס מיר דריקט

אבער ווען איך זיץ אויפן וואגישטאן בריק באמפער צו באמפער נאר צוליב וואס מ'האט נישט געטראפן קיין בעסער צייט אפצושפארן א לעין נאר אין די פארנומענטסע שעות וואס זאל איך דעמאלטס טועהן, אויסגעבען מיין כעס אין אידטיש זיי ליינען דאך נישט דא, מוז איך עס האלטן אין מיר דאס איז דאך זייער א שווערע זאך.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3922
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5094

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך שמח »

הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:56 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:51 pm
א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:34 pm
מאדנע, שטייט נישט חפץ חיים זייטל, זעהט אויס ס'זענען עטוואס אונטערגעוואקסן.
מ'דארף וויסן וויאזוי עס צו שרייבן...
אידטיש
איינע פון די וועגן...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1382
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2164

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך נפתלי »

לגבי צוהאקטע גאסן, האב איך געהאט א שאדן נישט לאנג צוריק, אויף א מעין גאס אין קרית יואל, פון א שיינע סומע, מש"כ אין די סיטי געדענק איך נישט צוהאקט אויף אזא פארנעם, עס זאל אויפן פלאץ מאכן א פלעט טייער.
תרמב
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 31

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך תרמב »

איך האב געלייענט דעם ארטיקל אויף אייוועלט און געזעהן אז ס'קומט פון דא בין איך אהערגעקומען לייקן, אז ס'איז גוט איז עס גוט!

זייער גוט געשריבן!
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 438

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך Headquarters »

א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:45 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68536
Erased :roll:
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1937
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2317

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך שבת קודש »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:10 pm איך האב געלייענט דעם ארטיקל אויף אייוועלט און געזעהן אז ס'קומט פון דא בין איך אהערגעקומען לייקן, אז ס'איז גוט איז עס גוט!

זייער גוט געשריבן!
אייוועלט האט עס שוין אראפגענומען, זעהט אויס אז די ווארט 'אידטיש' דארט איז בל יראה ובל ימצא
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3653
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5922

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך וואוילער »

Headquarters האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:10 pm
א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:45 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68536
Erased :roll:
טיפיקל אייוועלט שפראך:
הא! דו האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די פארום.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3922
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5094

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:14 pm
Headquarters האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:10 pm
א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:45 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=68536
Erased :roll:
טיפיקל אייוועלט שפראך:
הא! דו האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די פארום.
מ'האט עס פארמאט נאכן ליגן א שיינע פאר שעה און נאכן ערהאלטן פילע לייקס.

לכוארה איין ניק דארט האט עס גאר שטארק געשטערט...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14655

Re: בלומבערג; דיבלאזיא; עדעמס; טוט'ס אן בארד און פיאות!!!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:05 pm לגבי צוהאקטע גאסן, האב איך געהאט א שאדן נישט לאנג צוריק, אויף א מעין גאס אין קרית יואל, פון א שיינע סומע, מש"כ אין די סיטי געדענק איך נישט צוהאקט אויף אזא פארנעם, עס זאל אויפן פלאץ מאכן א פלעט טייער.

געשעדיגט ווערן אין די סיטי? נע. ש'טא אזאנס.
שרייב פאוסט